בלאט 1 פון 1
סטימיולעס געלטער והמסתף
נשלח: מאנטאג אפריל 27, 2020 3:52 pm
דורך החוקר
ווי יעדער ווייסט קומט פאר א גרויסע סעודה אין וואשינגטאן הבירה ווי מען טיילט ריזיגע מוצא'ס, אזש מען קען באלד קלערן אז בערני סענדערס איז פרעזידענט.
ב"ה אז אסאך אידעלעך קענען נהנה זיין פון דעם און כאפן ביזת הים פונעם פעטער. איך בין זיכער אז נישט יעדער ווייסט פון אלע פארשידענע פראגראמען וואס מען קען אלס באקומען און וויאזוי.
דער עולם איז געלאדענט אריינצוקומען מיטיילן די פארשידענע פרטים און אינפארמאציע וואס קען בייהילפיג זיין פאר אנדערע. ווי אויך, איז כסדר דא פארשידענע נייעסלעך ארום די געלטער. איז קומט אריין מיט וואס אימער איר קענט, צו איז דאס אנפארמאציע אדער סתם א נייעס'ל און זייט מהנה אנדערע.
Re: סטימיולעס געלטער והמסתף
נשלח: מאנטאג אפריל 27, 2020 4:12 pm
דורך פאליטיקאנט
די וואס האבן קליינע ביזנעסער אפי' אייגענע (סעלף עמפלויד) זאלן רופן זייער אקאונטענט (אדער אליין ריסערטשן) און אפליינען פאר PPP לאונס.
נעמט אין אכט די בעסטע צו אפלייען איז דורך פעיפאל און און דעק (PayPal, OnDeck), די טראדיציאנעלע בענק נעמען גאר שטייט, מ'קען אפלייען ביי מער ווי איין באנק.
די (צווייטע, און פארן גאר נאנטן צוקונפט לעצטע) אפליקאציע פראצעס האט זיך אנגעהויבן היינט 10:30 am,
געבטס אייך א שאקל!
Re: סטימיולעס געלטער והמסתף
נשלח: מאנטאג אפריל 27, 2020 4:18 pm
דורך החוקר
די סעודה האט זיך אנגעהויבן מיט די CARES אקט, וואס טוט פארטיילען איבער צוויי טריליאן - מיט א 'ט' - דאלער. די CARES אקט האט אונטער זיך פארשידענע חלקים און מיר וועלן פראבירן עס אויסצורעכענען בקיצור.
*** סתם אמעריקאנער ***
די מערסט באקאנטע און פארשפרייטסטע איז די סטימיולעס טשעק. יעדער ערוואקסענער מיט ווייניגער ווי $99,000 ($198,000 פאר פארפעלקער) באקומט $1,200 ($2,400 פאר א פארפאלק). אין צוגאב באקומט מען $500 פאר יעדן קינד אונזער 17 יאר (איך בין געווען ביים רבי'ן ער זאל מיר צוזאגן א בן זכר, האט'ר נישט געוואלט, ער האט מורא צו גיין יושב'ן).
*** ביזנעסער ***
- נאך א באקאנטע סטימיולעס איז די PPP וואס דאס איז א הלוואה פאר קליינע ביזנעסער צו העלפן צאלן געהאלט פאר 8 וואכן. אויב קומט מען נאך פארשידענע זאכן איז די רעגירונג מוחל די הלוואה.
- נאך א פראגראם איז די EIDL וואס איז געמאכט פאר קליינע ביזנעסער וואס האבן פארלוירן הכנסות צוליב קאראונע.
- כדי צו מינימיזירן ווי ווייט מעגליך אז ארבייטסגעבער זאלן אויפזאגן ארבייטארער, געט די רעגירונג א 50% קרעדיט פאר געהעלטער וואס מען צאלט ביז $10,000
- ארבייטסגעבער קענען בעטן צו אפשטופען דאס צאלן פעיראל טעקס במשך די קומענדיגע צוויי יאר (אייגעטליך ביז דעצעמבער 2022).
- געוויסע SBA הלוואות קען מען בעטן די באנק נישט צו דארפן צאלן די פעימענטס פאר די קומענדיגע 6 חדשים. אין צוגאב וועט די רעגירונג צאלן 6 חדשים פעימענטס.
***ארבייטארער***
די רעגירונג האט פארברייטערט ווער און וויפיל מען קען באקומען אלס אנעמפלוימענט אויב האט מען פארלוירן די פרנסה.
Re: סטימיולעס געלטער והמסתף
נשלח: מאנטאג אפריל 27, 2020 4:44 pm
דורך החוקר
אגב, איז גוט צו וויסן אז סיי די אינקאם און סיי וויפיל קינדער מען האט ווערט גערעכנט לויט 2020. איי וואס רעדט מען פון 2018 און 2019?
די רעגירונג איז זייער גוט הארציג און זיי האבן נישט געוואלט אז דר'עולם זאל דארפן ווארטן ביזן קומענדיגן טעקס ריטוירן, שיקן זיי שוין יעצט דאס געלט לויט די פינאציעלע סטאטוס פון די פארגאנגענע טעקס ריטוירן. אבער למעשה אויב סוף יאר איז אנדערש, אז מען געבוירן א קינד צום ביישפיל, באקומט מען לויט וויאזוי די יאר ענדיגט זיך.