בלאט 1 פון 1

בלוטיגע אטאקע אויף עגיפטישע באזע אין סיני

נשלח: מאנטאג אוגוסט 06, 2012 8:12 pm
דורך גאלד
נעכטן האבן א גרופע קאארדינירטע פאלעסטינער טעראריסטן באפאלן א עגיפטישע באזע אינעם סיני האלבאינזל נעבן די עזה גרעניץ,
די אטאקע איז פארגעקומען פארנאכטס, ווען די עגיפטישע סאלדאטן האבן געפראוועט זייער אויספאסטן סעודה, פון זייער חגע ראמאדאן,
די גרופע פון 35 טעראריסטן האבן פארכאפט די באזע מיט 2 לענד-ראווער טרעקלעך, און איבערגענומען פולע קאנטראל פון די באזע,
זיי האבן אטאקירט די סאלדאטן מיט גאנס און ראקעט-פראפעלד-גרענעדס,
16 עגיפטישע סאלדאטן זענען דערמארדעט געווארן,
בעת די אטאקע איז זיי געלונגען צו פארכאפן צוויי מיליטערישע געפאנצערטע דשיפס,
מיט די דשיפס זענען זיי גראד געפארן קיין ישראל,
זיי האבן אריין געשטורמט די גרעניץ כרם שלום איבערפארענדיג די צוימען מיט געוואלד,
די ישראלישע זעלנער האבן גראד געזען די איינברעך, און האבן תיכף עס אנגעהויבן צו נאכפאלגען פון דער הייעך מיט העליקאפטער גאן-שיפס,
איין טראק האט תיכף אויפגעפלאצט, ווארשיינליך פון בובי-טרעפט וואס די גרעניץ איז אנגעזייעט,
די צווייטע האט מען נאכגעפאלגט בערך אנדערט-האלבן מייל, און עס געמאכט א גל של עצמות, מיט אפאר גראנאטן,
קיין איין אידישע קינד איז נישט געשעדיגט געווארן ב"ה,
מ'שטעלט זיך פאר אז די ציהל פון די טעראריסטן איז געווען צו דורכפירן א משכונות פארכאפונג, אזא גאטונג ווי גלעד שליט רח"ל
דאס עגיפטיש פאלק איז זייער אויפגעשוידערט פון דעם אינצידענט,
די נייע רעגירונג האט פארשפראכן צו אויסראטן די טעראריסטן פון די סיני האלבאינזל,
זייט די עגיפטישער אויפשטאנד איז עס געווארן פארפעסטעט מיט מיליטאנטן און אלטוועלטליכע טעראריסטן,
מאנכע האלטן אז די עגיפטישע רעגירונג איז כמעט שוין נישט אין קאנטראל פון סיני,
די עגיפטישע רעגירונג האבן פארשלאסן די גרעניץ צווישן עזה אין עגיפטן אין יוצא ואין בא,
די ישראלים האבן גרונטליך אונטערגעזוכט די פארברענטע דשיפס און די טויטע קערפער פון די טעראריסטן,
און האבן אנטעקט אז דא איז פארמיטן געווארן א מעגליכע שוידערליכע זעלבסטמארד אטאקע,
עס האט זיך ארויסגעשטעלט אז ווייניגסטן 6 פון די טעראריסטן זענען געווען אנגעקליידעט מיט גאר שעדליכע אויפרייס מאטריאל,
און זיי זענען געווען אויפן וועג פון דורכפירן א מאסיווער זעלבסטמארד אטאקע, אויף ישראלישע זעלנער אדער בירגער,

נשלח: מאנטאג אוגוסט 06, 2012 9:55 pm
דורך חאצקל
איך בין שטאלץ מיט אונזערע ישראלים, זיי טויגן צו דער מלאכה.
ענדליך נאך צוויי טויזנט יאר אין גלות באווייזן די אידן אויך עפעס. אכשיר דרא. וואויל איז אונז וואס מיר לעבן אין אזא דור

נשלח: מאנטאג אוגוסט 06, 2012 10:03 pm
דורך חאצקל
פריער געהערט אז בעלזער רבי שליט"א איז געוווען דעם שבת זייער פארקאכט און זיך אויפגעפירט אומגעווענדליך, ער האט זיך איינגעשפארט ביז מאנטוג אין יוצא ואין בא, און ווען ער איז ארויס דעקומען האט ער געבענטשט גומל.
חסידים פארבינדן עס מיט די דערמאנטע אטאקע, וואס א דאנק דעם איז עס אדורך בשלום

נשלח: מאנטאג אוגוסט 06, 2012 10:53 pm
דורך זר זהב
האבן די חסידים נישט געפרעגט דארט אויפ'ן פלאץ פשט אינעם גומל בענטשען?

נשלח: מאנטאג אוגוסט 06, 2012 10:55 pm
דורך חאצקל
זר זהב האט געשריבן:האבן די חסידים נישט געפרעגט דארט אויפ'ן פלאץ פשט אינעם גומל בענטשען?


ווער וואגט זיך.
און בכלל, מיט אזא זיסער פאנטאזיע ווער איז אינטרעסירט צו הערן דעם אמת

נשלח: מאנטאג אוגוסט 06, 2012 11:21 pm
דורך גאלד
ארטיקל רעדאגירט

נשלח: מאנטאג אוגוסט 06, 2012 11:55 pm
דורך פאדעם
שכח ר גאלד פאר שיין אראפשרייבן. וואס עס איז פארגעקימען דארט אפשר קען איך פארשטיין וואס מיינט דאס האלבאינזעל? ?

נשלח: דינסטאג אוגוסט 07, 2012 12:19 am
דורך געפילטע פיש
פאדעם האט געשריבן:שכח ר גאלד פאר שיין אראפשרייבן. וואס עס איז פארגעקימען דארט אפשר קען איך פארשטיין וואס מיינט דאס האלבאינזעל? ?


Peninsula = האלב אינזעל

נשלח: דינסטאג אוגוסט 07, 2012 1:05 am
דורך שמיטה
ווי עס שטעלט זיך ארויס נאך א אויספארשונג פון צה"ל, איז עס געווען ממש נסים מן השמים אז א גאר ערנסטע טעראר אטאקע איז בחסדי ד' פארמיטן געווארן.
די טעראריסטן זענען געפארן מיט'ן פארפאנצערטן מיליטערישן טרעקל א היבשע מהלך ביז די ישראלים האבן זיי אטאקירט. אויך שטעלט זיך ארויס אז פון צומישקייט זענען די טעראריסטן געפארן אין אן אומריכטיגע ריכטונג, ווען נישט וואלטן זיי שוין ח"ו געהאט דערגרייכט באוואוינטע געגענטער.

-----------
בנוגע וואס די חסידים האבן אריינגעלערנט אינעם ברכת הגומל פון בעלזער רבי שליט"א. כידוע גייען חסידים לפנים משורה הדין, און לערנען אריין כוונות וואס דער רבי אליין האט ניטאמאל אינזין געהאט...

נשלח: דינסטאג אוגוסט 07, 2012 11:11 am
דורך זר זהב
ווי קאמיש ס'הערט זיך... האבן היינט די איסלאמיק דזשיהאד און עגיפטען געווארפן באשילדוגיגונגען אויף ישראל!
זיי זאגן אז אר"י האט קאארדינירט די אטאקע כדי שלעכט צו מאכן פאר'ן נייעם עגיפטישן פרעזידענט.

נשלח: דינסטאג אוגוסט 07, 2012 7:14 pm
דורך חאצקל
א שווארטץ יאר אויף זיי די איסלאמישע עגיפטער!

נשלח: דינסטאג אוגוסט 07, 2012 8:12 pm
דורך ניו יארק
זר זהב האט געשריבן:ווי קאמיש ס'הערט זיך... האבן היינט די איסלאמיק דזשיהאד און עגיפטען געווארפן באשילדוגיגונגען אויף ישראל!
זיי זאגן אז אר"י האט קאארדינירט די אטאקע כדי שלעכט צו מאכן פאר'ן נייעם עגיפטישן פרעזידענט.

און זיי האבן פארגעסן צוציענדיגען אז פרעזידענט בוש האט אונטערן טיש קאארדינירט די 9-11 אטאקעס....