בלאט 1 פון 4
פאזעטיווע ענדערונגען אין אונזער געזעלשאפט
נשלח: דינסטאג אפריל 28, 2020 1:50 pm
דורך במדבר
צו איר האלט אז א ''טויש'' דארף פארקומען, אדער אז מיר האלטן גאר אינמיטן (אדער אז מ'דארף עס גאר פארמיידן!).
די אשכול איז געווידמעט פאר נייעס'ן און אנטוויקלונג ארום די ערשיינונג.
שוין! לאמיר זיך נישט אויפהאלטן מיט לאנגע הקדמות, מ'קען דאך אין דעי צייט דערפרייען ברידער און שוועסטער וואס לעכצן פאר א ''טויש''.
''גלייבטס אין א טויש און א טויש וועט נאכקומען''.
נשלח: דינסטאג אפריל 28, 2020 1:55 pm
דורך במדבר
נשלח: דינסטאג אפריל 28, 2020 2:42 pm
דורך במדבר
נשלח: דינסטאג אפריל 28, 2020 2:51 pm
דורך פאליטיקאנט
די עצם פאקט אז רוב שיעורים און אפי' עטליכע סקולס און חדרים זענען געגאנגען אונליין / אויף זום!
און מ'האט כמעט נישט געהערט קיין אפאזיציע דערויף.
נשלח: דינסטאג אפריל 28, 2020 11:45 pm
דורך זעקעל
אז אלע פרויען האבן אנגעהויבן גיין שניעלס, אין שניעלס האט מען דאך לכתחילה גע'אסר'ט אלס חשש אז מען וועט אויפהערן זיך שערן, איז דאך משמע אז תגלחת נשים איז א פארגאנגענהייט.
נשלח: דינסטאג אפריל 28, 2020 11:49 pm
דורך זעקעל
ווי אויכעט אז די גע'אסרט'ע קידטשאדשקע איז אויספארקויפט, וואס מיינט אז כלל ישראל איז אויפגעקלערט געווארן.
נשלח: מיטוואך אפריל 29, 2020 12:00 am
דורך אלבערט איינשטיין
יעדער קען איינזעהן אז מען דארף נישט זיין אזוי בלינד פאר די רבנים.
זיי זענען יעצט מודה (אחוץ אז עס פאסט זיי נישט) אז עס זענען דא חברה וואס זענען מיט א ווייטערע בליק ווי זיי.
יעצט ליידער איז שוין געווען צו אסאך קרבנות צווישן אונז.
די מהלך וויאזוי צו זיין פארגלייבט אין רבנים, ספעציעל די מיט יחוס אבות וועט זיך ענדיגן.
נשלח: מיטוואך אפריל 29, 2020 12:02 am
דורך פאליטיקאנט
זייער ווייניג גייען דאס אנערקענען, לדעתי.
די עולם ווערט אויפגעוואקסן אזוי, און מ'וועט שוין טרעפן מופתים......
אדער וועט מען עס פלאטשיק אפלייקענען, און זאגן אז די רבי האט יא געזאגט אזוי צו אזוי.....
נשלח: מיטוואך אפריל 29, 2020 2:32 am
דורך berlbalaguleh
פאליטיקאנט האט געשריבן:די עצם פאקט אז רוב שיעורים און אפי' עטליכע סקולס און חדרים זענען געגאנגען אונליין / אויף זום!
און מ'האט כמעט נישט געהערט קיין אפאזיציע דערויף.
פאליטיקאנט:ווייל זייערע אבסורדאלע ווערטער און אויפפיהרונג ביז יעצט וואלט זייער שטארק בולט געווען.ווייל יעצט איז אן עת המבחן. און זיי וואלטן אויסגעזעהן לעקיש פאר די גאנצע וועלט...!
איך אליינס האלט אויך מיט א שיעור אין גמ' תוס' אויף זום. אויך מיינע אייניקלעך סיי אין ת"ת און סיי אין סקול לערנען אלע זייערע לימודים דורך זום...!
נשלח: מיטוואך אפריל 29, 2020 9:51 am
דורך דער גאלדענער אדלער
אלבערט איינשטיין האט געשריבן:יעדער קען איינזעהן אז מען דארף נישט זיין אזוי בלינד פאר די רבנים.
זיי זענען יעצט מודה (אחוץ אז עס פאסט זיי נישט) אז עס זענען דא חברה וואס זענען מיט א ווייטערע בליק ווי זיי.
יעצט ליידער איז שוין געווען צו אסאך קרבנות צווישן אונז.
די מהלך וויאזוי צו זיין פארגלייבט אין רבנים, ספעציעל די מיט יחוס אבות וועט זיך ענדיגן.
ס'האט זיך נישט געענדיגט נאכן קריג, פארוואס זאל זיך עס יעצט ענדיגן?
נשלח: מיטוואך אפריל 29, 2020 11:56 am
דורך אלבערט איינשטיין
עס האט זיך יא אסאך געטוישט נאכן קריג, נאר עס האט זיך מיט די צייט פשוט צוריק אויפגעבויעט ביי די אייניקלעך וואס האבן נישט אזוי שטארק געוואוסט וואס די רבנים האבן געזאגט פארן קריג. דאס איז זיכער אז פארן קריג האבן די רבנים נישט געווארענט אוועקצולויפן נאך דערצו פון אונגארן. זיי האבן געמוטיגט צו בלייבן און געזאגט (צוגעזאגט ברוח קדשם) אז גארנישט וועט געשען. למעשה, אפי' סאטמאר רבי וואס איז אנטלאפן און געלאזט זיין ציבור - וואס ער האט געזאגט צו בלייבן - הענגען. בקיצור נמרץ, מען קען פארענטפערן סאטמאר אז ער קען נישט ראטעווען א גאנצע ציבור מעג ער זיך אליינס ראטעווען, אבער קיין בלינדע צוטרוי האבן נישט געהאט זיינע מענטשן נאכדעם וואס ער האט זיי פארראטן. און אזוי אויך אסאך פון די רבנים.
יעצט איז נישט אזא שווערע מצב ווי קריג, אבער אזא פארטעמטקייט צו האלטן אז רבנים האבן א ווייטער בליק גייט אוועקגיין יעצט, ווען יעדער האט געזען ווי ווייט זייער בליק גייט. דאס איז זיכער אז ווען די רבנים ווייסן פון אנפאנג וואס גייט זיין וואלטן זיי אליינס אפגעשפארט אלעס אפי' די רעגירונג פארלאנגט נישט, אבער יעצט איז זיי צו שפעט מודה צו זיין. יעצט קענען זיי נאר בארואיגן זייערע חסידים וואס זיצן שבעה אז עס איז א גזירה מן שמים.
הגם וואספארע בליק האט אויף די אבלים און די ארומיגע ווען דא זיצט איינער וואס זיין טאטע/ברודער איז אוועק פון די מגיפה און קומט אן דא א רבי מיט זיין סוויטע פון גבאים הויז בחורים און שאפערס פון זיין קאר מיט די קאר וואס לויפט פון פאראויס. (די רעביס קאר קען נישט פארן אליינס) מיט זיינע הויפט שוואנצאנים פילן זיך אן דעם גאנצן הויז און קיינער פון זיי מיט א מאסקע! פארפאקנדיג אלע סאציאל דיסטינג כללים. נישט ערגעץ ווי אין א מאורע אדער מנין שמחה!! נאר הארט אין די אבל'ס הויז, ווי עס איז אײנער אוועק פון די מגיפה! ער בארואיגט נאך מיט זיינע ווערטער אז עס איז א פקדון וואס מען האט צוריק גענומען ווען ער אליינס ארגענייזד מיט זיינע חסידים צו מאכן אפאר פרישע טויטע!!!!
איך זאג נישט סתם שפעקולאציעס, איך האב עס אליינס בייגעוואוינט. איינער אין מיין משפחה גאר א יונגע מענטש, אונטער פערציג, איז אוועק. געווען געזונט בעפארַ. די משפחה איז געווען שטארק צובראכן. קומט זיך אן א רבי מיט צענדליגער חסידים צוזאמגעקוועטש אין א פיצקעלע רום.! קיינער מיט הענטשקעס אדער מאסק!!!! אבער צוזאמגעקוועטשט!!!!! זיי האבן נישט גענומען אין באטראכט אז אחוץ זיי איז דא א משפּחה, און דער רבי דארטן האט אליינס געפרעגט צו מען האט נישט מורא פון די מגיפה. איינער גיבט א רוף אן דארטן. נע!! איעדע האט שוין געהאט.... זייער א לעכעריגע תירוץ. עס איז געווען אסאך בעפאר פסח. און די רבי גייט ווייטער אן.... און מען רעדט נישט פון קיין רבי וואס שטעלט זיך מיט די מצב און האט מורא צו טוען אנדערש פון זיינע חסידים! מען רעדט דא פון א לוחם מלחמות השם וואס דערשרעקט זיך נישט פאר קיינעם. ווען ער וואלט געזען א האר פון א שייטל פון א פרוי וואלט ער נישט אריין געטרויטן אינעם הויז ביז מען איז מסדר א מחיצה ברזל של חומה. אבער דא ווען עס קומט מיט דיני נפשות. לאזט ער זיך וויאזוי עס איז. זאג מיר נישט אז די אבלים גייען ווייטער גיין פייער און וואסער פאר אים. איהם גייען זיי שוין נישט פרעגן אין געזונטהייט אנגעלעגנהייטן זיכער נישט.... זיי גייען שוין פרעגן מענטשן וואס פארשטייען. נישט דע רבי'ס. ווער עס גלייבט נישט קען מיר פרעגן אין אישי פון וועלכע רבי מען רעדט, איך האב עס אליינס בייגעוואוינט.
יא, איך ווייס אסאך חברה גייען ווייטער בלייבן בלינד צו זיי, אבער גענוג וועלן זיך אפשאקלען פון זיי. עס איז נישט מער ווי א קולט. אפשר נישט אזוי שטארק ווי לב טהור, אבער פארט....
געדענק זיי זענען נאר רבי'ס בזכות יחוס אבות. און אנהייב האט יעדער געקרומט מיט די נאז אויף זיי, צוביסלעך איז זייער בויך אריין געוואקסן אין די גאלדענע/ווייסע בעקיטשע האט געמאכט די רושם און מ'איז געווארן פארגלייבט......
נשלח: מיטוואך אפריל 29, 2020 12:32 pm
דורך היכי דמי
פאליטיקאנט האט געשריבן:די עצם פאקט אז רוב שיעורים און אפי' עטליכע סקולס און חדרים זענען געגאנגען אונליין / אויף זום!
און מ'האט כמעט נישט געהערט קיין אפאזיציע דערויף.
און איינע פון די איטערוויאוערס אויף קול מבשר האבן עס דערמאנט אין אן אינטערוויא, און די ׳איי וועלטיסטן׳ האבן עס נישט אויסגעהאלטן אזש עס האט געברענגט אז ער האט זיך געדארפט אנטשולדיגן אין א קומענדיגע אינטערוויא.
נשלח: מיטוואך אפריל 29, 2020 2:13 pm
דורך במדבר
נשלח: מיטוואך אפריל 29, 2020 5:25 pm
דורך real fake news
פילע נשים צדקניות האבן זיך אנגעטוהן שפיצלעך
נשלח: מיטוואך אפריל 29, 2020 7:51 pm
דורך moneyminded
פאליטיקאנט האט געשריבן:די עצם פאקט אז רוב שיעורים און אפי' עטליכע סקולס און חדרים זענען געגאנגען אונליין / אויף זום!
און מ'האט כמעט נישט געהערט קיין אפאזיציע דערויף.
וועלכע סקולס אדער חדרים? איך האב ביז דערווייל נישט געהערט אפילו פון איין חסידישע חדר סקול זאל עס טון.
נשלח: מיטוואך אפריל 29, 2020 8:35 pm
דורך פאליטיקאנט
מונקאטש איז געווען די ערשטע.
Re: פאזעטיווע ענדערונגען אין אונזער גזעלשאפט
נשלח: מיטוואך אפריל 29, 2020 10:33 pm
דורך סאשי פיש
ווער איז די צווייטע?
נשלח: דאנערשטאג אפריל 30, 2020 10:50 am
דורך במדבר
נשלח: דאנערשטאג אפריל 30, 2020 11:55 am
דורך הדסים
נשלח: דאנערשטאג אפריל 30, 2020 12:13 pm
דורך הדסים
איך קום דא אריין, איך האף צו זען פאזעטיווע ענדערונגען, און גארנישט. דער עולם חלומ'ט ווייטער וואס קאראונע האט אויפגעטון, גייט אויפטון, און וויל אויפטון. קאראונע וועט לדעתי גארנישט טוישן אין אונזער געזעלשאפט.
---------
רוב ענדערונגען זענען ליידער נישט לטובה, מער עקסטרעמיזם און פרישע חומרות. אבער לאמיר פראבירן צו שרייבן וואס גייט אין די גוטע דירעקציע לדעתי.
מיינע חברים האבן בעסערע שלום בית ווי זייערע עלטערן.
מיינע חברים געבן פאר זייערע קינדער א בעסערע חינוך ווי זיי האבן באקומען.
אסאך מענטשן זענען שטארק אינפארמירט א דאנק די וועלט פון אינפארמאציע וואס ווערט מער אפן און מער קאנעקטעד.
דאס זענען נישט קיין דראסטישע שינויים אויף איין מאל, און זענען א ווייטע וועג צו גיין, אבער דאס זענען די אמת'ע זאך וואס פאסירן.
נשלח: דאנערשטאג אפריל 30, 2020 2:21 pm
דורך במדבר
הדסים האט געשריבן:איך קום דא אריין, איך האף צו זען פאזעטיווע ענדערונגען, און גארנישט. דער עולם חלומ'ט ווייטער וואס קאראונע האט אויפגעטון, גייט אויפטון, און וויל אויפטון. קאראונע וועט לדעתי גארנישט טוישן אין אונזער געזעלשאפט.
@הדסים: וועסט אבער מסכים זיין אז ס'איז זיכער א שאנס פאר א טויש. אזוי ווי איך האב געשריבן אין א צווייטע אשכול.
''עס וועט נישט זיין א קאלעקטיווער חשבון הנפש, אבער א טויש! א טויש איז שוין אין פלאץ, בעצם חרדי'זים אלס א ''קולטור'' עקזיסטירט
אדערווייל נישט (''קולטור'' vs אמונת טפילות וואס האט זיך נאר פארברייטערט).
די עקזיסטענץ פון חרדי'זים איז אנגעוואנדן אין טומל און אין הו-הא (''עס איז יו''ט אינדערוואכן'') איר דם התמצית איז די אייביגע ווירבלערייען: ''מקוה-קאווע-שחרית-חברים -פארברענגן-מנחה-חברותא-שמיסן-מעריב-...''יא איך קים שוין אהיים''..-זאג! כע! דיינס מאכט דיר אויך אזוי נערוועז?!-שמיסען...-נו! דעס האב איך שוין געהערט-...נו! לאמיר עפס לערנען- 11 -39-טייערקייט די ווייסט ווילאנג איך ווארט אויף דיך?!''און דאס אלעס איז יעצט געקימן צו א ענדע!
היוצא לנו מיר גייען וויירשיינדליך ארויסקימען צו א ''תוהו ובוהו'', ס'איז בידינו צו מאכן א פרישע ''בראשית''.
נשלח: דאנערשטאג אפריל 30, 2020 3:03 pm
דורך הדסים
אמת, יעצט איז אלעס געקומען צו אן ענדע.
די סעקונדע וואס מען קען שיקן צוריק אין חדר/סקול וועט איינער טראכטן, אז איך האב שוין סייווי געהאט די קינדער אינדערהיים, אפשר זאל איך זיי יעצט שיקן אין אן אנדערע מוסדות?
דער מאן וואס האט נישט געהאט קיין געדולד אהיימצוגיין פון מנחה מעריב, איז יעצט זיין שלום בית בעסער..? הלואי נישט קיין סאך ערגער, די מינוט וואס מען קען צוריק אין שול איז ער דארט.
ווען איינער וועט דארפן א סנדק, תפילין לייגער, מזוזה קלאפער אא"וו וועט ער עס טון אליין? וואס הייסט, די אלע גוטע אידן האבן נישט געהאט א ווייטע בליק ביי קאראונע..? ווער האט געמיינט זיי האבן יא א ווייטע בליק? (זיי האבן אפילו נישט קיין נאנטע).
סארי, באט איך גיי נישט ערווארטן עפעס און נאכדעם ווערן דיסעפוינטעד.
נשלח: פרייטאג מאי 01, 2020 6:43 pm
דורך היכי דמי
אסאך עלטערן האבן געקויפט כשר׳ע סעלפאונס פאר די קינדער צו קענען מיטהאלטן די סדרים פון די מוסדות.