בלאט 1 פון 1

מארק דער אנטיסעמיטישע דזשעניטער איז געפייערט

נשלח: מיטוואך אפריל 29, 2020 3:41 pm
דורך שושן פורים
געווען אמאל א ביהמ"ד וואס איין שבת בשעת'ן ליינען האבן די קינדער אנטדעקט די נאמבער פון די קליינע קאך, דער קאך פון א ביהמ"ד דינט דאך אויך אלץ א כמו סטארעדזש, דארט קאכט די שמש זיין טשולענט וואס מען פארקויפט ביי די מקוה, און די זייפן צו וואשן די פלאר ליגט אויך דארט א פעסל אדער צוויי. און צווישן די בעגס טשולענט בונדלעך און די באטלעך טעיסטערס טשויס ליגט נאך עטליכע פלעשער שמן זית פאר חנוכה.

בקיצור, די קינדער האבן אנטדעקט דעם אוצר, איינער האט געוואלט עקספערימענטירן צו זייף, קאפי, און שמן זית קוקט אויס ווי שמן המשחה, אלע קינדער האבן זיך צוגעכאפט און ביז א אויגן בליק איז די קיך, שטיבלעך, און האלוועי פונעם ביהמ"ד געווען באגאסן פון די געל ברוינע גליטשיגע ווארע אויסגעמישט מיט טשולענט בעבלעך, ר' נטע א בן שבעים האט אומשילדיגערהייט פראבירט אריינצוכאפן א הכנות פאר מוסף אבער אינמיטן אויסטאן דעם טלית אין די האלוועי האו ער זיך געגעבן א גליטש אויס און זיך צובראכן א פיס.

באלד איז געווארן א שווערע בהלה, מען האט גערופן הצלה, און פראבירט צו טרעפן דעם שולדיגן אינגל, יעדער האט עס געלייקנט אבער די כעס פון די מתפללים אויף די קינדער איז געווען אויפן העכסטן פארנעם, פארשטייט זיך אז מען האט שנעל גערופן מארק די דזשעניטער צו קלינען דעם חורבן.

נישט האבנדיג קיין קידוש אויפן סקעדזשול און מיינענדיג אז מען האט געפעדערט די שאלעשידעס מיט עטליכע שעה נעמט מארק א צומישטער דעם בעזעם און הויבט אן צו רוימען, די עולם אין שול איז נאך צוקאכט, יעדער איז פארנומען מיט די אומאחריות פון די קינדער, געוויסע קומען אויף מיט איידיעס, איינער שלאגט פאר אז מען זאל נישט מעגן ברענגען קינדער אונטער די בר מצוה אין שול, איינער זאגט מען מעג נאר אויב מען האלט זיי נעבן די עלטערן, א דריטער זאגט אז מען זאל צושטעלן א פראגראם פאר זיי בשעת'ן ליינען און שלש סעודות, אינמיטן די העפטיגע דעבאטע וואקט מארק אריבער מיט זיין בעזעמל און נאכן זיך ארומשלאגן עטליכע לאנגע סעקונדן מיט א עקשנותדיגע קאווע בונדל וועלכע האט ווי א קנאי אין גולובניץ זיך געווארפן אונטערן שאוול און בשום אופן נישט געוואלט ארויפקומען האט איינער געהערט ווי ער מורמלט ארויס פון מויל "בעד אנדיסיפלינד בויס" און ער וואקט ווייטער.

באלד איז געווארן א פרישע איבערקערעניש, דער ציבור איז באפאלן מארק, האו דעיר יא, דו אנטיסעמיט איינער, ווער ביזטו צו באפאלן אונזערע קינדער, וואס גיבט דיר די רעכט, איינער האט נאך געוואוסט צוצולייגן אז אמאל האבן עטליכע פאבליק סקול קינדער אויך אויסגעגאסן עפעס אויף זיין גאס , די כעס אויף מארק איז געשטיגן צום העכסטן גראד און מען האט איהם אויפן פלאץ געפייערט.

קומענדיגע וואך האט מען געטראפן א נייע דזשעניטער און עטליכע וואכן דערויף האבן די קינדער ווידעראמאל אויסגעטראפן די נייע נאמבער פון די קאך שלאס.

נשלח: מיטוואך אפריל 29, 2020 5:02 pm
דורך במדבר
@שושן פורים wow אזא טאלאנט! ווי זאגט מען, ''די כח פון א מעשה''.

סתם פאר נייגעריגקייט וואס איז געבליבן: די קינדער קענן קימען און ביהמ''ד אדער נישט?

Re: מארק דער אנטיסעמיטישע דזשעניטער איז געפייערט

נשלח: מיטוואך אפריל 29, 2020 5:10 pm
דורך החוקר
די נקודה האט א שטארקע אמת אין זיך, אבער די משל איז נישט ממש דומה לנמשל. דו האסט אויסגעלאזט אפאר דקות'דיגע חילוקים וואס טויש אביסל די מעשה.

נשלח: מיטוואך אפריל 29, 2020 8:38 pm
דורך berlbalaguleh
שושן פורים: ייש"כ. מיינע אויערן האבן זיך שוין אנגעשפיצט צו הערן א זאפטיגע אנטיסעמיטישע מעשה'לע. צום סוף הער איך אז דאס איז נאר געווען א משל. מיט דעם טיפן מוסר השכל. אז אמאל ווען מ'זוכט דעם שולדיגן שטעלט זיך ארויס אז דער שולדיגער זעמיר אונז אליין...!

דאס דערמאנט מיר די מעשה'לע מיט'ן דובנער מגיד. ווי באוואוסט פלעגט ער ארומפארן אין אלע שטעט און זאגן מוסר דרשות. ער האט צוערשט פארציילט א שיינע מעשה. דאס איז געווען דער משל. דער נמשל איז געווען דער מוסר השכל. איז ער אמאל אנגעקומען אין א שטאט. וואו דער גבאי האט איהם געזאגט אז ווען ער וועט שבת נאכמיטאג זאגן זיין דרשה. זאלל ער נאר זאגן דעם משל. פארציילן די מעשה. און דעם נמשל זאלל ער נישט זאגן. ווייל די בעלי בתים זענען נישט פאראינטרעסירט אין דעם נמשל. ער האט מסכים געווען. און ער האט פארציילט א שיינע מעשה. אבער צוערשט האט ער זיך געשטעלט אויף א פסוק. ס'שטייט אין תהלים, אין מיטן פון קפיטל..."שיר מזמור לבני קורח" וואו דהמע"ה זאגט מוסר אז די פארמעגן פון א מענטש איז גארנישט. ווייל מ'נעמט זיך גארנישט מיט אויף יענע וועלט. ער האט אבער געוואוסט אז ס'איז דא מענטשן וואס האבן נישט ליעב צו הערן דעם נמשל. וואס טוט מען מיט דעם פסוק? האט ער עס געגעבן א רוק אריין צום סוף פון קפיטל. ווען ס'האט עכט נישט קיין שייכות אהין...!