בלאט 1 פון 1
דאס גוטהארציגקייט פון אונזערע חברים דא
נשלח: מאנטאג אוגוסט 06, 2012 9:28 pm
דורך זר זהב
איך וויל זיך באדאנקען פאר איינע פון אונזערע באגאבטע חברים דא, היחיד במינו הידען הנפלא, רוב רז לא אניס ליה, ה"ה הרב געפילטע פיש הי"ו
פארן מיר ארויסהעלפן אין מיין (זייער ערנסטן...) פראבלעם. ה' ישלם לך שכרך.
א ישר כח.

נשלח: מאנטאג אוגוסט 06, 2012 9:33 pm
דורך שמעקעדיג
ייש"כ זר פארן גיין פתיחה אויף דעם אשכול, וואס בעז"ה לאילנא רברבא יתעבד.
איך קען נישט מער ווי צושטימען אויף די שבחים פון הרב געפילטע.
ער איז א שטאלץ און א פראכט פאר אונזער שטיבל

נשלח: מאנטאג אוגוסט 06, 2012 10:26 pm
דורך געפילטע פיש
אדם עובר עבירה בסתר והקב"ה מכריז עליו בגלוי...
נשלח: מאנטאג אוגוסט 06, 2012 10:31 pm
דורך זר זהב
יעדער לויפטער שוין נאך??...
נשלח: מאנטאג אוגוסט 06, 2012 10:52 pm
דורך געפילטע פיש
זר זהב האט געשריבן:יעדער לויפטער שוין נאך??...
א גראדע ליין פליז, נישט זיך שטופען!
נשלח: דינסטאג אוגוסט 07, 2012 12:30 am
דורך נולד מאוחר
מה דגים שבים ... כך ...
נשלח: דינסטאג אוגוסט 07, 2012 12:54 am
דורך ונבנתה העיר
זר זהב האט געשריבן:יעדער לויפטער שוין נאך??...
מברך רעהו בקול גדול.
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 25, 2012 10:37 am
דורך לעמיל
א ריזיגן יישר כח פאר די חשוב'ע הנהלה דא, ובראשם הרב באריסטא שליט"א, פארן מיך אזוי שנעל ענטפערן אויף מיין פראבלעם וואס איך האב געהאט, און אויך א גרויסן יישר כח פאר ידידי, וידיד כל השטיבל, שמו נאה לו, הרב ר' זר זהב שליט"א, פארן מיך ארויסהעלפן בעת די שווערע צייט.... דער אייבערשטער זאל ענק באצאלן בכפל כפליים.
נשלח: מוצ"ש אקטאבער 27, 2012 9:33 pm
דורך berlbalaguleh
געפילטע פיש האט געשריבן:אדם עובר עבירה בסתר והקב"ה מכריז עליו בגלוי...
ס'איז דא אן אנדער פסוק, אדער מאמר חז"ל אם ראית ת"ח שעבר עבירה בלילה, שמא עשה תשובה. ודאי עשה תשובה.