בלאט 1 פון 1
נוצליכע בראוזער עקסטענשען'ס - Browser Extensions
נשלח: דאנערשטאג אפריל 30, 2020 4:45 pm
דורך פאליטיקאנט
אן אשכול געווידמעט פאר בראוזער עקסטענשען'ס קראום און פייערפאקס וועלכע קומען גוט צוניץ.
-עס איז ראטזאם מען זאל צולייגן א קעפל פון דעם נושא ווי למשל "קעשבעק".
-אויב מ'קען זאל מען צושרייבן א קליינע דעסקריפשען און באריכט (review).
אקראבאט עקסטענשען:
פשוט טוט קאנווערטן די וועב בלאט צו א פי די עף.
https://chrome.google.com/webstore/deta ... lefindmkaj]
Coupons
נשלח: דאנערשטאג אפריל 30, 2020 4:46 pm
דורך פאליטיקאנט
האניג:
מיין מערסט ווערטליכע בראוזער עקסטענשען, עס טוט אויטאמאטיש אויפזיכען און אליין אפלייען קיופאנס ביי א טשעקאוט בלאט!
עס האט מיך שוין ממש געשפארט הונדערטערס.
ווי אויך באקומט מען אויטאמאטיש א געוויסע פראצענט קעשבעק אויף רוב גרויסע סייטס.
מען קען אויך טרעקן געוויסע פראדוקטן און באקומען נאטיפיקאציעס ווען די פרייז פאלט.
https://www.joinhoney.com/
Cashback
נשלח: דאנערשטאג אפריל 30, 2020 4:47 pm
דורך פאליטיקאנט
ראקוטען / איבעטס:
די גרעסטע, בעסטע, מערסט פארלעסליכע קעשבעק סייט, פשוט מ'קויפט איין ווי געהעריג און מען פארדינט א געוויסע פראצענט קעשבעק.
מ'באקומט אויך א $30 באנוס פארן זיך ארויפסיינען.
https://www.rakuten.com/
Re: נוצליכע בראוזער עקסטענשען'ס - Browser Extensions
נשלח: דאנערשטאג אפריל 30, 2020 9:19 pm
דורך החוקר
ווען האבן זיי עס ארויפגערוקט צו $30? אויב געדענק איך גוט האב איך באקומען בערך $10 ביים אויפסיינען. אבער דאס איז שוין געווען יארן צוריק.
נשלח: דאנערשטאג אפריל 30, 2020 9:29 pm
דורך אינגערמאנטשיקל
בנוגע קעשבעק וועבזייטלעך איז וויכטיג אנצומערקן אז מ'קען נאר נוצן איינס, און אויב מ'מאכט עס פאר אן עקסטענשען קען מען נישט דערנאך גיין דורך אן אנדערע קעשבעק וועבסייט.
פאליטיקאנט איך האף אז דו לייגסט דיין רעפערעל לינק, אז דו זאלסט עפעס פארדינען ווען אנדערע שרייבן זיך איין דורך דיר... אויף אזויפיל מעגסטו נאך זיין א ריכטיגע פאליטיקאנט...
נשלח: דאנערשטאג אפריל 30, 2020 9:31 pm
דורך פאליטיקאנט
א יאר צוריק איז עס געווען ביי 25 אבער לעצטנס האבן זיי אסאך קאמפעטישן האבן זיי ארויפגערוקט די באנוס און די קעשבעק.
(איך האב א חבר וואס האלט זיך אין איין ארויפסיינען מיט פרישע אקאונטס געמאכט אויף א אימעיל
טעלעגראם באט און ער 'רעפערט' זיך אליין יעדע מאל אזוי מאכט ער אן איבעריגע $200 א חודש....)
נשלח: דאנערשטאג אפריל 30, 2020 9:34 pm
דורך אינגערמאנטשיקל
פאליטיקאנט האט געשריבן:א יאר צוריק איז עס געווען ביי 25 אבער לעצטנס האבן זיי אסאך קאמפעטישן האבן זיי ארויפגערוקט די באנוס און די קעשבעק.
(איך האב א חבר וואס האלט זיך אין איין ארויפסיינען מיט פרישע אקאונטס געמאכט אויף א אימעיל
טעלעגראם באט און ער 'רעפערט' זיך אליין יעדע מאל אזוי מאכט ער אן איבעריגע $200 א חודש....)
ער מוז אבער ספענדען א געוויסע סכום צו באקומען די באנוס.
נשלח: דאנערשטאג אפריל 30, 2020 9:44 pm
דורך פאליטיקאנט
אינגערמאנטשיקל האט געשריבן:בנוגע קעשבעק וועבזייטלעך איז וויכטיג אנצומערקן אז מ'קען נאר נוצן איינס, און אויב מ'מאכט עס פאר אן עקסטענשען קען מען נישט דערנאך גיין דורך אן אנדערע קעשבעק וועבסייט.
פאליטיקאנט איך האף אז דו לייגסט דיין רעפערעל לינק, אז דו זאלסט עפעס פארדינען ווען אנדערע שרייבן זיך איין דורך דיר... אויף אזויפיל מעגסטו נאך זיין א ריכטיגע פאליטיקאנט...
יא מעקען נאר נוצן איינס אבער אסאך זייטלעך האבן נאר איינע פון די צוויי קעשבעק, און בכלל
האניג האט אויטאמאטישע קיופאנס וואס מאכט עס גאר ווערטפול.
אבער
ראקוטען האט בעסערע קעשבעק.
איך נוץ ביידע, געוואנדן אויב
האניג האט געטראפן א קיופאן.....
(איך האב אמאל באשטעלט אויף אליבאבא אין די ווערט פון עטליכע טויזנט דאלאר און באקומען 2% קעשבעק מיט
ראקוטען!!!!!!!)
אינגערמאנטשיקל האט געשריבן:פאליטיקאנט האט געשריבן:א יאר צוריק איז עס געווען ביי 25 אבער לעצטנס האבן זיי אסאך קאמפעטישן האבן זיי ארויפגערוקט די באנוס און די קעשבעק.
(איך האב א חבר וואס האלט זיך אין איין ארויפסיינען מיט פרישע אקאונטס געמאכט אויף א אימעיל
טעלעגראם באט און ער 'רעפערט' זיך אליין יעדע מאל אזוי מאכט ער אן איבעריגע $200 א חודש....)
ער מוז אבער ספענדען א געוויסע סכום צו באקומען די באנוס.
יא, אבער האניג דארף מען נאר איינמאל קויפן און בכלל איז גרינג צו שפענדן דעם סכום ($30).
Re: נוצליכע בראוזער עקסטענשען'ס - Browser Extensions
נשלח: דינסטאג מאי 05, 2020 1:50 am
דורך פאליטיקאנט
פריוואט רילעי.
א שפיגל נייע עקסטענשען פאר פייערפאקס וועלכע שטעלט צו צייטווייליגע אימעיל אדרעסן פאר סייט'ס אויף וועלכע איר ווילט זיך נישט ארויפשרייבן, אדער טרייעלס.
עס שטעלט אייך צו א פרישע אימעיל וועלכע איז לינקד צו אייער אמת'ע אימעיל און איר קענט עס אויסמעקן ווען אימער איר ווילט.
https://addons.mozilla.org/en-US/firefo ... ate-relay/