בלאט 1 פון 1
סאמאטוכע אדער סומאטאכע?
נשלח: דאנערשטאג אפריל 30, 2020 8:58 pm
דורך פאליטיקאנט
לעצטנס זע איך די ווארט אסאך און עס איז געשריבן מיטן 'ו' צום סוף, אבער אין עלטערער "דער שטערן"ס זע איך אז עס איז געשריבן מיט די 'ו' אנהייב (און אזוי האב איך עס אלס געשריבן).
וועלכע איז די ריכטיגע?
און בעיקר אויב מעגליך די מקור?
נשלח: דאנערשטאג אפריל 30, 2020 9:19 pm
דורך berlbalaguleh
פאליטיקאנט: גוגל טרענסלעיט ברענגט עס (מיט צירילישע אלפאבעט). און ס'ליינט זיך מיט עי.בי.סי..."Sumatokha"...טייטשט דער מיריאם וועבסטער דיקשאנערי...Bustle... א טומל...! און ס'קומט געשריבן אין אידיש..."סומאטוכע"...!
ס'איז אין מקור א רוסיש ווארט. איך קען נישט טייפן ..."סירילליק"... די רוסישע אלפאבעט...איך האב עס נישט אינסטאלל'ד...!
Re: סאמאטוכע אדער סומאטאכע?
נשלח: דאנערשטאג אפריל 30, 2020 9:23 pm
דורך פאליטיקאנט
berlbalaguleh האט געשריבן:פאליטיקאנט: גוגל טרענסלעיט ברענגט עס (מיט צירילישע אלפאבעט). און ס'ליינט זיך מיט עי.בי.סי..."Sumatokha"...טייטשט דער מיריאם וועבסטער דיקשאנערי...Bustle... א טומל...! און ס'קומט געשריבן אין אידיש..."סומאטוכע"...!
וואס לייגסטו אריין אין טרענסלעיט?
נשלח: דאנערשטאג אפריל 30, 2020 9:28 pm
דורך berlbalaguleh
פון רוסיש צו ענגליש. און איך שרייב עס מיט ענגלישע עי.בי.סי. אזוי ווי איך האב עס געשריבן..."Sumatokha"...און די ענגליש טרענסלעישן קומט ארויס אלס ..."Bustle"...!
נשלח: דאנערשטאג אפריל 30, 2020 9:59 pm
דורך במדבר
און ''אידיש ווערטער אוצר'' (סינאנימען), ארויסגעגבן דארוך ''ראטה פאראלאג'', וואס איז זייער גרעמאטיש אויסגעהאלטן: שטייט ''סאמאטוכע''.
Re: סאמאטוכע אדער סומאטאכע?
נשלח: דאנערשטאג אפריל 30, 2020 10:01 pm
דורך פאליטיקאנט
איז א מחלוקת צווישן גוגל און ראטה פאראלאג.
ווי וועם פסק'נט מען?
נשלח: דאנערשטאג אפריל 30, 2020 10:04 pm
דורך וואולקאן עראפציע
איך האב שוין געזען ווי איינער שרייבט סומאכטעכאנע, אוי האב איך געלאכט... אפשר ווייל ס'האט מיר דערמאנט פון ושמחת בחגך...
נשלח: דאנערשטאג אפריל 30, 2020 10:04 pm
דורך [NAMELESS]
וויבאלד ראטה פארלאג איז אידיש און גוגל איז יידיש וועט מען זיך מוזן פארלאזן אויף ראטה/מעלות.
איך האב אמאל געטראפן א עלטערער האלב אידיש רעדנדער אין א שפיטאל אין ארץ ישראל וואס האט זיך אויפגעטאן פאר מיר אז ער אפדעיט אין גוגל קאמיוניטי די אידישע שפראך, דאן האב איך פארשטאנען פארוואס גוגל האט אזא גרייזיגער אידיש.
Re: סאמאטוכע אדער סומאטאכע?
נשלח: דאנערשטאג אפריל 30, 2020 10:08 pm
דורך פאליטיקאנט
מאך זיכער האט געשריבן:וויבאלד ראטה פארלאג איז אידיש און גוגל איז יידיש וועט מען זיך מוזן פארלאזן אויף ראטה/מעלות.
איך האב אמאל געטראפן א עלטערער האלב אידיש רעדנדער אין א שפיטאל אין ארץ ישראל וואס האט זיך אויפגעטאן פאר מיר אז ער אפדעיט אין גוגל קאמיוניטי די אידישע שפראך, דאן האב איך פארשטאנען פארוואס גוגל האט אזא גרייזיגער אידיש.
אבער ווי פריער געשריבן די עלטערע אויסגאבעס ווי דער שטערן, - וועלכע האט גאנץ שטארק מקפיד געווען אויף גראמאטישע כללים צען יאר צוריק - שרייבן אויך 'סומאטאכע'.[emoji848]
נשלח: דאנערשטאג אפריל 30, 2020 10:09 pm
דורך [NAMELESS]
איך ווייס נישט טאמער דער שטערן איז גענוג א גרויסע קאמפעטישן אין אידיש אויסלייג און גראמאטיק ווי ראטה.
Re: סאמאטוכע אדער סומאטאכע?
נשלח: דאנערשטאג אפריל 30, 2020 10:11 pm
דורך פאליטיקאנט
וועט מען דארפן אויסגעפינען ווי די ווארט שטאמט פון.
@berlbalaguleh פון נעמסטו אז עס איז רוסיש?
נשלח: דאנערשטאג אפריל 30, 2020 10:21 pm
דורך berlbalaguleh
וואולקאן עראפציע האט געשריבן:איך האב שוין געזען ווי איינער שרייבט סומאכטעכאנע, אוי האב איך געלאכט... אפשר ווייל ס'האט מיר דערמאנט פון ושמחת בחגך...
וואולקאן עראפציע:ועוד יש לומר. סומאכטע חאנע...אז חנה פרייטציך...!
נשלח: דאנערשטאג אפריל 30, 2020 10:22 pm
דורך וואולקאן עראפציע
פאליטי
באלד עסטע נאך פרעגן פון וואו מ'ווייסמער אז סאבאטאזש, כאראשא און ליובאוויטש זענען אויך רוסיש?...
נשלח: דאנערשטאג אפריל 30, 2020 10:26 pm
דורך במדבר
דא האט איר פון ויקימילון (עברית) ''סָמָטוֹחָה'' און די
מילה נרדפת איז ''בלגן''.
גיזרון מרוסית: sumatokha) суматоха).
https://he.wiktionary.org/wiki/%D7%A1%D7%9E%D7%98%D7%95%D7%97%D7%94
נשלח: דאנערשטאג אפריל 30, 2020 10:36 pm
דורך berlbalaguleh
במדבר: ייש"כ. דו האסט מיר פארשפארט א סאך ארבעט...א יעדער וואס איז אינטרעסירט קען קוקן אויף די רוסישע אותיות...א סי. אויף רוסיש איז די זעלבע. און ס'ליינט זיך אייביג ווי א סי. אדער עס.: א וויי ליינט זיך ווי או מלאפו"ם...: א עקס ליינט זיך ווי א חי"ת...!
נשלח: זונטאג מאי 03, 2020 5:03 am
דורך berlbalaguleh
במדבר האט געשריבן:און ''אידיש ווערטער אוצר'' (סינאנימען), ארויסגעגבן דארוך ''ראטה פאראלאג'', וואס איז זייער גרעמאטיש אויסגעהאלטן: שטייט ''סאמאטוכע''.
במדבר: אבער ווען מ'טרענסלעיט פון די רוסישע ווארט צו אידיש מיט די ליטווישע הברה. קומט עס אויס ווי..."סומאטאכא".../סומאטאכע...!
Re: סאמאטוכע אדער סומאטאכע?
נשלח: זונטאג מאי 03, 2020 5:30 am
דורך פאליטיקאנט
berlbalaguleh האט געשריבן:במדבר האט געשריבן:און ''אידיש ווערטער אוצר'' (סינאנימען), ארויסגעגבן דארוך ''ראטה פאראלאג'', וואס איז זייער גרעמאטיש אויסגעהאלטן: שטייט ''סאמאטוכע''.
במדבר: אבער ווען מ'טרענסלעיט פון די רוסישע ווארט צו אידיש מיט די ליטווישע הברה. קומט עס אויס ווי..."סומאטאכא".../סומאטאכע...!
איז מען צוריק צום ערשטן קעסטל.
אפשר גאר איז עס צוויי ווין: סומאטוכע ?
נשלח: זונטאג מאי 03, 2020 1:17 pm
דורך berlbalaguleh
פאליטיקאנט האט געשריבן:וועט מען דארפן אויסגעפינען ווי די ווארט שטאמט פון.
@berlbalaguleh פון נעמסטו אז עס איז רוסיש?
פאליטיקאנט: כמו שכתבתי. אז איך האב עס אריינגעלייגט אין גוגל טרענסלעיט אויף רוסיש/ענגליש. איז ארויסגעקומען דער ווארט אויף רוסיש. און דער מערריאם ועבסטער דיקשאנערי פארטייטשט עס און איז מסביר אז ס'מיינט א טומל...!
לגבי די אידיש ספעללינג. איז דאס די טרענסלעישן פון דעם רוסישן ווארט..."סומאטאכא/ע"...! )די עיי"ן איז אידיש סלענג.אזוי ווי ביי א סאך ..."אידיש"... ווערטער...!