בלאט 1 פון 1

אכן נודע דבר הקאראנע!!

נשלח: מוצ"ש מאי 02, 2020 10:03 pm
דורך שקד
נישט צוליב סעלפאנס אין שול, און נישט צוליב טעכנעלאגיע בכלל. אויך נישט וועגן מחלוקת אין די הויפען, און אוודאי נישט צוליב לשון הרע וניבול.
יעדער האט ליב צו זאגן וואס עהם קוועטשט אין בויך, און מ'פארגעסט עפעס וואס איז אזוי קליפ און קלאר פאר די אויגן.
משיח דארף שוין דא זיין, אבער ער ווארט מ'זאל אויסלייזן די צעבראכענע נפשות, וואס לעכצן אויף א פאסיגע שידוך, און מ'לאזט ווארטן און ווארטן און ווארטן.

זעט עטץ נישט אז מ'האט אונז איינגעשפארט, אזויווי א סינגל אין א הויז אליינס? ווי איז אונזער שכל געווען די לעצטע צוויי חדשים אז מ'האט דאס נישט געכאפט.

ליידער כאפט מען מער און מער פעטש, און ווילאנג ס'וועט נישט ווערן א פלייץ פון שידוכים פאר די אלע לעפט'אווערס, וועט מען זעצן אויפ'ן שבעה בענקל מער און מער מחותנים.