בלאט 1 פון 5
סטאק מארקעט טראסק
נשלח: מוצ"ש מאי 02, 2020 11:34 pm
דורך פאליטיקאנט
רבותי גרייטס ענק אויף א רויט בלוטיגן טאג דעם מאנטאג.
די סטאק מארקעט האט זיך צוריק געהויבן אין די לעצטע פאר וואכן צו שטאפלן ממש פאר די קראך, הגם די עקאנאמיע ליידט נאך ווייטער און גארנישט פונדאמענטאליש האט זיך נישט געטוישט.
די סיבה דערצו איז נישט זיכער אבער עקספערטן זאגן אז עס קען זיין וועגן די עולם וויל נישט "דערלייגן" די רווחים וואס מ'קען מאכן ווען אזא טראסק געשעט, און די עולם האט זיך גענומען קויפן זיך ארויפכאפנדיג אויף יעדע קליינע גוטע נייעסל, און זיך נישט וויסנדיג געמאכט פון דאטא וואס וויזט אז די מצב איז גאר ביטער.
ווי אויך האט די פעדעראלע רעזערוו אין א פרעצעדענטלאזע שריט אונטערגענומען פארשידענע פראגראמען ווי קיינמאל בעפאר.
- קיינמאל אין די היסטאריע האט א טראסק געבויט אויף אזוינע שטארקע סיבות (דהיינו א פארמאכטע עקענאמיע) זיך צוריק געהויבן אזוי שנעל!
ביז דעם וואך פרייטאג.
פרייטאג איז ארויסגעקומען די ארבעטסלאזע ראטע און עס האט געשריגן די מציאות: 30 מיליאן ארבעטסלאזע! - די מארקעט האט זיך געגעבן א שאקל, אבער ווייט נישט גענוג.
טעקניקעל אנאליסעס ווייזט אז די דירעקציע פון די מארקעט מאנטאג, פאלגט נאך פון פרייטאג חוץ אויב עס איז דא א פרישע קאטאליסט (דהיינו נייעס ליב און למוטב).
און דא שטיי מיר:
א פאר שעה צוריק האט די לעגענדארע אינוועסטירער ווארען באפעט וועמענס ווארט האט גאר א שטארקע אימפאקט אויף יעדע אינוועסטירער געמאלדן אז זיין האלדינג קאמפאני האט פארקויפט אלע זייערע עירליין סטאק!!!
פאר א חודש צוריק האט ער געמאלדן אז ער האט פארקויפט $400 מיליאן דאלער ווערט פון עירליין סטאק, און אמעריקען און דעלטא האבן געפאלן 11 און 5 פראצענט, יעצט אבער רעדט מען פון זיין "גאנצע" זאפאס פון סטאק "איבער זעקס ביליאן דאלער"!!!!!!!!!
דאס וועט זיכער האבן א שטארקע אימפאקט אויפ'ן עירליין אינדוסטריע מאנטאג און די גאנצע מארקעט וועט ווערן נאכגעשלעפט.
-אויב ווילט איר אינוועסטירן יעצט דינסטאג / מיטוואך דאן גייט צוביסלעך און לאזט איבער קעש אויב די מארקעט פאלט ווייטער.


נשלח: מוצ"ש מאי 02, 2020 11:40 pm
דורך אינגערמאנטשיקל
אז מיר רעדן שוין מיט א יודע עתידות, אפשר געבסטו אונז די זעקס נאמבערס? Just kidding
כ'האב א חבר וואס אמאל אנגעקומען צו עפעס איינער וואס ליינט הענט וכו', גיבט ער יענעם א פרעג "אפשר געבסטו מיר די זעקס נאמבערס?" ענטפערט דער שטערן זעהער "ווען איך ווייס עס קום איך נישט אויף אמעריקא קאלעקטן צוואנציגערס"....
נשלח: מוצ"ש מאי 02, 2020 11:44 pm
דורך פאליטיקאנט
איך בין נישט קיין יודע עתידות בכלל.
איך פאלג נאך די מארקעט פאר א שיינע פאר יאר, און איך האלט גאנץ א שיינע סכום אינוועסטירט דערין.
בעצם האלט איך אויף לאנג טערם און איך מאך מיך נישט צוטין פון קליינע "מארקעט פלאקטשועישענס" אבער יעצט איז א שעת הכושר האלט איך מיט גאר אסאך נייעס און איך לייג צו געוואנדן אין דעם....
נשלח: מוצ"ש מאי 02, 2020 11:45 pm
דורך אינגערמאנטשיקל
אודה ולא אבוש, איך רעספעקט דיין אפיניען ע"ע אישי...
נשלח: זונטאג מאי 03, 2020 12:07 am
דורך החוקר
איך האב נאך גארנישט אריינגעלייגט דורכאויס די גרויסארטיגע קאראונע סעיל. איך האלט אז די מארקעט גייט נאך ציפעדיג טראסקען.
אבער איך האלט אן אויג צו זיין גרייט ווען איך שפיר אז די מארקעט איז רייף.
נשלח: זונטאג מאי 03, 2020 12:20 am
דורך במדבר
@פאליטיקאנט: איך געב דיר מיין לעצטע צוואנציגער, אויב קימסטו צריק מיט געניג פאר א דריי שטאקיגע הויז און צענטער פון בארא-פארק, באקריגסטו אין אויסטויש קביעת מזוזה.
[א דאנק פאר דיינע אינפארמאטיווע, קלאר געשריבענע ארטיקלען ]
נשלח: זונטאג מאי 03, 2020 12:20 am
דורך אינגערמאנטשיקל
החוקר האט געשריבן:איך האב נאך גארנישט אריינגעלייגט דורכאויס די גרויסארטיגע קאראונע סעיל. איך האלט אז די מארקעט גייט נאך ציפעדיג טראסקען.
אבער איך האלט אן אויג צו זיין גרייט ווען איך שפיר אז די מארקעט איז רייף.
קענסטו שטעלן א ליין וואס דעמאלטס גייסטו אריינלייגן?
נשלח: זונטאג מאי 03, 2020 12:20 am
דורך פאליטיקאנט
החוקר האט געשריבן:איך האב נאך גארנישט אריינגעלייגט דורכאויס די גרויסארטיגע קאראונע סעיל. איך האלט אז די מארקעט גייט נאך ציפעדיג טראסקען.
אבער איך האלט אן אויג צו זיין גרייט ווען איך שפיר אז די מארקעט איז רייף.
אט אזוי.
איך האלט שוין אזוי גאנץ לאנג, ווי אויבן געשריבן איז די פראבלעם נאכאלס דא און דאס וואס האט געמאכט די מארקעט טראסקענען דריי חדשים צוריק וואלט געדארפט עס אפהאלטן פון ארויפגיין ווילאנג עס איז נישט געסאלווט.
אבער מ'קען קיינמאל וויסן די אונטען פון די טראסק, און עס איז ראטזאם אריינצוגיין מיט אביסל אויפאמאל.
נעמט פאר א ביישפיל $CCL, וועלכע האט געטראסקעט צו $7.80 אבער אפי' איך האב דאן געהאלטן אז עס קען ווײטער פאלן (נאך פאר זיי האבן געטון געוויסע שריט) דאך בין איך אריין גרויס וויסנדיג אז מ'קען קיינמאל וויסן, און ביז דערווייל האט זיך עס גרויס געלוינט.
ווי אויך טו איך פארקויפן קאל אפשענ'ס דערויף וואס אין אזא מארקעט (מיט הויעכע אימפלייד ואלעטיליטי) איז עס א שיינע פארדינסט וועכענטליך!
מ'דארף פשוט האלט גענוג קעש צו קענען צולייגן.

נשלח: זונטאג מאי 03, 2020 12:24 am
דורך אינגערמאנטשיקל
אונז ווארטן מיר נאך צו הערן וועלכע פלעטפארם איז נוצבאר
נשלח: זונטאג מאי 03, 2020 12:25 am
דורך פאליטיקאנט
אינגערמאנטשיקל האט געשריבן: קענסטו שטעלן א ליין וואס דעמאלטס גייסטו אריינלייגן?
דעס הייסט שפעקולאציע, און עס איז אוממעגליך פאראויס צוזאגן.
איך לייג צו יעדע שטיק צייט, מיט קליינע פראצענטן.
(זייענדיג אן עמעזאן פארקויפער האס איך געשמועסט מיט מיין סופלייער אין טשיינע אנהייב יאנואר, און געבויט אויף וואס איך האב געהערט פון עם און געזען אין די נייעס װעגן איטאליע, און זעענדיג אז גארנישט ווערט נישט געטון אין אמעריקא האב איך ארויסגעשלעפט דאס גאנצע געלט צוריק צו קעש חוץ א קליינע סכום אין גייט סטאקס....
יעצט קויף איך צוריק.)
נשלח: זונטאג מאי 03, 2020 12:26 am
דורך פאליטיקאנט
אינגערמאנטשיקל האט געשריבן:אונז ווארטן מיר נאך צו הערן וועלכע פלעטפארם איז נוצבאר
איך האף צו שרייבן אויפדעם אבער ס'מאכט נישט עכט אויס.
אויב ביסטו נישט דא אויף זיך צו שפילן אריין ארויס גלייך איז יעדע גוט.
(איך פערזענליך האב דריי! פארן קורצן טערמין, לאנגן טערמין, און פאר שפעקולאציע (בעיקר אפשען'ס).)
נשלח: זונטאג מאי 03, 2020 12:31 am
דורך במדבר
@פאליטיקאנט: איך געב דיר מיין לעצטע צוואנציגער, אויב קימסטו צריק מיט געניג פאר א דריי שטאקיגע הויז און צענטער פון בארא-פארק, באקריגסטו אין אויסטויש קביעת מזוזה.
[א דאנק פאר דיינע אינפארמאטיווע, קלאר געשריבענע ארטיקלען ]
נשלח: זונטאג מאי 03, 2020 12:35 am
דורך פאליטיקאנט
איך וויל נאר צולייגן אז מען זאל אפמאכן א קלארע סכום פאראויס וויפיל מען גייט אינוועסטירן, און פון דעם זאל מען זיין זייער באקוועם צו פארלירן א גרויסע חלק (דשאסט אין קעיס), און מען זאל נישט צולייגן!
סיי ווען מען מאכט סיי ווען מען דערלייגט.
פארשטייט זיך אז מען לייגט נישט אריין געלט וואס איז א ספק אז מ'גייט עס דארפן אין די קומענדיגע שטיק צייט.
נשלח: זונטאג מאי 03, 2020 12:41 am
דורך קורקלענד
מיינע צוויי צענט:
ס'נישט מעגליך צו וויסן וויאזוי די מארקעט וועט זיין מאנטיג. און אויך נישט סיי וועלכע אנדערע טאג. פונקט אזויווי 'קיינער' האט נישט אקוראט פאראויסגעזאגט ווי שנעל ס'וועט זיך צוריק ארויפכאפן.
די וועלט זאגט ס'איז דא צוויי מיני מענטשן: א', די וואס וואס ווייסן אז זיי קענען נישט פאראויסזאגן. ב', די וואס ווייסן נאכנישט אז זיי קענען נישט פאראויסזאגן.
אריינלייגן אין די מארקעט (טאטאל אינדעקס) איז זייער א חשובע זאך. אבער ווען איז ס'בעסטע אריינצולייגן און ווען ס'איז ס'בעסטע ארויסצוגיין איז נישט מעגליך צו וויסן. דעריבער איז ס'בעסטע אריינצוגיין סיי ווען מ'האט געלט אריינצולייגן פאר א לענגערע צייט (5+ יאר). און ארויסגיין ווען נאר מ'דארף ניצן די געלט (אדער ווען מ'זעהט אז אין די נעקסטע פאר יאר וועט מען עס דארפן און די מארקעט איז הויעך).
אנדערש דארף מען צופיל זיין גערעכט און ס'נישט מעגליך!
נשלח: זונטאג מאי 03, 2020 12:46 am
דורך פאליטיקאנט
איי עגרי.
אבער אין צייטן פון אפארטוניטי איז זיכער אז עס לויט אריינצולייגן, דאס אז מ'קען נישט פאראויסזאגן איז אוואדי אמת, דערפאר שרייב איך איז די בעסטע סטראטעגיע אריינצוגיין צוביסלעך מיט פראצענטן פון די געלט וואס מען איז גרייט אריינצולייגן.
נשלח: זונטאג מאי 03, 2020 12:50 am
דורך קורקלענד
זייער שווער צו דעפינירן אפארטוניטי.
איך קען אייך כמעט אייביג ווייזן שווארץ אויף ווייס אז ס'קען גיין ביידע וועגן. ס'איז אייביג א גרויסע ריסק. א גרעסערע אפארטוניטי איז קומט מיט א גרעסערע ריזיקע.... א גרעסערע ריזיקע איז מער שאנס פון פארלוסטן.
נשלח: זונטאג מאי 03, 2020 12:57 am
דורך פאליטיקאנט
יא אבער ווען מ'רעדט אויפ'ן לאנגען טערמין איז שווער צו זאגן אז יעצט איז נישט אפארטוניטי.
אפי' אויב מ'לייגט אריין אין די מארקעט פאלט אסאך מער איז עס נאכאלס א געווינס אויפ'ן לאנגן טערמין.
נשלח: זונטאג מאי 03, 2020 12:59 am
דורך אינגערמאנטשיקל
פאליטיקאנט האט געשריבן:אינגערמאנטשיקל האט געשריבן: קענסטו שטעלן א ליין וואס דעמאלטס גייסטו אריינלייגן?
דעס הייסט שפעקולאציע, און עס איז אוממעגליך פאראויס צוזאגן.
איך לייג צו יעדע שטיק צייט, מיט קליינע פראצענטן.
(זייענדיג אן עמעזאן פארקויפער האס איך געשמועסט מיט מיין סופלייער אין טשיינע אנהייב יאנואר, און געבויט אויף וואס איך האב געהערט פון עם און געזען אין די נייעס װעגן איטאליע, און זעענדיג אז גארנישט ווערט נישט געטון אין אמעריקא האב איך ארויסגעשלעפט דאס גאנצע געלט צוריק צו קעש חוץ א קליינע סכום אין גייט סטאקס....
יעצט קויף איך צוריק.)
מיין פראגע איז געווען געוואנדען צו החוקר
נשלח: זונטאג מאי 03, 2020 1:02 am
דורך אינגערמאנטשיקל
ס'דא די באקאנטע עדווייס פאר'ן לאנג טערמיניגע אינוועסטירונג: "אינוועסט ווען 'דיין' צייט איז רייף, נישט ווען די מארקעט איז רייף". דהיינו ווען דו האסט אן איבריגע פאר דאלער, כדברי מורינו [tag]קורקלענד[/tag]
נשלח: זונטאג מאי 03, 2020 1:06 am
דורך רביה''ק זי''ע
פאליטיקאנט האט געשריבן:אבער אין צייטן פון אפארטוניטי איז זיכער אז עס לויט אריינצולייגן, דאס אז מ'קען נישט פאראויסזאגן איז אוואדי אמת, דערפאר שרייב איך איז די בעסטע סטראטעגיע אריינצוגיין צוביסלעך מיט פראצענטן פון די געלט וואס מען איז גרייט אריינצולייגן.
איך געדענק ליינען ערגעץ אז כאטש וואס מ'האט א געוויסע סכום געלט וואס מ'לייגט אריין יעדן חודש זאל עס נישט זיין יעדן חודש פונקט די זעלבע, ווען די מארקעט שטייגט זאל מען אריינלייגן אביסל ווייניגער, און ווען די מארקעט פאלט זאל מען אריינלייגן אביסל מער.
נשלח: זונטאג מאי 03, 2020 1:22 am
דורך פאליטיקאנט
היסטאריש גערעדט האט די מארקעט צוריקגעפאלן יעדע פאר יאר, אויסווישנדיג די צוגענומענע רווחים פון די לעצטע עטליכע יאר, אבער יעדע מאל האט זיך עס צוריק געהויבן און געפארן העכער אין א רעלאטיוו קורצער צייט (געוואנדן אין די אומשטענדן וועלכע האבן געברענגט צום קראך).
נעמט פאר א ביישפיל צוויי יאר צוריק אנהייב 2018 די מארקעט האט גאר שטארק געפאלן צוליב די פחד פון א האנדל מלחמה (trade war) אבער דאן האט זיך עס צוריק געהויבן אין אפאר חדשים.
איז דערפאר לוינט נישט אריינצוגיין ווען די מארקעט איז הויעך, אבער היות מעקען קיינמאל וויסן און סתם זיצן אינדערזייט האט דאך אויך נישט קיין פשט, איז ראטזאם אריינצוגיין מיט א חלק און האלטן א שיינע סכום גרייט פאר אזוינע מארקעט 'אפורטוניטיס'.
סתם איז אינטערעסאנט צו צוצייכענען אז אפי' איינער וואס האט אינוועסטירט אין די טייערסטע צייט, א מינוט פאר יעדע קראך (למשל אין 1999, 2008, און 2018) נאכאלס איז ער ארויס מיט א שיינע רווח 8-10 יאר שפעטער.!
דאס אלעס איז פארשטייט גערעכט אויף אינוועסטירן אין א אינדעקס, אויף ספעציפישע סטאקס איז אינגאנצן אנדערע הלכות.
נשלח: זונטאג מאי 03, 2020 2:13 am
דורך קורקלענד
היסטאריש גערעדט, און איך גיי דעס שוין נאך יארן לאנג, האבן די מענטשן וואס האבן געווארט פאר אפארטוניטי אין אלגעמיין דערלייגט. יא איר הערט גוט, דערלייגט! רוב מאל ווען ס'טראסקעט, טראסקעט עס נישט אזוי ווייט צוריק ווי די ערשטע אמת'ע אפארטוניטי.
פון וואנעט ווייס איך? ווייל יעדעס מאל איך בין איינעם מציע אריינצולייגן, און ער זאגט אז ער גייט עס טוהן ווען ס'קומט די אפארטוניטי שטרייך איך אן ווי דער מארקעט האלט, ווען ער הערט ס'טראסקעט. זאג איך איהם נו, לאמיר זעהן וואס די דיסקאונט איז. געווענליך איז עס מער ווי דער ערשטע אפארטוניטי....... אוודאי האט יעדע כלל א יוצא. אבער איך רעד פון די כלל.
נשלח: זונטאג מאי 03, 2020 2:50 am
דורך פאליטיקאנט
די מארקעט פאלט יעדעס יאר ערגעץ ווי א היפשע ביסל פראצענט.
איך רעד פון ריכטיגע "קארעקשענס" וועלכע פאסירן איינמאל א פאר יאר.
אבער על זה האב איך שוין געשריבן אז ס'לוינט נישט צו ווארטן אינגאנצן, נאר אריינלייגן צוביסלעך און האלטן א שיינעם סכום אויפ'ן אפארטוניטי.
(אפארטוניטי קען אויך מיינען א ספעציפישע סטאק, ווי למשל באואינג נאך אן עראפלאן קראך).