בלאט 1 פון 1
Invisible Children - KONY 2012
נשלח: זונטאג מערץ 11, 2012 9:11 pm
דורך ראטגעבער
Re: Invisible Children - KONY 2012
נשלח: זונטאג מערץ 11, 2012 9:16 pm
דורך ראטגעבער
זיי דרייען גאנץ גוט אן א מצב, אבער האלט עטס נישט אז קודם זאל די רעגירונג זיך זארגן פאר אירע אייגענע בירגער וואס מיטשען זיך פאר א דאללער, און זיך זעהן ארויס פון אירע חובת, פאר זיי שיקן געלט און העלפן סייוועם.
Re: Invisible Children - KONY 2012
נשלח: זונטאג מערץ 11, 2012 9:43 pm
דורך ידען
וואס איז די רעדע?
Re: Invisible Children - KONY 2012
נשלח: זונטאג מערץ 11, 2012 10:31 pm
דורך [NAMELESS]
הארץ האט א גוטע ארטיקל דערוועגן
http://www.haaretz.co.il/captain/net/1.1661294ווען איך האב געזעהן קוני האב איך געטראכט אז עפעס מאכט נישט קיין סענס, געווענליך מלחמות זענען נישט אזוי שווארץ און ווייס, אזוי פשוט אז איין בוגי מען מאכט אומגליקליך א לאנד, און געגנאגן, לאמיר אים כאפן. עס איז פיל מער קאמפליצירט און נישט אזוי איין-דימאנסיעל.
Kony 2012
נשלח: מאנטאג מערץ 12, 2012 1:16 am
דורך דבילה
ז'אסעף קאני שר"י איז דער באקאנטע רשע וואס לויפט שוין 26 יאר ארום אין מזרח אפריקע און בויט א מלוכה אויף די בלוט פון צענדליגע טויזענטע קינדער און זייערע עלטערן וואס ער הרג'עט און ברוטאליזירט. דער רשע קאני האלט זיך פאר א גאט און טוט קידנאפן קינדער אז זיי זאלן פאר עם קעמפפן. אין פאקט באשטייט זיין גאנצע מיליטער בעיקר פון קינדער זעלנער. די וועג וואס ער כאפט זיי איז אז ער באפאלט א קליינע דארף און באצווינגט די יונגלעך צו הרג'ענען זייערע עלטערן און מאנס זיין די שוועסטער בפני קהל ועדה. דאס איז גורם אז די קינדער האבן שוין נישט קיין פתח צוריק אין דארף אריין און מוזן אויספאלגן אלץ וואס קאני הייסט.
לעצטענס האבן זיך א גרופע אמעריקאנע היפיס גענומען צו דער נושא און פרובירן צו ברענגן די טעמע צום באוואוסטזיניקייט פונעם אמעריקאנעם פאלק. ביזדערווייל האבן זיי טיילווייז מצליח געווען.
קוקט דעם יוטוב און נעמט אנטייל אין די מצוה ווי עס פאסט זיך פאר יודען רחמנים בני רחמנים.
http://youtu.be/Y4MnpzG5Sqc
Re: Invisible Children - KONY 2012
נשלח: מאנטאג מערץ 12, 2012 1:22 am
דורך רואיק
קופערניקוס האט געשריבן:הארץ האט א גוטע ארטיקל דערוועגן
http://www.haaretz.co.il/captain/net/1.1661294ווען איך האב געזעהן קוני האב איך געטראכט אז עפעס מאכט נישט קיין סענס, געווענליך מלחמות זענען נישט אזוי שווארץ און ווייס, אזוי פשוט אז איין בוגי מען מאכט אומגליקליך א לאנד, און געגנאגן, לאמיר אים כאפן. עס איז פיל מער קאמפליצירט און נישט אזוי איין-דימאנסיעל.
ראביי קופערניקוס, געב א ליין זיין Wikipedia בלעטל. ער איז א חולה מסוכן און א קולט פירער.
http://en.wikipedia.org/wiki/Joseph_Kony
Re: Invisible Children - KONY 2012
נשלח: מאנטאג מערץ 19, 2012 3:31 pm
דורך קול גדול
יאנקל האט געשריבן:טאקע א שרעק. נו, בני אברהם יצחק ויעקב זענען דאך רחמנים בני רחמנים, איז דאך זיכער אז דער עולם וועט ווארים ארויסהעלפן.
לכאורה איז דא א מהלך אז מיר דארפן גאר שטיצן האדמו''ר מקאני שליט''א, ער איז דאך מקיים די קללה פון די תורה אז שווארצע דארפן זיין שקלאפן, און כידוע פון צדיקים איז פרעזידענט לינקאלן ערמאדערט געווארן אלץ א שטראף וואס ער האט באפרייט שקלאפן קעגן די תורה אז זיי דארפן זיין עבדים.
נאכען אריינקלערן טיפער איז מיר איינגעפאלען אז ר' קאני אליין איז דאך פון די בני חם דערפאר דארף ער דאך אליין זיין אן עבד, אבער מ'קען אנעמען אז ס'איז בעסער א שווארצע זאל עס טון זיין ווי איידער ס'זאל בכלל נישט מקיום ווערן. וצ"ע.
Re: Invisible Children - KONY 2012
נשלח: מאנטאג מערץ 19, 2012 8:29 pm
דורך זר זהב
דעם דירעקטאר פונעם פילעם האט מען אריינגעפירט פאר סייקעאטריק עוועלועשען.