בלאט 1 פון 1
מאסקע תקנות פאר נשים!
נשלח: דאנערשטאג מאי 07, 2020 7:37 pm
דורך פאליטיקאנט
מאסקס זאלן זיין שווארץ אדער טינקל
בלוי.
מאסקס זאלן נישט האבן קיין שום ״לאגא״ אדער ״דיזיין״.
עס איז נישט ערליובט צי טראגן א מאסק מיט דענים, רויט, אין אנדערע שרייעדיגע קאלירן.
מאסקס זאלן נישט זיין אזוי ״טייט״ אז עס זאל זיך אנזען די פארעם פון די פנים.
מאסקעס זאלן 4 אינטשעס נאך די
מויל.
מען זאל אכטונג געבן אז עס זאל זיין געניג לאנג אז עס זאל זיך נישט אויפהייבן ווען מען רעדט.
לויט אינזער מסורה טראגט תלמידות פין אינזער מוסדות ווייסע מאסקס אויף שבת, יום טוב, אין ביי שמחות.
מאסקס זאלן האבן א סיעם.
עס פעלט נישט אויס צי האבן באזינדערע מאסקעס פאר יעדע טאג פין די וואך. תלמידות זאלן נישט האבן מער ווי דריי מאסקעס פאר סקול אין איינס לכבוד שבת ויום טוב.
כל כבודה בת מלך פנימה! די שיינקייט פון א בת ישראל איז איר צניעות. פארשטייט זיך אז ווי ווייט מעגליך זאל מען בלייבן אינדערהיים אין נאר ארויסגיין מיט א מאסק ווען גאר וויכטיג אין אפילו אין אזא פאל נישט צווישן מענער.
כדי גרינגער צי מאכן פאר די חשובה עלטערן, וועט זיין פשוטה מאסקעס צי באקימען אין די אפיס פאר $12 א מאסק.
לייגט צו אייער אייגענע......
נשלח: דאנערשטאג מאי 07, 2020 7:43 pm
דורך במדבר
און צום לעצט פארלאנגען מיר אז: די מאסקעס זאלן פארדעקן די גאנצע פנים, און עס זאל שוין בלייבן אזוי א תקנה עולמית אויך נאך קאראונא.
נשלח: דאנערשטאג מאי 07, 2020 10:51 pm
דורך berlbalaguleh
פאליטיקאנט: דו האסט א הווה אמינא אז דאס איז נישט א פאראדי פון א 12'טע קלאס אדער א הייסקול מיידל וועלכע קען אפילו נישט גוט ספעללן...לאל...!
נשלח: פרייטאג מאי 08, 2020 12:00 am
דורך מפיל קינד
סאטמאר האט נאכנישט פובליצירט זייערע מאסקע תקנות, ווייל זיי קענען נאכנישט די מאדע צו וויסן וואס איז צניעות'דיג.
למשל, אויב וועט די מאדע זיין קורץ ווי די בלאוזעס זענען, וועט מען מוזן גיין מיט ריזיגע לאנגע מאסקעס ביז די אויגן.
אויב וועט די מאדע זיין לאנג ווי די ראובס (פאנדזשעלאוס בלע"ז) וועט מען נישט טארן קומען מיט גרויסע מאסקעס וואס דעקט צו מער פון א האלבע נאז.
אבער די הוספה צום תקנה האבן זיי שוין געשריבן, אז אפי' אונטער די מאסקע איז נישט ערלויבט צו שמירן די ליפן מיט רוישיגע קאלירן. ווייל אפילו אויב קיינער זעט נישט, זעט נאכאלץ דער באשעפער.
וכמאמר החכם, וויאזוי ס'גויאישט זיך, אזוי אידישט זיך...
נשלח: מיטוואך מאי 20, 2020 10:24 pm
דורך real fake news
נשלח: דאנערשטאג מאי 21, 2020 2:23 am
דורך berlbalaguleh
מפיל קינד האט געשריבן:סאטמאר האט נאכנישט פובליצירט זייערע מאסקע תקנות, ווייל זיי קענען נאכנישט די מאדע צו וויסן וואס איז צניעות'דיג.
למשל, אויב וועט די מאדע זיין קורץ ווי די בלאוזעס זענען, וועט מען מוזן גיין מיט ריזיגע לאנגע מאסקעס ביז די אויגן.
אויב וועט די מאדע זיין לאנג ווי די ראובס (פאנדזשעלאוס בלע"ז) וועט מען נישט טארן קומען מיט גרויסע מאסקעס וואס דעקט צו מער פון א האלבע נאז.
אבער די הוספה צום תקנה האבן זיי שוין געשריבן, אז אפי' אונטער די מאסקע איז נישט ערלויבט צו שמירן די ליפן מיט רוישיגע קאלירן. ווייל אפילו אויב קיינער זעט נישט, זעט נאכאלץ דער באשעפער.
וכמאמר החכם, וויאזוי ס'גויאישט זיך, אזוי אידישט זיך...
מהר"א שליט"א האט נאכנישט גערעדט איבער די נייע פירצה, רח"ל. ביי די נעקסטע געלעגנהייט. דעם 2'טן טאג שבועות, נאכ'ן ליינען די כתובה וועט ער שענקען אן אנדערטהאלבן שעה פאר די נושא. און אנדערע פירצות וועלכע זענען לעצטנס אויפגעקומען אלס רעזולטאט פון די מחלה קאראנא, רח"ל. אין די שענסטע אידישע שטיבער. (נישט שטויבער.)...!
נשלח: דאנערשטאג מאי 21, 2020 10:33 am
דורך פליישיג
berlbalaguleh האט געשריבן:מפיל קינד האט געשריבן:סאטמאר האט נאכנישט פובליצירט זייערע מאסקע תקנות, ווייל זיי קענען נאכנישט די מאדע צו וויסן וואס איז צניעות'דיג.
למשל, אויב וועט די מאדע זיין קורץ ווי די בלאוזעס זענען, וועט מען מוזן גיין מיט ריזיגע לאנגע מאסקעס ביז די אויגן.
אויב וועט די מאדע זיין לאנג ווי די ראובס (פאנדזשעלאוס בלע"ז) וועט מען נישט טארן קומען מיט גרויסע מאסקעס וואס דעקט צו מער פון א האלבע נאז.
אבער די הוספה צום תקנה האבן זיי שוין געשריבן, אז אפי' אונטער די מאסקע איז נישט ערלויבט צו שמירן די ליפן מיט רוישיגע קאלירן. ווייל אפילו אויב קיינער זעט נישט, זעט נאכאלץ דער באשעפער.
וכמאמר החכם, וויאזוי ס'גויאישט זיך, אזוי אידישט זיך...
מהר"א שליט"א האט נאכנישט גערעדט איבער די נייע פירצה, רח"ל. ביי די נעקסטע געלעגנהייט. דעם 2'טן טאג שבועות, נאכ'ן ליינען די כתובה וועט ער שענקען אן אנדערטהאלבן שעה פאר די נושא. און אנדערע פירצות וועלכע זענען לעצטנס אויפגעקומען אלס רעזולטאט פון די מחלה קאראנא, רח"ל. אין די שענסטע אידישע שטיבער. (נישט שטויבער.)...!
דו ביסט א ציוני, און דא מאכסטו ליצנות פון די סאטמארע רבי, אלזא מיט וואס פונקטליך פארופסטו זיך אלס זיין חסיד?
נשלח: דאנערשטאג מאי 21, 2020 1:58 pm
דורך berlbalaguleh
פליישיג: איך מאך נישט קיין ליצנות. פארקערט.איך האב גרויס הערצה פאר די אלע גוטע זאכן וואס מהר"א שליט"א האט איינגעפיהרט. און שטאטס הכרת הטוב מאכט מען ליצנות. נאר ביי דעם פאל, דארף מען פארשטיין די יונגעלייט און זייערע משפחות. זיי זיצן שוין חדשים איינגעשפארט. און די רבי האקט אויף אלעם. ואי אפשר לפורטם כי רבים הם.כ'האב נישט געהערט עפעס פאזיטיוו לעצטנס. די גמ' זאגט..."תפשת מרובה לא תפשת"...ווען מ'זאלל טון אלעס אזוי ווי די רבי שליט"א זאגט אין זיינע דרשות וואלט דאס לעבן געווען זייער שטארק באורינג. ספעציעל פאר יונגעלייט...!