וויכטיגקייט, שוועריגקייט און עצות צו בלייבן אנאנים

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
אךשמח
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 362
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 24, 2012 5:34 pm
האט שוין געלייקט: 89 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 215 מאל

וויכטיגקייט, שוועריגקייט און עצות צו בלייבן אנאנים

שליחה דורך אךשמח »

ווען מען מאכט אפ צו שרייבן אויפן נעט, באשאפט מען זיך א ניק וואס איז געווענליך נישט די אייגענע נאמען, ווייל מען רעכנט צו בלייבן אנאנים. ווען די צייט גייט פארביי און מען האט שוין געשריבן א שיין ביסל מאמרים און תגובות, און מען זעט וואס אנדערע שרייבן, הייבט מען זיך אן צו באקענען מיט פרישע ניקים און מען שרייבט זיך צווישן זיך, און צוביסלעך ווערט מען גאר נאנטע פענע פריינט, און שפעטער מאכט מען אפ אז די צייט איז רייף און מען איז גרייט זיך צו באקענען פנים אל פנים.

אין רוב פעלער איז פונקט גענוג אז מען בלייבט גוטע פענע פריינט, ווייל איינמאל מען באקענט זיך האט מען אן אנדער בליק אויפן פריינט, און ווען מען שרייבט ווייטער, וועט מען טראכטן פיל מער ווי אזוי צוריקצושרייבן, ווי בעפאר דעם צוזאמטרעף. בכלל זענען מענטשן אנדערש אין גאס, ווי זיי זעען אויס אונטער זייער פענע נאמען.

איך שרייב דאס נאך יארן עקספיריענס און נאכן זיך באקענען מיט גאר אסאך גוטע פריינט. אין רוב פעלער האב איך גאר שטארק הנאה געהאט פון טרעפן נייע פריינט, וואס געווענליך זענען דאס אזעלכע וואס נאך לענגערע קארעספאנדענץ אויפן וועב און נאכן זען אז דא רעדט זיך פון אחי כלבבי האט זיך געשאפן א רייץ צו טרעפן און זיך צו באקענען אפענערהייט און אויסטון דעם שלייער וואס פארשווערט צו האבן א גוטע פריינטשאפט.

אויב האט מען א ניק וואס שרייבט בלויז נייעס און אנדערע אומשולדיגע ענינים וואס עס גייט נישט אן אויב מען ווייסט ווער עס איז דער שרייבער, א שטייגער ווי אךשמח וואס פארנעמט זיך קיינמאל נישט מיט קיינע קאנטראווערסיעלע ענינים, איז קיין פראבלעם, און מען עפענט זיך אויף שנעלער, אבער אויב האט מען א מיינונג אין טיפערע ענינים וואס מען וויל נישט אז די שטאט זאל דערפון וויסן, איז בעסער אז מען זאל פרובירן מיט אלע מיטלען זיך אפצוהאלטן פון ארויסגעבן דעם ניק פאר אנדערע, און דאס איז א פארשטענדליכע זאך.

אין די פארגאנגענהייט האב איך שוין עטליכע מאל חרטה געהאט ווען א ניק וואס איך האב זיך דערמיט באקענט מיט אנדערע אידן איז געגאנגען ווייטער ווי איך האב אמאל געקלערט אז עס וועט גיין, און דעריבער האב איך דעם ניק געמוזט פארשפארן און צו עפענען א פרישע ניק וואס זאל ממשיך זיין מיט די ענינים וואס יענער האט פארשפרייט, איז שוין פון די שווערערע זאכן צו טון, ווייל מען מוז אכטונג געבן אז מען שרייבט נישט ענליך צום פריערדיגען גלגול און דאס שטערט פון שרייבן מיט א קלארקייט.

דאס איז פארשטייט זיך אנדערש ביי יעדן מענטש, ווייל מאנכע אידן קענען שרייבן מיט כמה ניקים און יעדער ניק זאל האבן א צווייטע מיינונג יעדן טאג פון די וואך, אבער אלס א כלל איז נויטיג צו האלטן זיך אנאנים ווי ווייט מעגליך, און אפילו עס זעט אויס אז מען האט געטראפן א גוטער פריינט וואס טראגט די זעלבע מיינונגען ווי מיר, זאל מען זיך נאך אלס אפהאלטן פון באקענען פערזענליך.

דער אשכול פארמאגט 20 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר