בלאט 1 פון 1

נארמאן'ס קרים טשיז.

נשלח: זונטאג מאי 10, 2020 5:21 pm
דורך פאליטיקאנט
די ברייט באקאנטע נארמאן פירמע וועלכע האט עטליכע יאר צוריק ארויס מיט קאמפעטישן קעגן מהדרין אין יאגורטס, מיט זייער 'היט' "גריכישע יאגורטס" איז יעצט ארויס מיט קרים טשיז אויפ'ן מארקעט! (וועלכע זעט אויס גאר ענליך צו מהדרין)

שמועות דרייען זיך ארום אז מהדרין האט שוועריקייטן יעצט אריינצוברענגן פרישע קרים טשיז וועגן כשרות מיטן קאראנע (זיי מאכן א 'ראן' יעדע שטיק צייט ביי א צווייטע נישט כשר'ע פירמע, אבער יעצט קענען זיי נישט שיקן משגיחים), אבער נארמאן האט זיך אויפגעשטעלט אן אייגענע פאבריק ערגעץ אין ניו דשערסי.

אויב איינער האט מער אינפארמאציע, ביטע אריינקומען.....

לאמיר האפן זיי וועלן ארויסקומען מיט טשיז סנעקס אויכעט........ַ

נשלח: זונטאג מאי 10, 2020 7:57 pm
דורך היכי דמי
נארמענס האט אן אייגענע פאבריק אין ניו דזשערסי. (איך מיין אז מהדרין האט נישט קיין אייגענע פעקטארי)

ווי עס זעהט אויס קומען זיי יעדע שטיק צייט ארויס מיט א פרישע פראדוקט.

נשלח: זונטאג מאי 10, 2020 8:55 pm
דורך קלוגע יודל
זיי האבן שוין קרים טשיז א לאנגע צייט, יעצט האבן זיי ארויסגעקומען מיט whipped קרים טשיז, לאמיר האפן אז זיי וועלן מצליח זיין.

איך האב געזעהן אין גראסערי די נייע קרים טשיז האב איך עס געקויפט, אפילו עס איז נאר געווען 10 צענט ביליגער, פשוט צו שטיצן אן אפענע מארקעט

נשלח: זונטאג מאי 10, 2020 9:07 pm
דורך קלוגע יודל
פאליטיקאנט האט געשריבן:שמועות דרייען זיך ארום אז מהדרין האט שוועריקייטן יעצט אריינצוברענגן פרישע קרים טשיז וועגן כשרות מיטן קאראנע (זיי מאכן א 'ראן' יעדע שטיק צייט ביי א צווייטע נישט כשר'ע פירמע, אבער יעצט קענען זיי נישט שיקן משגיחים), אבער נארמאן האט זיך אויפגעשטעלט אן אייגענע פאבריק ערגעץ אין ניו דשערסי.

אויב איינער האט מער אינפארמאציע, ביטע אריינקומען.....

לאמיר האפן זיי וועלן ארויסקומען מיט טשיז סנעקס אויכעט........ַ

געוועהן אין א גראסערי און געבעטן א געוויסן מין יוגארט, האט ער מיר געזאגט אז מהדרין האט לעצטענס נישט אלע פראדוקטן, וויבאלד די פאבריקן לאזן נישט אריין קיין משגיחים

נשלח: זונטאג מאי 10, 2020 10:48 pm
דורך berlbalaguleh
פאליטיקאנט: איך בין זייער שטארק צופרידן צו הערן אז נארמאנ'ס, וועלכע איז א רעלאטיוו נייע קאמפאני איז ארויף אויפ'ן מארקעט מיט א סאך נייע פראדוקטס. די איינציגע פראבלעם איז אז די קוואליטי פון זייער קריעם טשיעז קומט (דערווייל) נאכנישט נאנט צו מהדרין'ס.

ביי בינגא אין בארא פארק האביך געצאלט פאר א טאב (טעפעלע) קריעם טשיעז פון נארמאנ'ס מיט א דאללער און 50 סענט ביליגער ווי מהדרין'ס. אבער ס'האט שוועריגקייטן מיט סעפארעיטן זיך. ממילא איז עס שווער צו שמירן. דער טעם איז גאנץ גוט. אבער איך בין בטבע א פוילער מענטש. כ'האב נישט ליעב זיך צו מוטשען. כ'האף אז זיי וועללן פארבעסערן די קוואליטי. דאמאלס, בלי"נ ווער איך א סטעדי קאסטומער...!

נשלח: זונטאג מאי 10, 2020 11:26 pm
דורך קורקלענד
איינער פון די עיקר סיבות פארוואס מהדרין האט נישט קיין אייגענע פאבריק איז ווייל ס'איז זייער שווער צו פראדוצירן כל מיני קעז און ס'זאל נאך אויך זיין טאַפּ נאַטש, וויבאלד ס'איז פשוט נישט מעגליך אז איינער זאל זיין אזוי גוט אין אלעס. דעריבער וועלן זיי פאר יעדע מין קעז באזונדער זיכן ס'בּעסטע פּאַסיגסטע פירמע וואס זאל פאבריצירן די בעסטע פראדוקט שייך אין יענע קלאס.

נארמאנס איז א חידוש גדול אז ז יי מאכן אליינס אזויפיל און ס'איז אזוי נאנט צו מהדרין'ס קוואליטעט. די אויבערשטער זאל זיי ווייטער העלפן אז זיי זאלן ווייטער קענען האלטן מהדרין אין טשעק אז מיר קאנסומער'ס זאלן קענען גוט געניסן.

Re: נארמאן'ס קרים טשיז.

נשלח: זונטאג מאי 10, 2020 11:30 pm
דורך פאליטיקאנט
נארמאן'ס גריכישע יאגורט איז אסאך בעסער ווי מהדרין.

לאמיר האפן זיי וועלן זיך ארויפרוקן מיט די קרים טשיז אויכעט.

נשלח: זונטאג מאי 10, 2020 11:31 pm
דורך קלוגע יודל
berlbalaguleh האט געשריבן:פאליטיקאנט: איך בין זייער שטארק צופרידן צו הערן אז נארמאנ'ס, וועלכע איז א רעלאטיוו נייע קאמפאני איז ארויף אויפ'ן מארקעט מיט א סאך נייע פראדוקטס. די איינציגע פראבלעם איז אז די קוואליטי פון זייער קריעם טשיעז קומט (דערווייל) נאכנישט נאנט צו מהדרין'ס.

ביי בינגא אין בארא פארק האביך געצאלט פאר א טאב (טעפעלע) קריעם טשיעז פון נארמאנ'ס מיט א דאללער און 50 סענט ביליגער ווי מהדרין'ס. אבער ס'האט שוועריגקייטן מיט סעפארעיטן זיך. ממילא איז עס שווער צו שמירן. דער טעם איז גאנץ גוט. אבער איך בין בטבע א פוילער מענטש. כ'האב נישט ליעב זיך צו מוטשען. כ'האף אז זיי וועללן פארבעסערן די קוואליטי. דאמאלס, בלי"נ ווער איך א סטעדי קאסטומער...!

די רעדסט פון די גרעי קאנטעינערס, יענץ איז פשוטע קרים טשיז, אזוי ווי די וואס קומט אין בלאקס איינגעפאקט אין א באקס פון J&J. יעצט איז נארמאנס ארויס געקומען מיט whipped cream cheese, ווואס דאס איז אזוי ווי די רויטע קרים טשיז פון J&J. עס איז ווייעך אין שמירט זיך זייער פיין

Re: נארמאן'ס קרים טשיז.

נשלח: מאנטאג מאי 11, 2020 12:34 am
דורך דער גאלדענער אדלער
קלוגע יודל האט געשריבן:

גיימער עס מארגן פארזוכן

Re: נארמאן'ס קרים טשיז.

נשלח: מאנטאג מאי 11, 2020 12:39 am
דורך דער גאלדענער אדלער
לעצטענס איז נישטא צו באקומען קיין תנובה פוטער ממש א בראך, איינמאל מ'נאיז טועם ארץ ישראל'דיגע פוטער, האט שוין די אמעריקאנער פוטער א טעם פון מארגערינע.
גראדע איז יא דא צו באקומען פראנצוישע פוטער וואסי גראדע גאנץ פיין, אבער פארט קומט עס נישט צו צו די פוטער וואס קומט פונעם ארץ זבת חלב ודבש. איינער ווייסט. אפשר פארוואס תנובה מאכט עס מער נישט??

נשלח: מאנטאג מאי 11, 2020 1:07 am
דורך berlbalaguleh
דער גאלדענער אדלער: מסתמא ווייל זיי האבן זיך נאכנישט ארויפגעארבעט. כדי א פראדוקט זאל מצליח זיין דארפמען א סאך אדווערטייזן. און האבן געדולד. און אויב ס'איז באמת גוט וועט עס שוין דער עולם כאפן.

ס'איז דא נאך א מעטאד. מ'קויפט אונטער די קארופטירטע התאחדות. און זיי ברענגען ארויס אן איסור אויף די קאמפעטישן. מיט א קול בוכים... דער איינציגער וואס וויינט נישט איז איצא שייגעץ. ווען ער ציילט זיינע דאללערס...!

Re: נארמאן'ס קרים טשיז.

נשלח: מאנטאג מאי 11, 2020 1:17 am
דורך דער גאלדענער אדלער
berlbalaguleh האט געשריבן:דער גאלדענער אדלער: מסתמא ווייל זיי האבן זיך נאכנישט ארויפגעארבעט. כדי א פראדוקט זאל מצליח זיין דארפמען א סאך אדווערטייזן. און האבן געדולד. און אויב ס'איז באמת גוט וועט עס שוין דער עולם כאפן.

ס'איז דא נאך א מעטאד. מ'קויפט אונטער די קארופטירטע התאחדות. און זיי ברענגען ארויס אן איסור אויף די קאמפעטישן. מיט א קול בוכים... דער איינציגער וואס וויינט נישט איז איצא שייגעץ. ווען ער ציילט זיינע דאללערס...!
יארן לאנג פארקויפט זיך די תנובה פוטער אהנע פראבלעמען, נאר גלייך פאר פסח איז מער נישט געווען צו באקומען, מאנכע האבן געוואלט זאגן אז ס'האט עפעס געהאט צו טוהן מיט טשיינע, אז עטליכע טשיינע אינוועסטירערס האבן אפגעקויפט תנובה און אלע פוטער ווערט עקספארטירט קיין טשיינע, אבער נאכדעם האב איך געהערט אז ס'סתם שטותים. נאר ס'האט עפעס צו טוהן מיט די שטייערן וואס די מדינה לייגט ארויף אויף די מילעכיגע פראדוקטן און וויבאלד עס איז צו טייער לוינט זיי נישט צו מאכן היות די קאסטן דערפון איז מער ווי די רווחים, אבער ס'למעשה נישט מסתבר, ס'הייסט די גרעסטע ארץ ישראל'דיגע קאמפאני האט אפגעשטעלט די פוטער פראדוקציע?! עפעס שטימט נישט

נשלח: מאנטאג מאי 11, 2020 1:28 am
דורך berlbalaguleh
יא. כ'ווייס. תנובה איז די גרעסטע. זיי מאכן נאך א סאך אנדערע פראדוקטן. ס'קען זיין אז ס'איז נאר טעמפארערי. מ'וועט שוין הערן...!

Re: נארמאן'ס קרים טשיז.

נשלח: מאנטאג מאי 11, 2020 1:41 am
דורך moneyminded
berlbalaguleh האט געשריבן:פאליטיקאנט: איך בין זייער שטארק צופרידן צו הערן אז נארמאנ'ס, וועלכע איז א רעלאטיוו נייע קאמפאני איז ארויף אויפ'ן מארקעט מיט א סאך נייע פראדוקטס. די איינציגע פראבלעם איז אז די קוואליטי פון זייער קריעם טשיעז קומט (דערווייל) נאכנישט נאנט צו מהדרין'ס.

ביי בינגא אין בארא פארק האביך געצאלט פאר א טאב (טעפעלע) קריעם טשיעז פון נארמאנ'ס מיט א דאללער און 50 סענט ביליגער ווי מהדרין'ס. אבער ס'האט שוועריגקייטן מיט סעפארעיטן זיך. ממילא איז עס שווער צו שמירן. דער טעם איז גאנץ גוט. אבער איך בין בטבע א פוילער מענטש. כ'האב נישט ליעב זיך צו מוטשען. כ'האף אז זיי וועללן פארבעסערן די קוואליטי. דאמאלס, בלי"נ ווער איך א סטעדי קאסטומער...!
יענע קריעם טשיז שטייט אויפן שאכטעל אז סאיז גוט פאר בעיקינג, טו א קוק וועסטו זען, סאיז אזוי ווי די קריעם טשיז פון J&J אין די גרויע באקס וואס איז פאר באקען, יעצט האבן זיי וויפ קריעם אזוי ווי די געהעריגע

Sent from my SM-G960U using Tapatalk

נשלח: מאנטאג מאי 11, 2020 2:27 pm
דורך berlbalaguleh
או.קעי. איך וועלל קוקן נעקסט טיים...ייש"כ...!

נשלח: מאנטאג מאי 11, 2020 9:33 pm
דורך איך אויך
יא אין א''י איז די לעצטע פאר חדשים געווען א מאנגל פון פוטער, עס הייסט יעצט איז שוין בעסער. און יא, תנובה די אמאליגע שטאלץ פון מד''י געהערט היינט צוטאגס פאר טשיינע.

Re: נארמאן'ס קרים טשיז.

נשלח: דינסטאג מאי 12, 2020 12:29 am
דורך גראף
שוין פון 2014 בילד

Sent from my SM-G950U using Tapatalk

נשלח: דינסטאג מאי 12, 2020 12:14 pm
דורך וואלווי
דער גאלדענער אדלער האט געשריבן:
berlbalaguleh האט געשריבן:דער גאלדענער אדלער: מסתמא ווייל זיי האבן זיך נאכנישט ארויפגעארבעט. כדי א פראדוקט זאל מצליח זיין דארפמען א סאך אדווערטייזן. און האבן געדולד. און אויב ס'איז באמת גוט וועט עס שוין דער עולם כאפן.

ס'איז דא נאך א מעטאד. מ'קויפט אונטער די קארופטירטע התאחדות. און זיי ברענגען ארויס אן איסור אויף די קאמפעטישן. מיט א קול בוכים... דער איינציגער וואס וויינט נישט איז איצא שייגעץ. ווען ער ציילט זיינע דאללערס...!
יארן לאנג פארקויפט זיך די תנובה פוטער אהנע פראבלעמען, נאר גלייך פאר פסח איז מער נישט געווען צו באקומען, מאנכע האבן געוואלט זאגן אז ס'האט עפעס געהאט צו טוהן מיט טשיינע, אז עטליכע טשיינע אינוועסטירערס האבן אפגעקויפט תנובה און אלע פוטער ווערט עקספארטירט קיין טשיינע, אבער נאכדעם האב איך געהערט אז ס'סתם שטותים. נאר ס'האט עפעס צו טוהן מיט די שטייערן וואס די מדינה לייגט ארויף אויף די מילעכיגע פראדוקטן און וויבאלד עס איז צו טייער לוינט זיי נישט צו מאכן היות די קאסטן דערפון איז מער ווי די רווחים, אבער ס'למעשה נישט מסתבר, ס'הייסט די גרעסטע ארץ ישראל'דיגע קאמפאני האט אפגעשטעלט די פוטער פראדוקציע?! עפעס שטימט נישט

כ'האף אז די איבעריגע חלק לעבן גייט יא געשמירט ווי פעטער...

בעצם איז היינט צוטאגס א מאנגל נישט קיין פראבלעם. מ'קען אייביג גיין צו התאחדות, אפקויפען זייער אייגענע פראדאצירטע פראדוקטען, אין דאס פעקעדזשען פאר היימישע יודען מיט אן ערליכער הכשר.

נישט מיין געדאנק. כ'האב געהערט פון א היימישע הכשר וואס טוט דאס...

Re: נארמאן'ס קרים טשיז.

נשלח: דינסטאג מאי 12, 2020 2:06 pm
דורך זעקעל
ווי אויכעט מהדרין cheese spread איז נישטא צו באקריגען, א מאכל וואס איך פלעג זיך מחיה זיין, חבל על דעבדין, כאטש אין גראסערי האב איך געפינען אן אנדערע קאמפעני וואס פראדוצירט עס יא, schmerling’s a איז דא פרייז א פעקל פון זיבען סלייסעס מער פון אכט דאלער, א הימעל געשריי!!!