Re: פון וועמען קענען מיר הערן מוסר?
נשלח: דאנערשטאג מאי 14, 2020 5:03 pm
אזוי ווי איך האב דא געשריבן איז אין סאציאלאגיע בכלל דא אן אישׁוּ איבער ריכטיג אפשאצן און ״לערנען״ א סאָסייעטי. עס קען נישט זיין איינער וואס איז צו נאנט/״אינעווייניג״, וואס גייט זיין צו סאָביעקטיוו, און נישט איינער צו ווייט/״אינדרויסן״, וואס דערקענט נישט די ניואנסן פון די געמיינדע/געזעלשאפט.
דאס קען מען לכאורה אויך צושטעלן לגבי מוסר׳ן און זאגן קריטיק דערויף: עס קען נישט זיין איינער צו נאנט, ווייל ער ׳עט זיין צו סאביעקטיוו דערין (הן אלס סניגור והן אפילו אלס קטיגור ודוק), ווי אויך נישט איינער וואס איז צו אינדרויסן און קען נישט ארויסהאבן די ניואנסן און וועריעבלס/פאקטארן פונעם ארומיגן קאנטעקסט. די פראבלעם איז אז אפילו אויב וועט מען טרעפן אזא סארט ״מיטל״ איינער וועט מען דאך נישט מקבל זיין פון אים/איר מוסר.
ואולי קען מען מיט דעם זאגן אז דאס איז די רמז (שבת נה.) אז די אות ת׳ איז נתהפך געווארן לרעה אצל הצדיקים בזמן חורבן הבית וויבאלד זיי האבן נישט געזאגט קיין מוסר. ווייל די גמרא זאגט דארט אז בעצם וואלט מען נישט מקבל געווען די מוסר פון זיי אפילו זיי וואלטן עס ווען יא געזאגט, אבער דאך וואלטן זיי געדארפט פרובירן. מ׳קען זאגן אז א סיבה פארוואס מ׳וואלט עס נישט מקבל געווען איז מכח זיי ״זענען צו אינעווייניג״ כנ״ל. יעצט, די גמרא זאגט דארט אז מ׳האט גענוצט דעם אות ת׳ ווייל עס איז די סוף פונעם ווארט ״אמת״ ע״ש. יעצט, ״אמת״ איז כידוע אויסגעשטעלט פונעם אנהויב, מיטען, און סוף פונעם א״ב (ועיין להלן בדף קד.). איז דעריבער האט מען אויסגעוועהלט דעם אות בענין (עונש) מוסר וואס איז נישט אינדערמיט, לרמז אז בעצם וואלט מען פון זיי נישט מקבל געווען די מוסר ווייל זיי זענען נישט אינדערמיט וכנ״ל, אבער דאך וואלטן זיי געדארפט פרובירן (למעשה יוּ נעווער נוֺי).