בלאט 1 פון 1

דער מאמענט און די וואך...!

נשלח: פרייטאג מאי 15, 2020 9:24 am
דורך berlbalaguleh
ביידע מעגעזינס (צווישן מערערע אנדערע וועכנטליכע צייטשריפטן) זענען אויסגעצייכנטע און אינפארמאטיווע זשורנאלן. ספעציעל די זייטיגע ביילאגעס פון פאר א יו"ט אדער אנדערע געלעגנהייטן.

דער חילוק איז, אז בשעת ..."דער מאמענט"...איז געשריבן מער ווייניגער לויט די כללים פון אידיש גראמאטיק, דארף ..."די וואך"... נאך א השלמה אויף דעם חלק.

איך האב יעצט געענדיגט ליינען אן אינטרעסאנטן ארטיקל אין די ..."שריפט"...ביילאגע. נאר די אחראים ( שרייבער, עדיטארס, וכו') האבן נישט מדייק געווען צווישן די מושגים ..."אין"... און..."און"...! אויך לשון יחיד אדער לשון רבים. לשון זכר און לשון נקיבה. א סאך מאל זענען די הפיכים אין די זעלבע סענטענס. לשון עבר אדער לשון עתיד. און דער מאמענט איז יא מדייק.

נישט א יעדער ווערט געשטערט פון דעם. מחמת חיסרון ידיעה.

דער איד בימי ר' סענדער דייטש איז געווען געשריבן אויפ'ן העכסטן גראמאטישן סטענדערד. לעומת דער בלאט בראשית ימי ממלכתו האט געהאט א משוגעת איבערצודרייען אלעס אויף לשון זכר...למשל אזעלכע פשוט'ע אידיש ווערטער ווי ..."די תורה"...האבן זיי געשריבן ..."דער תורה"...! "די גאנצע וועלט" האבן זיי געשריבן "דער גאנצער וועלט" !

נאך א תיקון גדול וואס דער/ די וואך וואלט געמעגט אדורכגיין. און איך וועלל זיי שטארק מכיר טובה זיין. ווען זיי לייגן אריין בילדער פון א שמחה אדער אן הכנה צו א מצווה בחצרות האדמורי"ם שליט"א זאללן זיי לייגן א ביסל גרעסערע בילדער. אזוי אז דער עולם זאלל הנאה האבן. נישט די גאנץ קליינע "טהאמב נעילס" וואס זיי לייגן יעצט אריין...!

נשלח: פרייטאג מאי 15, 2020 10:21 am
דורך קאצקע ציקער
די וואך איז קינדעריש און נאריש לייגט ארויף אויפן דעקל חיים באנעט און מאלט אביסל וואסער צוויי פעידזוס ווען די מאמאנט באשרייבט עים ווען וואלט עס געווען א לענגס און א ברייטס ועוד

נשלח: פרייטאג מאי 15, 2020 11:13 am
דורך אינגערמאנטשיקל
די ליפטיגקייט פון די וואך איז א שטיקל חידוש, ווייל זיי האבן דאך א קאמפעטישען (הגם זייער קאמפעטישען איז אויף נאך א שוואכערע לעוועל). און מאידך גיסא די מאמענט האט נישט קיין שום קאמפעטישען און איך גלייב נישט אז זיי גייען פארלירן צופיל קאסטומערס אויב זייער שרייבן וואלט געווען א שוואכערער קאליבער, און עם כל זה זענען זיי זייער פראפעשינאל (אויף וויפיל ס'שייך אין זייער מצב).

נשלח: פרייטאג מאי 15, 2020 1:58 pm
דורך קאצקע ציקער
נאך א חידוש איז אז סאיז א פולע ביילאגע מיט זערא וואס צו ליינען
אז מען רעדט שוין איינער קען מיר דאס מסביר זיין אזוי ביים בעק ביכל פאנגט זיך אן א קינדער צייט פאר קינדער כאילו ביז יעצט איז עס געמאכט פאר עדאלטס העללוי עני באדי האוים??

נשלח: פרייטאג מאי 15, 2020 2:44 pm
דורך אינגערמאנטשיקל
די ארויסגעבער פונעם וואך זענען אין די לעצטע יאר צוויי אריין אין מארקעטינג, גראדע מיט א שטוינענדע סוקסעס, די 'פיוואט גרופ'. זיי טוהן פול-פלעדזש מארקעטינג און ברענדינג, איווענט קא-ארדינעטינג און די גאנצע ניין אמות (whole nine yards).

זייט דעמאלטס איז די תוכן און ניווא פונעם אויסגאבע זיך אסאך געטוישט צו לופטיגע העדליינס און קאווערס, דראמאטישע לייבוש ליש מעשיות. זיי פאקוסען גאר שטארק אויף די חיצוניות.

אזוי זעהט מיר עס אויס.

Re: דער מאמענט און די וואך...!

נשלח: פרייטאג מאי 15, 2020 3:49 pm
דורך פאליטיקאנט
בכלל באמערק איך לעצטנס אין די אידישע מאגאזינען אז מ'מישט אויס דאטומען.

מעשיות קענען זיך אנהייבן אויף איין דאטום און זיך ענדיגן אויף א פריערדיגע דאטום!

דער בליץ איז גאר שטארק לקוי דערויף (און אויף אלס וואס ליטעראטור פארלאנגט).

נשלח: מוצ"ש מאי 16, 2020 11:45 pm
דורך berlbalaguleh
פאליטיקאנט: ייש"כ. יעצט דערמאנט. דער מאגאזין די וואך האט עטליכע מאל אויסגעמישט די דאטומס פון פארשידענע טיילן פון די געשיכטע איבער וואס זיי האבן געשריבן...!

נשלח: זונטאג מאי 17, 2020 4:11 am
דורך מיד ווי א בוים
בכלל איז דער מאמענט מיר קאנטערווערשל אבער אנפאנג איז עס בעסער געווען זייט זיי האבן געלייגט די זייטיגע אויסגאבעס איז עס געווארן אז נאר 1 מאל אין 4 וואכן איז עס אינטרעסאנט

נשלח: זונטאג מאי 17, 2020 10:19 am
דורך בעל דרשן
איך גלייך די מאמענט זייער שטארק נישט יעדע וואך איז עס אינטערסאנט אבער מער ווייניגער האבן זיי שיינע ארטיקלען
די וואך רעדט נישט צו מיר בכלל

נשלח: זונטאג מאי 17, 2020 12:47 pm
דורך berlbalaguleh
בעל דרשן: די וואך האט גראדע יא גאנץ אינטרעסאנטע ארטיקלען. וואו זיי דארפן זיך פארבעסערן (אין פארגלייך צו ..."מאמענט"...) איז, בעסערע עדיטינג און (לכתחילה) מדייק זיין אויף די פונקטליכקייט פון דאטומס און גראמאטיק...!

נשלח: זונטאג מאי 17, 2020 11:01 pm
דורך מפיל קינד
berlbalaguleh האט געשריבן: "די גאנצע וועלט" האבן זיי געשריבן "דער גאנצער וועלט" !

וועלט איז א מחלוקת אויב ס'איז א לשון זכר אדער נקיבה. דער וועלט איז בכלל נישט קיין טעות.

נשלח: זונטאג מאי 17, 2020 11:33 pm
דורך רימון
מפיל קינד האט געשריבן:
berlbalaguleh האט געשריבן: "די גאנצע וועלט" האבן זיי געשריבן "דער גאנצער וועלט" !

וועלט איז א מחלוקת אויב ס'איז א לשון זכר אדער נקיבה. דער וועלט איז בכלל נישט קיין טעות.

פון וואו נעמסטו דאס?

נשלח: זונטאג מאי 17, 2020 11:43 pm
דורך אינגערמאנטשיקל
פאליטיקאנט האט געשריבן:בכלל באמערק איך לעצטנס אין די אידישע מאגאזינען אז מ'מישט אויס דאטומען.

מעשיות קענען זיך אנהייבן אויף איין דאטום און זיך ענדיגן אויף א פריערדיגע דאטום!

דער בליץ איז גאר שטארק לקוי דערויף (און אויף אלס וואס ליטעראטור פארלאנגט).
דער בליץ איז פשוטע וויקיפידיע איבערגעטייטשט אין אידיש.

אינטערעסאנטע נושאים אבער פחד'דיג שלעכט געשריבען.

Re: דער מאמענט און די וואך...!

נשלח: זונטאג מאי 17, 2020 11:44 pm
דורך מי אני
רימון האט געשריבן:
מפיל קינד האט געשריבן:
berlbalaguleh האט געשריבן: "די גאנצע וועלט" האבן זיי געשריבן "דער גאנצער וועלט" !

וועלט איז א מחלוקת אויב ס'איז א לשון זכר אדער נקיבה. דער וועלט איז בכלל נישט קיין טעות.

פון וואו נעמסטו דאס?
קען זיין אז וואס מ׳מיינט איז אז אין די אלגעמיינע וועלט(...) נעמט מען מער אן אז Earth איז מער א לשון נקיבה, ווי מ׳רופט דאס ״מאמע ערד״ (ווי אויך בכלל ״מאמע נאטור״). דאס איז אביסל מיוסד אויף (למשל) די ע״ז פון גריכישע מיטאלאגיע וואו גייאַ איז די נקיבה אפגאט הממונה אויפ׳ן ערד. אסאך אנדערע אור-אלטע רעליגיעס האבן אויך געהאט אין זייערע מיטאלאגיעס א נקיבה אפגאט הממונה על זה. נו, אויב אזוי מוז׳ן אפשר די חרדי׳שע צייטונגען דאס דוקא רופן בלשון זכר להוציא מזה... ;)

נשלח: זונטאג מאי 17, 2020 11:52 pm
דורך רימון
מי אני האט געשריבן:

דאס איז סתם דאמירן בעלמא (פאן אינטענדעד) איך רעד פון א גראמאטישן קוק ווינקל איז זיכער וועלט נקיבה און אויב ווייסט ער פון א מחלוקת זאל ער ברענגען א ראי'.
אבער אפן גערעדט, שרייבן "דער גאנצער וועלט" איז א קליינער גרייז (ווילאנג מ'איז קאנסיסטענט און מ'שרייבט נישט "די גאנצער וועלט" אדער "דער גאנצע וועלט", ווי ס'פאסירט גאנץ אפט) דער פראבלעם איז אז אין טייל מאגאזינען טרעפט מען ערגערע גראמאטישע פראבלעמען צווישן אנדערע פראבלעמען.

נשלח: מאנטאג מאי 18, 2020 1:26 am
דורך קאצקע ציקער
אינגערמאנטשיקל האט געשריבן:
פאליטיקאנט האט געשריבן:בכלל באמערק איך לעצטנס אין די אידישע מאגאזינען אז מ'מישט אויס דאטומען.

מעשיות קענען זיך אנהייבן אויף איין דאטום און זיך ענדיגן אויף א פריערדיגע דאטום!

דער בליץ איז גאר שטארק לקוי דערויף (און אויף אלס וואס ליטעראטור פארלאנגט).
דער בליץ איז פשוטע וויקיפידיע איבערגעטייטשט אין אידיש.

אינטערעסאנטע נושאים אבער פחד'דיג שלעכט געשריבען.

און דער שטערן איז??

Re: דער מאמענט און די וואך...!

נשלח: מאנטאג מאי 18, 2020 1:36 am
דורך פאליטיקאנט
דער שטערן שרייבט מער דראמאטישע אבער הוילע מעשיות ליידיג פון תוכן ווי צום ביישפיל מיליטערישע אפעראציעס, אבער זיי שרייבן גאנץ גוט און לויט די גראמאטישע פרינציפן.

די בליץ שרייבט מער תוכנ'דיג ווי סייענטיפישע פארשונגען, אבער גאר אומאינטערסאנט אראפגעלייגט און שוואכע גראמאטיק.

נשלח: מאנטאג מאי 18, 2020 2:13 am
דורך berlbalaguleh
מי אני האט געשריבן:
רימון האט געשריבן:
מפיל קינד האט געשריבן:
berlbalaguleh האט געשריבן: "די גאנצע וועלט" האבן זיי געשריבן "דער גאנצער וועלט" !

וועלט איז א מחלוקת אויב ס'איז א לשון זכר אדער נקיבה. דער וועלט איז בכלל נישט קיין טעות.

פון וואו נעמסטו דאס?
קען זיין אז וואס מ׳מיינט איז אז אין די אלגעמיינע וועלט(...) נעמט מען מער אן אז Earth איז מער א לשון נקיבה, ווי מ׳רופט דאס ״מאמע ערד״ (ווי אויך בכלל ״מאמע נאטור״). דאס איז אביסל מיוסד אויף (למשל) די ע״ז פון גריכישע מיטאלאגיע וואו גייאַ איז די נקיבה אפגאט הממונה אויפ׳ן ערד. אסאך אנדערע אור-אלטע רעליגיעס האבן אויך געהאט אין זייערע מיטאלאגיעס א נקיבה אפגאט הממונה על זה. נו, אויב אזוי מוז׳ן אפשר די חרדי׳שע צייטונגען דאס דוקא רופן בלשון זכר להוציא מזה... ;)

מי אני: ייש"כ.איך בין נישט חושד די שרייבערס אין דער איד אדער בלאט אז זיי זענען אזוי אינטעליגענט אז זיי קענען זיך אויס אין גריכישע מיטאלאגיע. דאס קומט נאר פון דעם היינטיגן טרענד פון פאלשע פרומקייט וואו אלעס מוז איבערגעדרייט ווערן צו לשון זכר.וואו אפילו ..."די תורה"... איז אויך געווארן איבערגעדרייט צו א לשון זכר..."דער תורה(ער)"...!
איי, די גמ', אופס. דער געמארע'ר רופט דאך אן די תורה בלשון נקיבה (רח"ל)..."תורה מונחת בקרן זווית"...דארף טאקע שטיין..."תורה'ער מונח בקרן זווי"...! אדער..."תורה, חגרי שק"...דארף שטיין תורה'ער חגר שק. (נאך א מזל שק איז לשון זכר)...לאל...!

די טעראפיסטן דארפן דאך פרנסה. ס'איז דא ב"ה יונגעלייט וואס זענען עוסק אין דעם. אנישט וועט דער מאמענט נישט האבן וואס צו שרייבן..!

נשלח: מאנטאג מאי 18, 2020 3:12 pm
דורך מפיל קינד
רימון האט געשריבן:
מפיל קינד האט געשריבן:
berlbalaguleh האט געשריבן: "די גאנצע וועלט" האבן זיי געשריבן "דער גאנצער וועלט" !

וועלט איז א מחלוקת אויב ס'איז א לשון זכר אדער נקיבה. דער וועלט איז בכלל נישט קיין טעות.

פון וואו נעמסטו דאס?

אזוי האב איך אמאל געליינט, ס'איז פונקט ווי אין לשון קודש. אין חז"ל געפינט מען שוין ביידע לשונות אויף עולם, עולמות און עולמים.

נשלח: מאנטאג מאי 18, 2020 11:42 pm
דורך היכי דמי
איך מיין זיי זענען ביידע גוטע אויסגאבעס, וואס לייגן אריין אסאך ארבעט צו אהערשטעלן גוטע ארטיקלעך.

איך קויף כמעט יעדע וואך ביידע, און איך האב שטארק הנאה.

פאר מיר איז בעסער די וואך, ווייל דארט טרעף איך יעדע וואך מיינע פאר קאלומס וואס איך האב ליב און איך ליין עס מיט דורשט, אנדערש איז ביי די מאמענט וואס אפילו איך האב ליב עטליכע פון די וועכענטליכע קאלומס, ווי למשל אליהו יואל גליק, אדער מאמענטעלעך, דארף איך אבער א זאפטיגע קאווער-סטארי כדאי עס זאל זיין עכט אינטערעסאנט פאר מיר, און נישט יעדע וואך קען א אויסגאבע אהערשטעלן עפעס מעכטיגס. למשל די פארגאנגענע וואך איז עס געווען ממש ליידיג פאר מיר.

קאמענטס האב איך פאר ביידע, עס איז דא אסאך וואס זיי קענען נאך ארבעטן אויפצוהייבן זייער קוואליטעט און רייכקייט, אבער מען זעהט אז זיי לייגן אריין כוחות דערין און עס קומט זיך זיי קרעדיט.