בלאט 1 פון 1
ווען אידישקייט איז העכער הרגשים. וועקער #17
נשלח: דינסטאג מאי 19, 2020 3:27 pm
דורך פרייוויליג
אין די איצטיגער נומער האב איך אפגעשריבן אן ארטיקל "ווען אידישקייט איז העכער הרגשים". איך וואלט עפרישיעטעט פידבעקס, הערות, און אפילו קריטיק.
Re: ווען אידישקייט איז העכער הרגשים. וועקער #17
נשלח: דינסטאג מאי 19, 2020 4:20 pm
דורך מי אני
טיף און באלערענד. איך האב געהאט אן הנאה רוחנית וגשמית בשעת׳ן דאס ליינען. ייש״כ.
איך האב הנאה געהאט פון דעם קארטיזשיען טוויסט און צושטעל בנוגע הרגשים. איך האב דערמאנט דיין ארטיקל
דא. די ארטיקל טוהט טאקע, לדעתי, אביסל סאָפּלעמענטן [tag]לעיקוואד[/tag]’ס ארטיקל אין וועקער 9. דאס איז, ווייטער לדעתי, א געוואלדיגן שבח און צייגט אויף די שטארקייט פון דיין ארטיקל.
Re: ווען אידישקייט איז העכער הרגשים. וועקער #17
נשלח: דינסטאג מאי 19, 2020 6:25 pm
דורך פאליטיקאנט
דיין ארטיקל איז זייער באלערנד און עס ברענגט קלאר ארויס די נקודה, אבער אויף צו קריטיקירן וועל איך זאגן אז משום איזה סיבה האב איך מיך אביסל געדארפט שטופן צו ליינען די גאנצע צייט, קען זיין אז דאס איז פשוט מיך אבער די שפראך איז מיך געווען אביסל לאנגווייליג (נישט אזוי זאפטיג).
לשבח קען איך זאגן אז דאס איז געווען די הויפט נושא ביים שבת טיש די וואך......