בלאט 1 פון 1

דער גבאי וואס גנב'ט נישט

נשלח: פרייטאג מאי 22, 2020 1:14 pm
דורך יואלי וואלפסאן
אויף מיין קרעדיט קארד ביל זע איך א טשארזש פון העכער 400 דאלער וואס מיין שול גבאי האט געסווייפט אן מיר זאגן א ווארט.

קלינג איך אים אן פרעגן פשט? זאגט ער אז איך בין געווענליך עולה יעדע וואך אין ביהמ''ד און איך שנד'ר 18 דאלער, אמאל ווארף איך א פופציגער, פסח שנד'ר איך א הונדערטער געווענליך און מקוה א פופציגער יעדע חודש.

אבער כ'זיץ דאך אינדערהיים שוין דריי חדשים וואס מקוה ווען עליה? פראטעסטיר איך אריין אינעם טעלעפאון.

און וואו זענען דיינע קינדער די לעצטע דריי חדשים? פרעגט ער מיר מיט קאנפידענס, און שכר לימוד האסטו געצאלט יא? יא נו שוין.

יא יא, איר זענט גערעכט, זאג איך אים. א גוטן שבת.

נשלח: פרייטאג מאי 22, 2020 1:31 pm
דורך עך עך אי אר
בעט צוריק פון אים 200 פאר די אלע קאווע וואס דו האסט נישט געטרינקען און פאר אלע האנטיכער וואס דו האסט נישט גענוצט און פאר אלע טישיוס וואס דו האסט נישט געבלאזן.

נשלח: פרייטאג מאי 22, 2020 1:49 pm
דורך [NAMELESS]
עך עך אי אר האט געשריבן:בעט צוריק פון אים 200 פאר די אלע קאווע וואס דו האסט נישט געטרינקען און פאר אלע האנטיכער וואס דו האסט נישט גענוצט און פאר אלע טישיוס וואס דו האסט נישט געבלאזן.

די מוסדות גיבן עס טאקע צוריק?

נשלח: פרייטאג מאי 22, 2020 1:59 pm
דורך עך עך אי אר
עמעזאן האט געשריבן:
עך עך אי אר האט געשריבן:בעט צוריק פון אים 200 פאר די אלע קאווע וואס דו האסט נישט געטרינקען און פאר אלע האנטיכער וואס דו האסט נישט גענוצט און פאר אלע טישיוס וואס דו האסט נישט געבלאזן.

די מוסדות גיבן עס טאקע צוריק?



הלוואי

Re: דער גבאי וואס גנב'ט נישט

נשלח: פרייטאג מאי 22, 2020 4:54 pm
דורך פאליטיקאנט
יואלי וואלפסאן האט געשריבן:אויף מיין קרעדיט קארד ביל זע איך א טשארזש פון העכער 400 דאלער וואס מיין שול גבאי האט געסווייפט אן מיר זאגן א ווארט.

קלינג איך אים אן פרעגן פשט? זאגט ער אז איך בין געווענליך עולה יעדע וואך אין ביהמ''ד און איך שנד'ר 18 דאלער, אמאל ווארף איך א פופציגער, פסח שנד'ר איך א הונדערטער געווענליך און מקוה א פופציגער יעדע חודש.

אבער כ'זיץ דאך אינדערהיים שוין דריי חדשים וואס מקוה ווען עליה? פראטעסטיר איך אריין אינעם טעלעפאון.

און וואו זענען דיינע קינדער די לעצטע דריי חדשים? פרעגט ער מיר מיט קאנפידענס, און שכר לימוד האסטו געצאלט יא? יא נו שוין.

יא יא, איר זענט גערעכט, זאג איך אים. א גוטן שבת.
דו מיינסט עס ערנסט?
אדער דו ווילסט ארויסברענגען די מוסדות זייט?

נשלח: פרייטאג מאי 22, 2020 6:20 pm
דורך [NAMELESS]
פאליטיקאנט האט געשריבן:
יואלי וואלפסאן האט געשריבן:אויף מיין קרעדיט קארד ביל זע איך א טשארזש פון העכער 400 דאלער וואס מיין שול גבאי האט געסווייפט אן מיר זאגן א ווארט.

קלינג איך אים אן פרעגן פשט? זאגט ער אז איך בין געווענליך עולה יעדע וואך אין ביהמ''ד און איך שנד'ר 18 דאלער, אמאל ווארף איך א פופציגער, פסח שנד'ר איך א הונדערטער געווענליך און מקוה א פופציגער יעדע חודש.

אבער כ'זיץ דאך אינדערהיים שוין דריי חדשים וואס מקוה ווען עליה? פראטעסטיר איך אריין אינעם טעלעפאון.

און וואו זענען דיינע קינדער די לעצטע דריי חדשים? פרעגט ער מיר מיט קאנפידענס, און שכר לימוד האסטו געצאלט יא? יא נו שוין.

יא יא, איר זענט גערעכט, זאג איך אים. א גוטן שבת.
דו מיינסט עס ערנסט?
אדער דו ווילסט ארויסברענגען די מוסדות זייט?

כנראה מיינט ער די מוסדות

Re: דער גבאי וואס גנב'ט נישט

נשלח: פרייטאג מאי 22, 2020 6:58 pm
דורך מי אני
ביי מוסדות איז עס אביסל מער קאמפליצירט וויבאלד דאס איז מער א קאנטראקטועלע זאך און אין דעם זענען זיי נישט שולדיג. (ווי אויך האבן זיי פרובירט ווי ווייט מעגליך דורכ׳ן טעלעפאן וכדומה.)

איך זאג נישט לכאן או לכאן. איך וויל נאר ארויסברענגען אז ס׳איז נישט ממש דומה. (ס׳איז מער דומה צו צאלן מעמבּערשיפּ דוּס צו שוהל.)

קען זיין אז אט דאס וויל דער פותח האשכול ארויסברענגן.

נשלח: פרייטאג מאי 22, 2020 7:16 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
אויב אזוי, ווען די שול עפענט זיך נאכאמאל, מעג ער אריין גיין און נעמן גענוג קאווע וויפיל ער וואלט געווענדליך גענומען במשך צוויי מאנאטן, און אהיים טראגן? אדער בעסער, ער זאל עס נעמן און צוגיין צום שמש און מעלדן אז ער קען עס אים פארקויפן?