דיטשעק: א ליגענער אדער א משוגענער?
נשלח: פרייטאג מאי 22, 2020 3:20 pm
זינט די אנפאנג פון קאראונא טיים, וואס גייט שוין צוריק אומגעפער צענדליגער טעג, איז כלל ישראל געוואוינט געווארן צו א טוץ פון נייע ווארטזאגערס. פון אלע סארטן. איינער איז אביסל משמח די אנדערע ווארפט א תורה'לע און אזוי ווייטער. ציווישן אלע אבער איז דא איינער וואס איז א געפערליכער אנשרעקער.
זיינע קליפס זענען געווענליך אין ווידעא, בערך אזויווי דער אנדערער חכם פון אפסטעיט. ווי אויך הייבט ער אייביג אן מיט די זעלבע אנגעצויגענע טאן. היי, דיס איז דר סטוארט דיטשיק, און דערנאך קומט א גאנצע רענט אויף כלל ישראל. נאך לעצטע וואך דאנערשטאג האט ער געשריגן אז די פארטש מנינים וואס ער הערט גייען אן אונטערערדיש דארפן זאפארט בטול ווערן, ווייל די לעצטע שטודיע צייגט אז קאראונא גייט אזוי ווייט ווי דרייסיג פיס ווייט.....
ווען מ'זאל אנעמען באמונה שלימה אלס וואס ער זאגט, און לויט ווי די עולם שטעלט זיך צו במציאות וואלט בּ''פּ אצינד שוין געווען געווען ניינציג פראצענט אונטער די ערד...
למעשה וויזט זיך אויס אז ער ווייסט נישט וואס טוט זיך מיט זיך און ער מאכט סתם אן אומזיסטיגע אומגינסטוגע פּי.אַר. פאר חרדישע אידענטום. וואס קאסט אונזער געזעלשאפט א אומגעהויערע צאל עגמת נפש און רדיפות.