בלאט 1 פון 2

לוח דבר בעטו

נשלח: זונטאג מאי 24, 2020 3:00 am
דורך קול הלשון
עס איז דא א ספר וואס הייסט לוח דבר בעטו פון איינער גנוט פון ארץ ישראל ער געט ארויס יעדע יאר א לוח מיט אלע זאכן וואס גייען געשען אין עס שטעלט זיך ארויס אמת איך לגבי די קאראנע

Sent from my SM-G973F using Tapatalk

Re: לוח דבר בעטו

נשלח: זונטאג מאי 24, 2020 3:01 am
דורך קול הלשון
איינער ווייסט מער דערוועגן איך האב געהערט אויך אז ער זאגט עס גייט קומען נאך שווערע צייטן דע יאר

Sent from my SM-G973F using Tapatalk

Re: לוח דבר בעטו

נשלח: זונטאג מאי 24, 2020 4:37 am
דורך פאליטיקאנט
וואס גענוי שרייבט ער אויף תש"פ?

און געבויט אויף וואס שרייבט ער עס?

אלע אנדערע יארן האט זיך אויך ארויסגעשטעלט ווי ער האט פאראויסגעזאגט?

נשלח: זונטאג מאי 24, 2020 4:40 am
דורך מיד ווי א בוים
נא וואס שטייט דארט וואס זאגט וואס גייט פאסירן דאס יאר?

Re: לוח דבר בעטו

נשלח: זונטאג מאי 24, 2020 5:55 am
דורך זעקעל
פון א צווייטער נביא נישט פון אנ״ש
https://youtu.be/4nHr5jibT3k

נשלח: זונטאג מאי 24, 2020 6:35 am
דורך במדבר
צב''ש: ער שרייבט, יעדעס יאר! אז תשעה באב גייט זיין א ''יום תענית'', און ביזדערווייל האט זיך עס ארויסגעשטעלט גאנץ אקוראט! ;)

------

ערענסט גערעדט, ער האט ''פאראויסגעזאגט'' די פארכאפאונג פון ''אסאמא-בין-לאדין''...

בכלל האט ער א פעטיש צו מאכן די לוח די דיקסטע וואס מעגליך, און פאר דעם לייגט ער אריין א ליקוט פון כל-ערליי מאגישע ספרים מיט פונקטליכע נביאת'ן וואס גייט פארקומען ''אן עני גיווען דעי''... איך דארף שרייבן?!... די סוקסעס ראטע איז זייער שוואך!

-----

טייערע @קול הלשון: ביטע לייג אריין אביסלע מער מיה איידער די עפענטס א אשכול, למען כבוד ''בית הקפה'' וחבריה.

לוח דבר בעטו

נשלח: מאנטאג יוני 01, 2020 11:13 pm
דורך חוקר ודורש
אין די שבועות׳דיגע מאמענט איז געווען א אינטערוויו מיט הרב מרדכי גנוט שליט״א, זאגט ער אז די געוויסע געשעענישען וואס ער ברענגט אין זיין לוח זענען געבויט אויף פריעדיגע ספרים, לדוגמה אין דעם לוח דעם יאר ברענגט ער אז אין די גמרא אין עירובין שטייט אז אויב די תקופה פון טבת געפאלט אין א געוויסע שעה אין דער מולד פון ניסן געפאלט אויך אין א געוויסע שעה אזוי ווי עס איז געפאלען דעם יאר, דאן וועלן זיין זעלטענע ווינטן.

ער דערציילט אז ער האט געטראכט היות ער קען זיך אויס אין אסטראלאגיע קען ער געבן עצות פאר מענטשען געבויט אויף זייער מזל וכו׳, און פארדינען אפאר דאלער פון דעם, אבער הרב וואזנער האט אים אפגערעדט פון דעם זאגענדיג ״תמים תהיה עם השם אלקיך״.

אינטערסאנט איז אויך הרב גנוט׳ס גרויסע אהבה אין קשר צו ארץ ישראל אזש ער האט נאך קיינמאל פארלאזט ארץ ישראל, ער קען זיך פשוט נישט אפרייסען פון דעם הייליגען לאנד.
ער איז געווען שטארק נאנט מיט רבי יהודה׳לע הורוויץ פון דזשיקוב ווען ער האט נאך געוואוינט אין א״י, אבער איינמאל רבי יהודה׳לע איז געפארן קיין לאנדאן האט ער אים שוין נישט געזען, און ווען מען האט אים געזאגט אז דער רבי וויל ער זאל קומען, האט ער געזאגט אז נאר אויב דער רבי איז גרייט צו רעדן מיט אים אין לערנען (סוף ימיו האט ער כמעט נישט גערעדט) וועט ער קומען ווארום ארויספארען פון א״י צוליב לימוד התורה מעג מען, און היות רבי יהודה׳לע האט דאס נישט צוגעזאגט איז ער נישט געפארן.

נשלח: מיטוואך יוני 03, 2020 11:01 pm
דורך לבי ובשרי
במדבר האט געשריבן:צב''ש: ער שרייבט, יעדעס יאר! אז תשעה באב גייט זיין א ''יום תענית'', און ביזדערווייל האט זיך עס ארויסגעשטעלט גאנץ אקוראט! ;)

------

ערענסט גערעדט, ער האט ''פאראויסגעזאגט'' די פארכאפאונג פון ''אסאמא-בין-לאדין''...

בכלל האט ער א פעטיש צו מאכן די לוח די דיקסטע וואס מעגליך, און פאר דעם לייגט ער אריין א ליקוט פון כל-ערליי מאגישע ספרים מיט פונקטליכע נביאת'ן וואס גייט פארקומען ''אן עני גיווען דעי''... איך דארף שרייבן?!... די סוקסעס ראטע איז זייער שוואך!

-----

טייערע @קול הלשון: ביטע לייג אריין אביסלע מער מיה איידער די עפענטס א אשכול, למען כבוד ''בית הקפה'' וחבריה.

שטותים והבלים... זעט זיך אויס אז דו קענסט נישט דעם רבי מרדכי פונעם לוח....

ער איז גאר א טשיקאווער מענטש, א ריזן ת"ח מיט א שטארקן פענע, ער מאכט נישט קיין ראניש פון זיינע לוחות, און יא, ער האט פאראויס געזאגט די פארכאפונג פון בין לאדין. מער אקוראט, ער האט פאראויס געזאגט די אומקום פון די גרויסע טעראריסטן. נישט אז עס איז א מעלה, נאר א מציאות.

הייב אויף א טעלעפאון, כאפ מיט אים א שמועס [אויב ער וועט וועלן מקדיש זיין צייט פאר דיר], און וועסט אנהייבן כאפן פון וועם די רעדע איז...

נשלח: זונטאג יוני 07, 2020 6:17 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
אחוץ די גרייז פון די קעפל פון די אשכול, האב איך געטראפן עטליכע גרייזן פונקט ביים אריין קוקן אין די לוח דער שבת. ער האט א יארצייט היינט פון תש"א, וואס איז באמת געווען תשי"א. ער האט נעכטן געזאגט אז מ'זאגט נישט קיין אב הרחמים, צוליעב תשלומין פון שבועות, ווען י"ד סיון איז שוין זיכער נאך די זמן תשלומין. און נאך אפאר אזעלכע. איך האב מורא אז די צוות זיינע רזענען נישט אזוי שטארק ווי אים אליינס.

נשלח: זונטאג יוני 07, 2020 10:07 am
דורך ליב צו וויסן
קול הלשון האט געשריבן:עס איז דא א ספר וואס הייסט לוח דבר בעטו פון איינער גנוט פון ארץ ישראל ער געט ארויס יעדע יאר א לוח מיט אלע זאכן וואס גייען געשען אין עס שטעלט זיך ארויס אמת איך לגבי די קאראנע

Sent from my SM-G973F using Tapatalk


כ'האב נישט דעם ספר צו די האנט, וואלסט געקענט צוברענגען א קאפי ווי ער זאגט פאר קאראנע?

נשלח: פרייטאג יוני 12, 2020 1:34 pm
דורך berlbalaguleh
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:אחוץ די גרייז פון די קעפל פון די אשכול, האב איך געטראפן עטליכע גרייזן פונקט ביים אריין קוקן אין די לוח דער שבת. ער האט א יארצייט היינט פון תש"א, וואס איז באמת געווען תשי"א. ער האט נעכטן געזאגט אז מ'זאגט נישט קיין אב הרחמים, צוליעב תשלומין פון שבועות, ווען י"ד סיון איז שוין זיכער נאך די זמן תשלומין. און נאך אפאר אזעלכע. איך האב מורא אז די צוות זיינע רזענען נישט אזוי שטארק ווי אים אליינס.

ליטוואק פון בודאפעסט: דער טעות אין ספעללינג אין די קעפל פון אשכול איז זיכער געווען א פאן (מיט א פ"א דגושה)..

די ווערט און פארלעסליכקייט פון די אסטראלאגישע פאראויסזאגונגען קענמען מסביר זיין מיט די פאלגענדע מעשה'לע...!

א פרוי האט געהאט א קאר עקסידענט ווען זי האט געדרייווט. ווען די פאליס זענען געקומען מאכן דעם רעפארט זאגט זי פאר'ן פאליס...ס'קען נישט זיין אז איך זאלל האבן אן עקסידענט. ווייל מיין האראסקאופ האט געזאגט אז איך וועלל היינט האבן א גוטן טאג...לאל...!

נשלח: פרייטאג יוני 12, 2020 2:07 pm
דורך רביה''ק זי''ע
berlbalaguleh האט געשריבן:ליטוואק פון בודאפעסט: דער טעות אין ספעללינג אין די קעפל פון אשכול איז זיכער געווען א פאן (מיט א פ"א דגושה)..

אפשר קען מען מסביר זיין די פאן פאר די וועלכע כאפן נישט?

נשלח: פרייטאג יוני 12, 2020 2:44 pm
דורך שאראש-פאטאק
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:אחוץ די גרייז פון די קעפל פון די אשכול, האב איך געטראפן עטליכע גרייזן פונקט ביים אריין קוקן אין די לוח דער שבת. ער האט א יארצייט היינט פון תש"א, וואס איז באמת געווען תשי"א. ער האט נעכטן געזאגט אז מ'זאגט נישט קיין אב הרחמים, צוליעב תשלומין פון שבועות, ווען י"ד סיון איז שוין זיכער נאך די זמן תשלומין. און נאך אפאר אזעלכע. איך האב מורא אז די צוות זיינע רזענען נישט אזוי שטארק ווי אים אליינס.

די יאר איז יום הטביח זינטאג נישט סא איז שבת יא תשלומין

נשלח: מוצ"ש אוגוסט 22, 2020 10:41 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
איך האב היינט אריין געקוקט אין די לוח, און זיי שרייבן נישט די יארצייט פון היינט נאכט ג' אלול. בושה וחרפה ווען זיי ברענגן די יארצייט פון אבראהאם לינקאלן און נישט דער הויפט רב פון א"י.

Re: לוח דבר בעטו

נשלח: מוצ"ש אוגוסט 22, 2020 10:49 pm
דורך א חסיד פון ווילנא
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:איך האב היינט אריין געקוקט אין די לוח, און זיי שרייבן נישט די יארצייט פון היינט נאכט ג' אלול. בושה וחרפה ווען זיי ברענגן די יארצייט פון אבראהאם לינקאלן און נישט דער הויפט רב פון א"י.
איך פארשטיי דיין מיינונג אז די האלסט פונעם "הויפט רב פון א"י" אבער איינער מעג האלטן אנדערש
און ער אויף וואס זיך סומך זיין, טאקע אסאך גדולים האבן אים נישט געפסל׳ט אבער גענוג גדולי ישראל האבן אים יא, זיי האבן גוזר תענית געווען אין טאג פון גרינדונג פון רבנית הראשית, און געשריבן שארפע בריוון קעגן אים

Sent from my LM-X210CM using Tapatalk

נשלח: מוצ"ש אוגוסט 22, 2020 10:55 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
ער מעג האלטן אנדערש אויף זיין פאסטן. אבער געלעבט האט ער, געשטארבן איז ער, און א יארצייט האט ער, און א באקאנטע פיגור איז ער געווען. אלזא, זיין יארצייט באלאנגט דארט בכל אופן.

Re: לוח דבר בעטו

נשלח: זונטאג אוגוסט 23, 2020 12:28 am
דורך א חסיד פון ווילנא
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:ער מעג האלטן אנדערש אויף זיין פאסטן. אבער געלעבט האט ער, געשטארבן איז ער, און א יארצייט האט ער, און א באקאנטע פיגור איז ער געווען. אלזא, זיין יארצייט באלאנגט דארט בכל אופן.
עס איז דא א דעה אז אויף געוויסע מענטשן טאר מען נישט דערמאנען לטובה, ווי געזאגט, מעגסט האלטן אנדערש, אבער גאר גרויסע מענטשן האבן אזוי געהאלטן

Sent from my LM-X210CM using Tapatalk

נשלח: זונטאג אוגוסט 23, 2020 12:38 am
דורך רביה''ק זי''ע
און ווער איז מרדכי גענוט אפצומאכן ווער ס'איז פון די מענטשן און ווער נישט?

נשלח: זונטאג אוגוסט 23, 2020 12:41 am
דורך תרמב
אז ער דרוקט עס, האט ער די רעכט ביי זיך אין לוח, אפצומאכן וואס ער וויל.

נשלח: זונטאג אוגוסט 23, 2020 12:42 am
דורך רביה''ק זי''ע
רעכט האט ער, א לץ בלייבט ער.

Re: לוח דבר בעטו

נשלח: זונטאג אוגוסט 23, 2020 12:44 am
דורך דער גאלדענער אדלער
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:רעכט האט ער, א לץ בלייבט ער.
וואס באנוצטו דיך מיט אזאנא שיינע נעמען ווי לץ?? אני הקטן וואלט עם אנגערופן א געמיינער פאליטישער שרייבער

Re: לוח דבר בעטו

נשלח: זונטאג אוגוסט 23, 2020 12:48 am
דורך דער גאלדענער אדלער
א חסיד פון ווילנא האט געשריבן:
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:ער מעג האלטן אנדערש אויף זיין פאסטן. אבער געלעבט האט ער, געשטארבן איז ער, און א יארצייט האט ער, און א באקאנטע פיגור איז ער געווען. אלזא, זיין יארצייט באלאנגט דארט בכל אופן.
עס איז דא א דעה אז אויף געוויסע מענטשן טאר מען נישט דערמאנען לטובה, ווי געזאגט, מעגסט האלטן אנדערש, אבער גאר גרויסע מענטשן האבן אזוי געהאלטן

Sent from my LM-X210CM using Tapatalk
וועלכע גרויסע מענטשן??
און מיט וואס טוסטו מעסטן זייער גרויסקייט??
וויפיל פלייש זיי האבן געהאט?
וויפיל פארענטשעס האבן זיי געדינט?
וויפיל שלעגערס זיי האבן פארמאגט?

נשלח: זונטאג אוגוסט 23, 2020 12:55 am
דורך רביה''ק זי''ע
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:איך האב היינט אריין געקוקט אין די לוח, און זיי שרייבן נישט די יארצייט פון היינט נאכט ג' אלול. בושה וחרפה ווען זיי ברענגן די יארצייט פון אבראהאם לינקאלן און נישט דער הויפט רב פון א"י.

לויט די שרייבער און די לייקערס פון דעם תגובה האב איך מיך פארגעשטעלט אז די רעדע דא איז פון הרב קוק, נאר אויף זיכער צו מאכן האב איך געגעבן א שנעלע גוגל, צופעליג האב איך געזעהן אז היינט איז אויך די יארצייט פון הרב שאר ישוב... זאלן זיי זיין גוטע בעטערס.