בלאט 1 פון 1

לאכן לאכט דער לעצטער...

נשלח: זונטאג מאי 24, 2020 1:45 pm
דורך בעל רגש
די סצענעס און א טאנץ
פון בליה און צושטער
אויב דערנער איך פלאנץ
זיי שניידן וועט ווער

דו לאכסט פון מיין טרער
דו וויינסט פון מיין שלאף
איז דאס דיין באגער
קען זיין - איך גיב אויף

איך שטיי ווי א סלופ
ווען ביי זיי עס גליהט
זיי שפעטן גאר אפ
ווען ביי מיר עס פליהט

קדושה'דיג קלימאקס
געטריפעלטער טאנץ
שאפט פאראדאקס
איך שפיר ווי א שוואנץ

ווען זיי שרייען אחד
איך זעה דארט צוויי
דעם טעות ווער האט
קען גאר זיין איך האב דריי

אויב מעשים די פארהער
דאן ביי זיי די באזע
מעסט זיך דערהער
פארקערט די פראזע

פון קליגערע טאקע נישט קליגער
אבער פארט נישט דומער פון דומע
למעשה בין איך א היגער
און זיי און די אדמה

מער פון איין געזיכט
דאס איז ביי מיר קראנט
אפגעשיילט איין שיכט
איך טאפ א וואנט

א שפיל פון געפעכט
א צירקל א ראד
נישט אזוי שלעכט
אבער פירט און באד

ביזט א גזלן פון טרייסט
א רויבער פון רוה
הבטחה צום גייסט
א שאד די מיה

דיין שלייער פארריסן
געווינען די שלאכט
כליפעט מיין געוויסן
דער לעצטער ווער לאכט....