בלאט 1 פון 2

נייער ארטיקל איבער דער שפראך פון ק"ש

נשלח: זונטאג מאי 31, 2020 1:22 pm
דורך לאשיצער
סוף כל סוף איז ארויס מיין ארטיקל איבער דער שפראך פון קאווע שטיבל! דער ארטיקל גיט איבער אסאך אינפארמאציע וועגן חסידיש אידיש און חסידישע פארומס, מיט ציטאטן פון ק"ש שרייבערס. אויבן רעכטס איז דא א לינק צו ליינען דעם ארטיקל אין PDF פארמאט. https://www.frontiersin.org/articles/10 ... 2020.00035

דער ארטיקל באהאנדלט איין אספעקט פון חסידיש אידישן סינטאקס (ווערטער-סדר): וואו מ'שטעלט אוועק דאס ווארט "צו" אין ווערבן מיט קאנווערבן. ("קאנווערבן" זענען: אריין, ארויס, איבער, אונטער, צוריק, אהיים, צאם וכו'). צום ביישפיל: ווען שרייבט מען "אויסצורעכענען" און ווען שרייבט מען "צו אויסרעכענען"? ווען איז צייט "אויפצופיקן די קינדער" און ווען "צו אויפפיקן די קינדער"? דער סטאטיסטישער אנאליז ווייזט אן אויף די פארשידענע פאקטארן וואס האבן א השפעה צי מ'שרייבט "קאנווערב-צו-ווערב" (די אפטערע, עלטערע פארמע) אדער "צו קאנווערב-ווערב" (די נייערע פארמע).

נשלח: זונטאג מאי 31, 2020 2:43 pm
דורך berlbalaguleh
צו דעם הויכגעשעצטן פראפעסאר, שריפטשטעלער דר. לאשיצער: איהר זאלט מיר שטארק אנטשולדיגן, אבער די דזשיבעריש וואס מ'ליינט אפ אין דעם לינק וואס איהר האט דא פארגעשטעלט קען איך נישט דיידזשעסטן. (בתוך הדברים(... אז איינס פון די פראבלעמען פאר גוגל טרענסלעיט אהערצושטעללן א צופרידנשטעללנדן פראדוקט מיט די אידיש טרענסלעישן איז ..."א לעק אוו דעיטא"...!

דער פראבלעם איז א סאך מער פונדאמענטאל.און די געעהרטע און הויכגעשעצטע אקאדעמיקער און ענדזשיניערן, אדער ווייסן זיי נישט אדער האבן זיי פשוט פארפעלט צו נעמען אין באטראכט געוויסע פונדאמענטאלע היסטארישע און געא קולטורעלע פאקטארן אין די פארמירונג פון די שפראך וועלכע מען רופט היינט..."אידיש"...! )אמאל גערופן "זשארגאן", אידיש דויטש"").

דאס אידישע פאלק האט זייט דעם חורבן פון 2'טן בית המקדש געוואנדערט צוערשט איבער איטאליע. נאכדעם האט מען זיך צוטיילט. א טייל זענען געגאנגען קיין שפאניע און נארטה אפריקע. אן אנדער טייל איז געגאנגען קיין דייטשלאנד און פראנקרייך. זיי האבן דארט געלאנדעט פאר א תקופה פון עטליכע הונדערט יאר. און וויילנדיג דארט האבן זיי אויפגעפיקט זייער א סאך ווערטער און אויסדרוקן פון פראנצויזיש. אויסער דייטש. וואס ארום 60% פון אידיש איז באזירט אויף דעם. שפעטער ווען די אידן האבן אנגעהויבן צו וואנדערן מער צו מזרח האבן זיי אויפגעפיקט די סלאווישע שפראכן ווי רוסיש, פויליש און טשעכיש.און דאס איז אויך געווארן א טייל פון די שפראך. אויך די ווערטער וועלכע זענען געקומען פון לשון הקודש (פון די פארשידענע תקופות). און די גראמאטיק און קולטורעלע מיינונג פון די אלע שפראכן.

אט די אלע פאקטארן האבן די הויכגעשעצטע
אקאדעמיקער (ליידער) נישט גענומען אין באטראכט. דאס איז לויט מיין מיינונג די הויפט סיבה פארוואס דער ..."אידיש" פראדוקט פון גוגל טרענסלעיט איז פון אזא שוואכע קוואליטעט...!

נ.ב.: איך האב מיט דעם הויכגעשעצטן פראפעסאר און שריפטשטעלער הער לאשיצער געהאט מיט א שטיק צייט צוריק אן ארגומענט. איך האב געטענה'ט אז זייער א סאך ווערטער (נאנט צו 10%) ווערטער אין די אידישע שפראך שטאמען פון פראנצויזיש. נאר זענען שוין מיט די צייט פארבויגן און פארדרייט געווארן אז מ'דערקענט עס שוין נישט. און דער הויכגעשעצטער פראפעסאר און שריפטשטעלער האט מיך אויסגעלאכט. נו. איך פארדין דאך אויסגעלאכט צו ווערן. ווייל ווער ביניך דען א פראסטער, אומ-וויסנדער בעל עגלה וועלכער פארשטייט נאר צו געבן עסן פאר פערד. (פרעג נאר ביי דעם הויכגעשעצטן פילאזאף, הוגה.) און איינער וואס קען זיך אויס מיט עלעקטריקל ווייערינג סיסטעמס און עלעקטראניקס. און איך האב געוואוינט אין א פאר מדינות. און אויפגעפיקט די שפראכן פון יענע מדינות. אבער וויבאלד איך האב נאכנישט אדורכגעליינט אנדערטהאלבן אפיקורס'ישע ביכלעך און איך בין נישט מסופק אין בריאת העולם און אין תורה מן השמים, הייס איך א צוריקגעשטאנענער, אומוויסנדער דוממער קערל...לאל...!

נשלח: זונטאג מאי 31, 2020 5:08 pm
דורך לאשיצער
berlbalaguleh האט געשריבן:צו דעם הויכגעשעצטן פראפעסאר, שריפטשטעלער דר. לאשיצער: איהר זאלט מיר שטארק אנטשולדיגן, אבער די דזשיבעריש וואס מ'ליינט אפ אין דעם לינק וואס איהר האט דא פארגעשטעלט קען איך נישט דיידזשעסטן. (בתוך הדברים(... אז איינס פון די פראבלעמען פאר גוגל טרענסלעיט אהערצושטעללן א צופרידנשטעללנדן פראדוקט מיט די אידיש טרענסלעישן איז ..."א לעק אוו דעיטא"...!


דעם ארטיקל האב איך געשריבן פאר אן עולם וואס קען זיך אויס אין סטאטיסטיק און לינגוויסטיק אבער נישט אין אידיש. דא אין שטיבל איז דא גענצליך אן אנדערע סארט עולם. אז איינער שטעלט דא א פראגע איבער דעם אינהאלט פון ארטיקל בין איך גרייט צו ענטפערן.

די "לעק אוו דעיטא" איז א ציטאט דירעקט פון די דריי גוגל אינזשענירן וואס האבן צאמגעשטעלט דעם איבערזעצער. גיט א קוק אויף דער ביבליאגראפיע, וועט איר געפינען דעם דאקומענט פון וועלכן איך ציטיר.


berlbalaguleh האט געשריבן:דאס אידישע פאלק האט זייט דעם חורבן פון 2'טן בית המקדש געוואנדערט צוערשט איבער איטאליע. נאכדעם האט מען זיך צוטיילט. א טייל זענען געגאנגען קיין שפאניע און נארטה אפריקע. אן אנדער טייל איז געגאנגען קיין דייטשלאנד און פראנקרייך. זיי האבן דארט געלאנדעט פאר א תקופה פון עטליכע הונדערט יאר. און וויילנדיג דארט האבן זיי אויפגעפיקט זייער א סאך ווערטער און אויסדרוקן פון פראנצויזיש. אויסער דייטש. וואס ארום 60% פון אידיש איז באזירט אויף דעם. שפעטער ווען די אידן האבן אנגעהויבן צו וואנדערן מער צו מזרח האבן זיי אויפגעפיקט די סלאווישע שפראכן ווי רוסיש, פויליש און טשעכיש.און דאס איז אויך געווארן א טייל פון די שפראך. אויך די ווערטער וועלכע זענען געקומען פון לשון הקודש (פון די פארשידענע תקופות). און די גראמאטיק און קולטורעלע מיינונג פון די אלע שפראכן.

אט די אלע פאקטארן האבן די הויכגעשעצטע
אקאדעמיקער (ליידער) נישט גענומען אין באטראכט. דאס איז לויט מיין מיינונג די הויפט סיבה פארוואס דער ..."אידיש" פראדוקט פון גוגל טרענסלעיט איז פון אזא שוואכע קוואליטעט...!

נ.ב.: איך האב מיט דעם הויכגעשעצטן פראפעסאר און שריפטשטעלער הער לאשיצער געהאט מיט א שטיק צייט צוריק אן ארגומענט. איך האב געטענה'ט אז זייער א סאך ווערטער (נאנט צו 10%) ווערטער אין די אידישע שפראך שטאמען פון פראנצויזיש. נאר זענען שוין מיט די צייט פארבויגן און פארדרייט געווארן אז מ'דערקענט עס שוין נישט. און דער הויכגעשעצטער פראפעסאר און שריפטשטעלער האט מיך אויסגעלאכט. נו. איך פארדין דאך אויסגעלאכט צו ווערן. ווייל ווער ביניך דען א פראסטער, אומ-וויסנדער בעל עגלה וועלכער פארשטייט נאר צו געבן עסן פאר פערד. (פרעג נאר ביי דעם הויכגעשעצטן פילאזאף, הוגה.) און איינער וואס קען זיך אויס מיט עלעקטריקל ווייערינג סיסטעמס און עלעקטראניקס. און איך האב געוואוינט אין א פאר מדינות. און אויפגעפיקט די שפראכן פון יענע מדינות. אבער וויבאלד איך האב נאכנישט אדורכגעליינט אנדערטהאלבן אפיקורס'ישע ביכלעך און איך בין נישט מסופק אין בריאת העולם און אין תורה מן השמים, הייס איך א צוריקגעשטאנענער, אומוויסנדער דוממער קערל...לאל...!


וויאזוי האט די לאנגע היסטאריע פון אידיש און פון אשכנז'ישן אידנטום צו טון מיט דעם איינעם אספעקט פון ווערטער-סדר וואס איך טו באשרייבן און אנאליזירן אינעם ארטיקל, און וויאזוי די פאקטן האבן זיך אנטוויקלט און געטוישט פון 2012 (דעם בראשית פון ק"ש) ביז סוף 2019?

איך האב קיינעם נישט אויסגעלאכט.

נשלח: מאנטאג יוני 01, 2020 1:25 am
דורך berlbalaguleh
איך האב נאר ארויסגעהויבן דעם שטוינענדן פאקט אז אומצאליגע ווערטער פון אידיש האבן זייער אריגין אין פראנצויזיש.און אז אין לויף פון יארן איז עס שוין נישט דערקענבאר. און אז ס'איז זייער שטארק לאגיש אז דאס זאלל זיין דער פאקט. פון א געא היסטארישן שטאנדפונקט...! ווייל די אידן האבן געוואוינט אין רהיין. און אנדערע שטעט פון די עלזאס (לאררעין) פראווינצן וועלכע זענען אריבערגעגאנגען אויטאנאמיע טוישונגען אהין און צוריק צווישן דייטשלאנד און פראנקרייך אין פארלויף פון טויזנט יאר...!

נשלח: דינסטאג יוני 02, 2020 9:38 am
דורך [NAMELESS]
זייער שיין. אינטערסאנט צו ליינען א אקעדעמישע פאפיר וועגן אונז. כ'האב נישט פארשטאנען קיין איין ווארט, אבער איך האב הנאה געהאט פון די באשרייבונג אויף די היסטארי פון קאווע שטיבעל

נשלח: דינסטאג יוני 02, 2020 4:20 pm
דורך לאשיצער
[tag]חתם סופר[/tag] לאזט וויסן אויב איך קען אייך עפעס מסביר זיין.

דער גרעסטער טייל פון ארטיקל איז טאקע זייער טעכניש, אבער כ'האלט אז דער צווייטער חלק (זייט 3 ביז 5 אינעם פי.די.עף.) קען אינטערעסירן די חברי השטיבל. חלק ב' באשרייבט די געשיכטע פון היימישע פארומס בכלל און ק"ש בפרט און ערקלערט וויאזוי דער אינטערנעט האט געשאפן נייע געלעגנהייטן פאר חסידים צו שרייבן אויף אידיש.

נשלח: דינסטאג יוני 02, 2020 4:37 pm
דורך כלבאשבוע
זייער אינטערעסאנט

ווי קען מען ליינען דעם 2018 פארש ארבעט וואס ווערט דערמאנט?

[tag]לאשיצער[/tag]

נשלח: דינסטאג יוני 02, 2020 4:56 pm
דורך לאשיצער
די לענגערע ארבעט פון 2018 (מיין דיסערטאציע) קען איך נאכנישט פאוסטן דא אויף ק"ש ווייל איך דארף נאך פארוואנדלען די קאפיטלען אין באזונדערע ארטיקלען. די דיסערטאציע באהאנדלט דאס גערעדטע אידיש ביי חסידים און ביי אידישיסטן אין ניו יארק און אנאליזירט די חילוקים אין פאנעטיק (קלאנגען) און גראמאטיק צווישן די צוויי גרופעס. ס'האט א שייכות מיט ק"ש ווייל איך האב דא רעקרוטירט חסידישע מענער צו אינטערוויואירן.

נשלח: דינסטאג יוני 02, 2020 8:39 pm
דורך berlbalaguleh
הערר לאשיצער: דו האסט אראפגענומען מיין לעצטן פאוסט...? איך ווייס אז יא.. דו מוזסט נישט זיין אזוי אראגאנט. און נישט ענטפערן. דו קענסט מיר כאטש מודיע זיין...!

נשלח: מיטוואך יוני 03, 2020 11:32 am
דורך לאשיצער
[tag]berlbalaguleh[/tag] כ'האב נישט געזען קיין נייע תגובות פון אייך. "שריפטשטעלער" האבן נישט די רשות (אדער אפילו די מעגליכקייט) צו מעקן תגובות אויף די אשכולות וואס זיי האבן פותח געווען.

פארוואס האט איר געעפנט א גאנצן אשכול קעגן מיר?

נשלח: מיטוואך יוני 03, 2020 12:21 pm
דורך לאשיצער
ווייזט אויס אז [tag]סדרן[/tag] האט פארמאכט דעם אשכול קעגן מיר. איך האב נאר געוואלט מגיב זיין: "איך האב גארנישט נישט געמעקט און כ'קען אפילו נישט מעקן. wow איך זיץ דא געפלעפט..."
דאס איז זיכער געווען דער נידעריגסטער פונקט פון מיין דערפארונג מיט ק"ש ביז יעצט, אז איינער זאל מיך אפן אטאקירן אן מיין פראוואקאציע, און באקומען לייקס דערצו.

אויב אנדערע ק"ש מעמבערס זענען נאך גרייט צו שמועסן איבער דעם ארטיקל בין איך זייער גערן. כ'האב אריינגעלייגט עטליכע יאר ארבעט, מי און קאפ דערין, ס'איז א שאד וואס די טעמע פון אשכול האט זיך געלאזט פארדרייען אזוי שנעל.

Re: נייער ארטיקל איבער דער שפראך פון ק"ש

נשלח: מיטוואך יוני 03, 2020 12:34 pm
דורך פאליטיקאנט
אן אריינגיין צו מ'האט יא געמעקט צו נישט, די סיבה פאר'ן באקומען לייקס איז פשוט, ווייל אויב ס'איז אמת דאן קומט זיך סופפארט, און היות אונז קענען נישט וויסן צו ס'איז אמת צו נישט, דארף מען זיך פארלאזן אויפ'ן שרייבער (און אויב אזא אלטע ניק ווי בערל'ן האט עס געשריבן קען מען עס אננעמען).

צוריק צום ענין, האסט אפשר אויך געשריבן ערגעץ אויף דעם נושא אין אידיש?

נשלח: מיטוואך יוני 03, 2020 12:50 pm
דורך [NAMELESS]
לאשיצער האט געשריבן:[tag]חתם סופר[/tag] לאזט וויסן אויב איך קען אייך עפעס מסביר זיין.

א דאנק. איך פארשטיי די געדאנק פון די ארטיקעל, אז די שאלה איז וואס מ'שרייבט מער די "צו" פאר די ווארט, אדער אינמיטן די ווארט. בעיקר פארשטיי איך נישט די טעכנישע שפראך, אבער איך גלייב אז צו פארשטיין וועל איך דארפן גיין אין סקול א שיינע פאר יאהר!

לאשיצער האט געשריבן:דער גרעסטער טייל פון ארטיקל איז טאקע זייער טעכניש, אבער כ'האלט אז דער צווייטער חלק (זייט 3 ביז 5 אינעם פי.די.עף.) קען אינטערעסירן די חברי השטיבל. חלק ב' באשרייבט די געשיכטע פון היימישע פארומס בכלל און ק"ש בפרט און ערקלערט וויאזוי דער אינטערנעט האט געשאפן נייע געלעגנהייטן פאר חסידים צו שרייבן אויף אידיש.

די צווייטע חלק איז טאקע זייער אינטערסאנט, צו ליינען פון ק"ש מעמבער'ס ווי אזוי זיי האבן זיך דא אויסגעלערענט צו שרייבען, און די היסטארי פון אייוועלט וואס האט זיך אנגעפאנגען ווי א ס*** פארום.

אויך איז מיר אינטערסאנט די טשארט'ס ווי מ'זעט חודש תשרי אין ק"ש, און די צייטן יעדן טאג ווען מ'פאוסט די מערסטע. (בערך דריי אזייגער נאכמיטאג נ"י צייט).

נשלח: מיטוואך יוני 03, 2020 1:14 pm
דורך לאשיצער
[tag]פאליטיקאנט[/tag] איך האב זיך ארויסגעשריבן פון ק"ש נעכטן 5 א זייגער (2 ביי מיר) און זיך ווידער איינגעשריבן ערשט היינט אינדערפרי. איז מיר געווען א שאק צו זען אז בשעת איך בין אוועק האט מען מיך באשולדיגט אין עפעס וואס איך האב נישט געטון און קען נישט טון און דערצו איז דא א פרישער אשכול קעגן מיר.

ניין, דערווייל האב איך נישט געשריבן אויף דער טעמע אויף אידיש, אבער ס'איז נישט קיין שלעכטער געדאנק!

[tag]חתם סופר[/tag] מיט א פאר יאר צוריק האב איך גערעדט וועגן דער שפראך פון ק"ש אויף א קאנפערענץ פאר דזשואיש שטודיעס (Association of Jewish Studies) וואס דארט איז דער עולם זייער געמישט — אלע זענען אקאדעמיקער, אבער זייער ווייניג האבן צו טון מיט לינגוויסטיק אדער סטאטיסטיק. פארשטייט זיך אז "ארויסצואווייזן ~ צו ארויסווייזן" האט זיי נישט אזויפיל אינטערעסירט, אבער די טשארטס יא :)

איך האב געמאכט נאך א טשארט מיט א פינטל פאר יעדן ק"ש ניק און די פראפארץ פון זייערע ווערבן וואס זענען פון די צוויי ווערטער-סדר וואריאנטן, אבער ב"ה זענען געווען אזויפיל ניקס אין איין טשארט אז מ'האט נישט געקענט זען וואס ס'טוט זיך.

נשלח: מיטוואך יוני 03, 2020 2:54 pm
דורך ישראל קאפקע
פארוואס מאכסטו אזוי אוועק די מעגליכקייט אז דאס איז פשוט א רעזולטאט פון ענגליש וואס שטעלט אייביג קודם 'צו' און האט נישט אזא זאך ווי 'צו' אינמיטן? אלס א וויליאמסבורגער געבוירענער איז דאס א פענאמענאן וואס איך געדענק נישט פון אלס קינד אין חדר אבער יא שפעטער אין ישיבה אין בארעפארק צוליב איר אויפפאלנדקייט.
אויב איך געדענק ריכטיג האט מען דאס אפט געקענט הערן פון ר' לייביש לאנגער (און מעגליך ר' פישל שעכטער) דורכאויס זייער heyday אין מיינע צענערלינגען.

נשלח: מיטוואך יוני 03, 2020 3:02 pm
דורך רימון
[tag]לאשיצער[/tag] איך שעץ זייער דיין ארבעט.
מיין פראגע איז, ווער איז דער געצילטער אוידיענץ פאר אזא ארטיקל. איך און מסתמא דאס מערהייט פון קאווע שטיבל מיטגלידער, האבן נישט פארשטאנען אף מילה אחת וואס שטייט אין דעם ארטיקל. ווידעראום מענטשן פון דער אקעדעמישער וועלט וואס פארשטייען וואס איר זאגט, ווייסן זייער ווייניג איבער קאווע שטיבל, איבער חסידישע אידיש, איבער דער "היימישער" קולטור און שפראך, איז פאר וועמען שרייבט איר? ממש תורה לשמה?

נשלח: מיטוואך יוני 03, 2020 3:28 pm
דורך לאשיצער
[tag]רימון[/tag] א דאנק! איך האב דאס געשריבן פאר לינגוויסטן און פראבירט צו געבן גענוג קאנטעקסט איבער דער אידישער שפראך און חסידישע פארומס אז זיי זאלן דאס קענען באנעמען. לינגוויסטן זענען צוגעוואוינט צו לייענען ארטיקלען איבער אינטערעסאנטע גראמאטישע אספעקטן אין אלע לשונות (מער ווי 70...) און מ'קען אלעס פארשטיין אבי דער שרייבער גיט גענוג קאנטעקסט און זעצט איבער יעדעס ווארט פון דער אריגינעלער שפראך.

דער ארטיקל איז דורכגעגאנגען עטליכע רונדעס "peer review", ד"ה, קאלעגן אין פעלד פון לינגוויסטיק (מ'זאגט נישט אויס ווער זיי זענען) גיבן קריטיק און שטעלן פראגעס און איך דארף זיי באפרידיגן איידער דער פארלאג וועט ארויסגעבן דעם ארטיקל. עס מאכט זיך אפט אז איין רעצענזענט ווייסט עפעס וועגן אידיש/אידן, אבער נישט אין אלע פעלער.

נשלח: מיטוואך יוני 03, 2020 4:13 pm
דורך לאשיצער
ישראל קאפקע האט געשריבן:פארוואס מאכסטו אזוי אוועק די מעגליכקייט אז דאס איז פשוט א רעזולטאט פון ענגליש וואס שטעלט אייביג קודם 'צו' און האט נישט אזא זאך ווי 'צו' אינמיטן? אלס א וויליאמסבורגער געבוירענער איז דאס א פענאמענאן וואס איך געדענק נישט פון אלס קינד אין חדר אבער יא שפעטער אין ישיבה אין בארעפארק צוליב איר אויפפאלנדקייט.
אויב איך געדענק ריכטיג האט מען דאס אפט געקענט הערן פון ר' לייביש לאנגער (און מעגליך ר' פישל שעכטער) דורכאויס זייער heyday אין מיינע צענערלינגען.


ס'איז אן אינטערעסאנטע טעאריע. די מעגליכקייט קען איך נישט אזוי גרינג אוועקמאכן. אבער איך האלט אז מ'דארף ברענגען שטארקערע עווידענץ צו דרינגען אז דער טויש האט זיך אנגענומען אין אידיש אונטער דער השפעה פון ענגליש, און נישט אלס אן אינערליכע אנטוויקלונג אין אידיש זעלבסט. (ווייל נישט יעדער טויש אין אידיש איז א פועל יוצא פון קאנטאקט מיט אנדערע ארומיגע לשונות.)

קודם קען מען די סטרוקטור יא טרעפן אין עלטערע אידישע אויסגאבעס פון אייראפע, צב"ש אין דעם פירוש אויף בראשית יד פון א ספר וואס איז ארויסגעגעבן געווארן אין ווילנע אין שנת תרנ"ט (אבער איז אפשר פיל עלטער):

בילד
(פארגלייך: פון זיי נאך צו יאגן)

אויף ענגליש זאגט מען דאך "to take on" נישט "on to take" אדער "to on take". פארקערט, אויף אידיש קען מען זאגן אדער "אנצונעמען" (די אפטערע פארמע) אדער "צו אננעמען" (די זעלטענערע פארמע), נישט "צו נעמען אן". אויב די השפעה פון ענגליש ליגט בלויז אין דעם וואס "to" קומט פארן ווערב, איז דאס נישט קיין ראיה ווייל די זעלבע געשעט אין אידיש אויך: צו נעמען, צו עסן, צו טרינקען. האלט איך אז דער באנוץ פון "צו קאנווערב ווערב" (צו נאכיאגן) קען זיין אן אנטוויקלונג וואס איז פארגעקומען אין אידיש זעלבסט, לויט א אידישן מאדעל, לאוו דווקא לויט אן ענגליש מאדעל.

נשלח: מיטוואך יוני 03, 2020 4:47 pm
דורך ישראל קאפקע
איך זאג נישט אז דאס איז א גענצליך נייער ערשיינונג וואס איז קיינמאל פריער נישט באנוצט געווארן. עס איז זייער מעגליך אז דער ווילנער ביישפיל האט איין אורזאך, פשוט אלס דירעקטער איבערזעצונג פון מלרדוף, און דאס איז קיינמאל נישט אריין אין ברייטן באנוץ, און די יעצטיגע אפטע ערשיינונג אין אלגעמיינעם באנוץ (נאנט צו 15% אויף ק"ש, לויט דיין אויפפאסונג) שטאמט פון ענגליש.
אנעקדאטיש, פון מיין אייגענע ערפארוג אין וויליאמסבורג און בארעפארק, קען איך זאגן אז דאס טרעפט מען נישט אין וויליאמסבורג, וואו צוויישפראכיגע פאמיליעס איז א זעלטנהייט און יא אין בארעפארק וואו א טייל קינדער וואקסן אויף מיט איינע פון די עלטערן וואס רעדן שווער, אדער זעלטן, אידיש.

אויסצוגעפונען צי דאס קומט טאקע פון ענגליש דארף מען נאכזוכן צי דאס טרעפט זיך אפטער אין בארעפארק אדער קראונהייטס ווי אין וויליאמסבורג, קרית יואל און סקווירא. איז דאס בכלל בנמצא אין ארץ ישראל און אין בעלגיע אדער נאר אין די פאראייניגטע שטאטן, קאנאדע, ענגלאנד און אויסטראליע.

נשלח: מיטוואך יוני 03, 2020 5:46 pm
דורך לאשיצער
גוטע שאלות און א גוטער פארשלאג אויף אן עקספערימענט!

נשלח: דאנערשטאג יוני 04, 2020 12:31 am
דורך לאשיצער
א גרויסן יישר כח [tag]אבטולמוס[/tag] פאר די ווארעמע ווערטער! איך בין זייער דאנקבאר פאר די ק"ש מעמבערס וועלכע האבן מיר אזויפיל געהאלפן בעסער צו פארשטיין די חסידישע געזעלשאפט און די היימיש אידישע שפראך.

איך בין זיכער אז ווען איך וואלט געווען א היסטאריקער אדער אן אנטראפאלאג אדער א סאציאלאג וואלט איר געהאט גרעסערע טענות צו מיינע אקאדעמישע שרייבעכצער און מיין פארשטאנד פון דעם חסידישן לעבנסשטייגער! מיר איז לייכטער דערווייל זיך צו קאנצענטרירן אויף דער שפראך :)

נשלח: דאנערשטאג יוני 11, 2020 3:58 pm
דורך יעקב מעקסוועל
Wow wow!

איך האב ארויסגעפרינטען דעם ארטיקל און עס געליינט שבת נאמיטאג, עס איז געווען גאר גאר אינטערסאנט. קודם כל די עצם פאקט אז עס איז דא אן ארגינעלע ארטיקל אויף אזא קאליבאר וועגן אונזער מאמע לשון איז א חידוש, נאכדערצו אז עס רעדט ממש פון אונזער שטיבל פילט זיך עס גאר היימיש.

שטעלסט אוועק שטארקע ראיות אז דא דרייען זיך בעיקר חסידים פון די אמעריקאנע מזרח ברעג. אויב איינער האט געהאט א ספק דערין, האט מען שוין יעצט א וויסנשאפטליכער שטודיע דערויף... (די איינציגע מאן וואס איך קען דא, איז אויך אן אנעקדאטישע ראי'...)



איך ווייס ביי מיר פערזענליך גענוי ווי דו שרייבסט בשם אנדערע. איך שרייב toPV אפילו ביי ווערטער ווי איך וואלט געזאגט ביים רעדן PtoV, ווייל די ווערטער זענען צו לאנג, און עס מאכט עס אויסזען נישט ריכטיג. דערפאר איז מיר געווען א חידוש אז אין די נישט חסיד'ישע אידיש איז דווק toPV אנגענומען צו זיין נישט ריכטיג.

און דאס ברענגט מיר צו פרעגן, איז מעגליך די פסיכילאגיע אונטער די טויש טעאריע טאקע דאס? א מתחיל פילט זיך ווייניגער זיכער מיט זיינע ווערטער, דערפאר גייט ער די גרינגערע וועג, וואס איז אפשר ווייניגער ריכטיג. שפעטער לערנט מען זיך אויס און מען איז מער זיכער מיט וואס מען שרייבט.

וואס איך שרייב דא איז לכאורה נישט קיין סתירה מיט דיין עיקר יסוד, איך וואונדער מיר וואס דו האלסט. איך וואלט עס גענומען א שטאפל ווייטער, דו שרייבסט אז דאס וואס מען זעט אן אלגעמיינע טויש צו toPV, ווילסטו נישט זאגן אז עס איז א טויש אין שפראך, ווייל עס איז צו שנעל פאר אזא טויש צו פאסירן. אפשר קען מען זאגן אז עס איז יא אן אמת'ע טויש, א טויש אין מענטשן וואס וועלן ענדערש גיין די גרינגערע וועג (מער א סאציאלע טויש).

למעשה זאגסטו א סברא אז אנהייב איז געווען א גרויסע עולם אויפאמאל, און זיי זענען שוין געווען עקספיריענסד. האסטו גענומען אין חשבון אז שפעטערע ניקס קענען אויך זיין אלטע?

איך וואונדער מיר אויב די ארטיקל אליין, קען אויך האבן א השפעה צו פארשנעלערן די טויש.


דו שטעלסט צוזאם פון 2015 ביז יעצט ווייל עס איז דא צו ווייניג דאטא, דו ווייזט אז עס איז דא סאך ווייניגער תגובות היינט ווי אמאל, איך האב נישט געוואוסט אז ק"ש איז געווען אזוי סאך מער אקטיוו עטליכע יאר צוריק. למעשה האסטו פראבירט צו אנאליזירן באזונדער פון 2015 ביז יעצט? עס זעט אויס אביסל אנדערש ווי די גאנצע שטודיע. (דו שרייבסט טאקע אז מען דארף מעגליך מער צייט).



סתם א נקודה, דו דערמאנסט אז דקדוק ווערט געזען ביי חסידים ווי א לימוד וואס איז נישט גענוג וויכטיג. עס איז אמת אז מיסודה איז דקדוק נישט געווען וויכטיג, אבער וויבאלד די משכילים האבן יא געמאכט אן עסק דערפון, איז דקדוק געווארן א לימוד וואס מען וויל דווקא נישט לערנען ביי חסידים. אנדערש ווי יעדע נייטראלע נושא למשל געאגראפיע, וואס מען לערנט פשוט נישט, אבער עס איז נישטא קיין שיטה דערקעגן.



די ווארט איבערראשן וואס דו דערמאנסט אין איינס פון די הערות, איז מיר א חידוש. איך וואלט געטראכט עס איז סתם איין לאנגע ווארט, איך ווייס נישט קיין שום וועג צו צוטיילן די ווארט, און איך האב קיינמאל נישט געהערט פון קיין ווארט "ראשן".


איך וואונדער מיר וואס עס וואלט ארויסגעקומען אויב מען מאכט די זעלבע שטודיע אויף אייוועלט, מען קען זאגן א טעאריע אז דא אין שטיבל איז שטערקער די השפעה וואס די אלטע רעספעקטפולע שרייבער האבן אויף די נייע. א לינגוויסט וואלט זיך אפשר געפרייט צו זען אז די טויש פאסירט איבעראל די זעלבע. יעצט אז דו האסט עס שוין איינמאל געטון, איז עס גרינג צו אנאליזירן אנדערע פארומ'ס, אדער וועט זיך נאכאלס פארלאנגן אסאך ארבעט פאר יעדע נייע ווארט צוזאמשטעל? (לויט די פראצעדור וואס דו לייגסט אראפ, גלייב איך עס וואלט נישט געווען גרינג אפילו דו האסט עס שוין איימאל געטון).


א זייטיגע ספק וואס איז מיר ארויפגעקומען נאכן ליינען די ארטיקל, דו ברענגסט א מאמר פון ניקאלעס אסטלער "פונקט ווי מ'האט אמאל געזאגט (טאקע וועגן אידיש), א שפראך איז א דיאלעקט מיט א מיליטער. קען מען היינט זאגן, א שפראך איז א דיאלעקט מיט א ווערטער בוך, גראמאטיק בוך, פארסער, און א מולטי-מיליאן-ווערטער טעקסט אוצר."

צו אהערשטעלן חסיד'ישע אידיש זאל ווערן א שפראך מיט די היינטיגע סטאנדארד, פעלט זיך אויס אסאך ארבעט דורך אסאך געלונגענע מענטשן. קען זיין אז פון די קוק ווינקעל פון א לינגוויסט איז קיין שאלה נישט אז די ארבעט איז ווערט, אבער מיט די באגרעניצטע צייט אין כוחות וואס די חסיד'ישע אידן וואס פארשטייען צו אזא נושא פארמאגן היינטיגע טעג, וואונדער איך מיר אויב די ארבעט קען ווערן פאררעכנט אלס גענוג וויכטיג. (איך זאג נישט אז נישט).


א גרויסער דאנק פאר די ארטיקל, עס איז מיר געווען א שטארקע הנאה צו ליינען. איך האב געפילט די ווערט פון מיין שפראך הייבט זיך... יישר כח!

נשלח: דאנערשטאג יוני 11, 2020 6:36 pm
דורך לאשיצער
חשוב'ער ר' [tag]יעקב מעקסוועל[/tag] עס פרייט מיך צו הערן אז איר האט אזוי הנאה געהאט פון מיין ארטיקל. א שיינעם דאנק פאר דעם פרטימ'דיגן אפרוף! ס'איז קלאר אז איר האט זיך טיף אריינגעקלערט אין דעם אלעם.

אט זענען מיינע ענטפערס און רעאקציעס:

דערפאר איז מיר געווען א חידוש אז אין די נישט חסיד'ישע אידיש איז דווק toPV אנגענומען צו זיין נישט ריכטיג

איך וואלט דאס אביסל אנדערש פארמולירט: ביי נישט-חסידישע אידיש-רעדערס איז toPV פשוט נישט באקאנט. אויב מ'ווייזט זיי זאצן מיט toPV וועלן זיי זאגן אז עס "קלינגט נישט נאטירליך". אייער פראזע "אנגענומען צו זיין נישט ריכטיג" קען געבן דעם רושם אז אידישיסטן האבן דווקא אן אידעאלאגיע אז toPV איז "נישט-קארעקט" און זיי מיידן עס אויס דערפאר. אבער ס'איז זיי פשוט פרעמד און אומנאטירליך.

א מתחיל פילט זיך ווייניגער זיכער מיט זיינע ווערטער, דערפאר גייט ער די גרינגערע וועג, וואס איז אפשר ווייניגער ריכטיג.

איך ווייס נישט. מ'וואלט געדארפט ברענגען ראיות אז toPV איז גרינגער צו שרייבן אדער צו זאגן ווי PtoV. איך ווייס טאקע נישט. מעגליך!

דו שרייבסט אז דאס וואס מען זעט אן אלגעמיינע טויש צו toPV, ווילסטו נישט זאגן אז עס איז א טויש אין שפראך, ווייל עס איז צו שנעל פאר אזא טויש צו פאסירן.

דא זעט איר די השפעה פון א רעצענזענט (peer reviewer) וואס איך האב געדארפט צופרידנשטעלן מיטן ארטיקל, און דעריבער האב איך אביסל ווייכער געמאכט די גאנצע דיסקוסיע וועגן טוישן אין דער שפראך גופא. דער אמת איז אז איך האלט אז די שפראך פון ק"ש איז נישט אזוי אנדערש פון דער גערעדטער אידישער שפראך (ספעציעל אין איר גראמאטיק/ווערטער-סדר) און דערפאר קען מען זיך יא עפעס אויסלערנען וועגן חסידיש אידיש אין אלגעמיין פון א שטודיע נאר וועגן ק"ש. איך האלט אז ס'איז זייער מעגליך אז די אידישע שפראך טוישט זיך גאנץ שנעל אין דעם פרט, נישט נאר די שפראך פון ק"ש. (איך ווייס אבער נישט צי דאס שטאמט דווקא פון די סיבות וואס איר דערמאנט.)

האסטו גענומען אין חשבון אז שפעטערע ניקס קענען אויך זיין אלטע?

איר מיינט "אלטע" אין יארגאנג? יא, אויף וויפל איך ווייס (אבער מ'קען נישט וויסן אויף זיכער) זענען די נייערע ניקס לאוו דווקא אינגער פון די עלטערע ניקס "אין ריל לייף". ד"ה, אן אלטער ניק און א נייער ניק קענען ביידע זיין 36 אין יאר 2020, נא פראבלעם! אבער איינער וואס האט זיך דא רעגיסטרירט אין פעברואר 2012 איז מסתמא געקומען פון אייוועלט און האט אפשר געשריבן דארטן אויך. איך רעד נישט פון לעבנס-דערפארונג, נאר פון שרייבן-דערפארונג.

סתם א נקודה, דו דערמאנסט אז דקדוק ווערט געזען ביי חסידים ווי א לימוד וואס איז נישט גענוג וויכטיג. עס איז אמת אז מיסודה איז דקדוק נישט געווען וויכטיג, אבער וויבאלד די משכילים האבן יא געמאכט אן עסק דערפון, איז דקדוק געווארן א לימוד וואס מען וויל דווקא נישט לערנען ביי חסידים. אנדערש ווי יעדע נייטראלע נושא למשל געאגראפיע, וואס מען לערנט פשוט נישט, אבער עס איז נישטא קיין שיטה דערקעגן.

זייער א וויכטיגע נקודה. יא, איך בין מסכים מיט אייך! איך האב באשלאסן נישט אריינצוגיין צופיל אין די סיבות פארוואס די מחנכים ווילן נישט אז גראמאטיק זאל זיין א לימוד. אבער יא, איר זענט גערעכט, דער נושא איז נישט "נייטראל' צוליב די אסאציאציעס מיט אידישיזם אדער השכלה.

איך וואונדער מיר אויב די ארטיקל אליין, קען אויך האבן א השפעה צו פארשנעלערן די טויש.

עס ווענדט זיך וויפיל חסידים ס'וועלן ליינען דעם ארטיקל! אבער אין אלגעמיין וויל איך אלס וויסנשאפטלער מינימיזירן די השפעה וואס מיינע אנאליזן קענען האבן אויף די זאכן וואס איך אנאליזיר.

איך וויל אייך אבער פרעגן: א השפעה אין וועלכער ריכטונג? אז מ'וועט ניצן מער PtoV אדער מער toPV?

די ווארט איבערראשן וואס דו דערמאנסט אין איינס פון די הערות, איז מיר א חידוש. איך וואלט געטראכט עס איז סתם איין לאנגע ווארט, איך ווייס נישט קיין שום וועג צו צוטיילן די ווארט, און איך האב קיינמאל נישט געהערט פון קיין ווארט "ראשן".

אידישיסטן זאגן אז "איבערראשן" איז דייטשמעריש, ד"ה נישט עכט אידיש, דערפאר ווייל מ'קען נישט צעטיילן דעם "איבער" פון דעם "ראשן". (אזוי אויך אויף דייטש.) פארהאן אנדערע ווערטער וואס זענען ענליך, למשל: איבערזעצן. אידישיסטן וועלן זאגן "איך זעץ איבער דאס בוך", "איך האב עס איבערגעזעצט", "צייט איבערצוזעצן" וכו'. אבער אין דער ליטעראטור (למשל אין די שיחות פון ליובאוויטשער רבין) וועט מען טרעפן אזעלכע קאנסטרוקציעס: "איך איבערזעץ דאס בוך", "איך האב עס איבערזעצט" (אן "גע"), "צייט צו איבערזעצן" וכו'. דער טראפ/קוועטש/אקצענט איז אויך אנדערש: "ער איז אן איבערזעצער ווייל ער האט איבערגעזעצט אסאך ביכער" אקעגן "ער איז אן איבערזעצער ווייל ער האט איבערזעצט אסאך ביכער". "איך בין איבערראשט" נישט "איך בין איבערגעראשט", זייער ענליך.


איך וואונדער מיר וואס עס וואלט ארויסגעקומען אויב מען מאכט די זעלבע שטודיע אויף אייוועלט... (לויט די פראצעדור וואס דו לייגסט אראפ, גלייב איך עס וואלט נישט געווען גרינג אפילו דו האסט עס שוין איימאל געטון).

איך דארף נאר האבן די אשכולות און תגובות אין דעם ריכטיגן פארמאט, די רעשט פונעם אנאליז קען גיין מער-ווייניגער אויטאמאטיש. כ'ווייס נישט צי אייוועלט וואלט מסכים געווען מיר צו געבן צוטריט צו זייערע דאטן-באזעס... :/

א זייטיגע ספק וואס איז מיר ארויפגעקומען נאכן ליינען די ארטיקל, דו ברענגסט א מאמר פון ניקאלעס אסטלער "פונקט ווי מ'האט אמאל געזאגט (טאקע וועגן אידיש), א שפראך איז א דיאלעקט מיט א מיליטער. קען מען היינט זאגן, א שפראך איז א דיאלעקט מיט א ווערטער בוך, גראמאטיק בוך, פארסער, און א מולטי-מיליאן-ווערטער טעקסט אוצר."

דער אריגינעלער ציטאט פון מאקס וויינרייך איז נישט נאר געווען וועגן אידיש, נאר טאקע אויף אידיש: "א שפראך איז א דיאלעקט מיט אן ארמיי און פלאט" https://en.wikipedia.org/wiki/A_languag ... y_and_navy

צו אהערשטעלן חסיד'ישע אידיש זאל ווערן א שפראך מיט די היינטיגע סטאנדארד, פעלט זיך אויס אסאך ארבעט דורך אסאך געלונגענע מענטשן. קען זיין אז פון די קוק ווינקעל פון א לינגוויסט איז קיין שאלה נישט אז די ארבעט איז ווערט, אבער מיט די באגרעניצטע צייט אין כוחות וואס די חסיד'ישע אידן וואס פארשטייען צו אזא נושא פארמאגן היינטיגע טעג, וואונדער איך מיר אויב די ארבעט קען ווערן פאררעכנט אלס גענוג וויכטיג. (איך זאג נישט אז נישט).

"צו אהערשטעלן" אדער "אהערצושטעלן"? :q
איר זענט זייער גערעכט. איך האב אסאך געדאנקען און פלענער וואס ליגן ביי מיר אין קאפ (חסידיש-אידישע ווערטערביכער, גראמאטיקעס וכו') אבער דערוויילע זענען זיי נאר ווילדע חלומות. איך האף אז מיט דער צייט וועל איך קענען ארבעטן אויף די זאכן, טאקע אין קאאפעראציע מיט חסידישע אידן.

א גרויסער דאנק פאר די ארטיקל, עס איז מיר געווען א שטארקע הנאה צו ליינען. איך האב געפילט די ווערט פון מיין שפראך הייבט זיך... יישר כח!

איך האף אז איר קלערט צו ווערן א לינגוויסט...!