בלאט 1 פון 2
טייערע שווארצע ברודער, וועקט אייך אויף.
נשלח: מאנטאג יוני 01, 2020 9:50 am
דורך קאך_לעפל
[justify]מינעאַפּאָליס, מינעסאטע – די פאליציי האט דערהאלטן א באריכט, אז א ארטיגע איינוואוינער מיטן נאמען זשארזש פלויד, האט פראבירט צו נוצן א פאלטשע צוואנציגער באקנאט אין א ארטיגער דעלי געשעפט. די פאליציי האט פראבירט אים צו ארעסטירן, אבער ער האט אנגעבליך געשטעלט א ווידערשטאנד. דער פאליציי אפיציר דערעק שאוועין, האט מיט גרויסע שוועריקייטן ענדליך באוויזן אים צו קייטלן די הענד אויף אונטערוויילעכס. נעמליך, אפיציר שאוועין האט זיך נישט באגענוגט מיט דעם, נאר ער האט אים ברוטאליש אראפגעשליידערט אויף דער ערד און ארויפגעלייגט זיין לאפע אויף זיין גענאק. גאנצע זעקס מינוט האט אפיציר שאוועין געהאלטן זיין לאפע אויף די גענאק פון פלויד. פלויד האט זיך באקלאגט אז ער קען נישט אטעמען, זאגאר דער הארצלאזער אפיציר האט זיך נישט געקימערט מיט זיין געוויין נאר ער האט סאדיסטיש ווייטער געהאלטן זיין לאפע מיט דרוק אויף פלויד'ס גענאק פאר נאך א קנאפע דריי מינוט. אין רעזולטאט איז פלויד שפעטער נעבאך געשטארבן.
דער גאנצער ספעקטאל איז סוקסעספול אפגעכאפט געווארן אויף ווידיא דורך א זייטיגער צושויער, און ער האט דאס ארויפגעשטעלט אויף סאציאליע מידיע נעצן... דער ווידיא איז שרעקליך צו זען. דאס ברוטאלע באהאנדלונג פון דעם אפיציר, ווי אזוי ער אינזדעקעוועט זיך אויף א הילפסלאזע מאן טרייסלט אויף דאס הארץ פון יעדע רעכטדענקיגער מענטש. א געשריי פאר יוסטיץ איז געהערט געווארן אין גאנץ אמעריקע אזש ס'האט דערגרייכט ביז וואשינגטאן. די שטאטישע און די פעדעראלע רעגירונגן האבן באלד אונטערגענומען די פאסיגע שריט, און א ברייטע אינערליכע אויספארשונג איז אריין אין קראפט. דער אפיציר שאוועין איז באלד געדאנקט געווארן פון זיין פאסטן, און שפעטער אויך ארעסטירט געווארן אויף הארבע מארד קלאגעס...
די געשיכטע וואלט זיך פילייכט ווען געדארפט אט דא ענדיגען. אבער דאס האט נישט פאסירט... ס'האט זיך ארויסגעשטעלט אז דער פלויד איז געווען א טינקל-הויטיגער און דער אפיציר איז געווען א ווייסער... נאך דאס האט אויסגעפעלט...
ס'איז נישט געהיימעניס אז די שווארצע געמיינדע האט פון שטענדיג אן גאר שטארק געליטן פון פאליציי ברוטאליטעט און פון ראסיסטישע דעקרימינאציע. וויפול מ'האט נאר געטאן און מען טיט נאך אלס דאס אפצושטעלן איז דאס ווייט פון גענוג, עס איז ווירקליך גאר שאנדפול. די אנגעווייטאגטע שווארצע געמיינדע האבן זיך ארויסגעלאזט פראטעסטירן אין די גאסן. נישט בלויז אין מינעאַפּאָליס נאר איבער גאנץ אמעריקע. אין מיט רעכט! לויט די קאנסטאטוציע זענען זיי פולשטענדיג בארעכטיגט צו פרידליך פראטעסטירן.
צום באדויערן האט זיך די לינקע טעראר באוועגונג אנטיפא זיך אריינגעמישט און אנגעהויבן צו מישן דעם טאפ. די אנטיפא טעראר באוועגונג, איז א גרופע וואס פראבירט צו באקעמפן קאָנסערוואַטיזם און ארויפצווינגן מיט מאכט ראדיקאלע לינקע אנטשויאונגען אויף די אמעריקאנער מאסן. זיי רופן פאר אַנאַרכיע און דיסטראקציע און געוואלדטאטן, אין א פרואוו צו באצווינגן דאס לאנד. די דאזיגע נידערטרעכטיגע לינקע טעראריסטן, העצן די שווארצע דעמאנסטרירער דורכצופירן געוואלדטאטען און פלינדערייען, און די אנגעהעצטע שווארצע דעמאנסטרירער פאלן טאקע אריין אין א פאסקע, און זייען כאאס איז די גאסן פון די אמעריקאנע שטעט. זיי פלינדערן געשעפטן און פארמעגנס אויף א מאסנשטאבליכער פארנעם וואס לאזט זיך גארנישט גלייבן. זיי נעמען נישט אין אכט אז דורך זייער נידערטרעכטיגע טאהטן פארלירן זיי די סימפאטיע און שטיצע וואס זיי האבן זיך דעראבערט אין די לעצטע טעג. ס'איז צייט אז זיי זאלן זיך עפענען די אויגן און זען ווי די סאציאליסטישע ליבעראלן פירן זיי אין באד אריין... ס'איז העכסט צייט אז זיי זאלן נישט זיין מער קיין שקלאפן פאר די איצטיגע דעמאקראטישע פארטיי וואס פירט זיי בלויז צו חורבן און דיסטראקציע...
הערט נאר וואס דער אלטער אויסגעוועפטער טיפוש יוסל ביידן האט געזאגט. אז איר זענט שווארץ מוזט אין שטימען פאר מיר און נישט פאר פרעזידענט טראמפ. דער אלטער נער האט נישט געכאפט אז דאס טאר מען נישט זאגן, בלויז טראכטן... יעדער אמעריקאנער בירגער אפגעזען פון קאליר אדער ראסע און רעליגיע האט די רעכט זעלבט צו טראכטן....[/justify]
נשלח: דאנערשטאג יוני 04, 2020 8:27 pm
דורך mevakesh
זייער גוט ארויסגעברענגט די פיין וואס די שווארצע גייען אדוירך פון די פאליציי
עס איז וויכטיג צו באטאנען אז עס מיינט נישט אז די פאליציי זענען דוקא ראסיסטן נאר די טבע פון מענטשן איז מורא צו האבן פון טינקעלע און אנדערש ממילא באפאלן זיי שנעלער טונקעל הויטיגע
צו האבן א באגריף וואס די שווארצע גייען אריבער טאג טעגליך כאפט א בליק אין די תגובות אין דעם
פייסבוק פאסטדאכט זיך אז עס איז איבעריג צו זאגן אז ווען איך פרעג די פראגע דא ווען איז געווען דאס ערשטע מאל פאליציי האט געציהלט מיט א ביקס אויף אייך וועט קוים זיין איינער וואס וועט האבן עפעס צו דערציילן
נשלח: דאנערשטאג יוני 04, 2020 8:38 pm
דורך לייבל שטילער
טבע צו מורא האבן פון טונקעלע? מה זאת אומרת?
נשלח: דאנערשטאג יוני 04, 2020 8:51 pm
דורך mevakesh
לייבל שטילער האט געשריבן:טבע צו מורא האבן פון טונקעלע? מה זאת אומרת?
מענטשן האבן מורא פון מצבים און זאכן וואס איז אנדערש פון זיי
לאו דוקא ממש א טבע מער א געוואוינהייט וואס קומט לפחות טיילווייז פון אריינגעבויטע ראסיזם הגם דער מענטש איז נישט באוואוסטזיניג א ראסיסט
נשלח: דאנערשטאג יוני 04, 2020 8:53 pm
דורך רביה''ק זי''ע
ס'איז זייער פשוט, שווארצע זענען ווילדע מענטשן, רעדן הויעך און מיט אסאך האנט באוועגונגען, ווען אימער איך גיי פארביי א גרופע שווארצע איגנטליכע כאפט מיר א ציטער. פארגלייך זיי צו די אזיאנער, אדער ווי מ'רופט זיין אין ב"פ "טשייניז", א רואיגע באשיידן פאלק, הערסט נישט פון זיי קיין הויעך ווארט, קוים וואס מ'מערקט זיי אן. אן אנדערע גרופע וואס וואוינט בשכנות פון אונז זענען די מעקסיקאנער, זיי צוצקען טאקע נאך פרויען און געוויסע פארן ארום מיט קארס וואס באמבערט מוזיק, אבער אויסער דעם זענען זיי אויך א רואיג סאליד פאלק. און די ליסטע גייט ווייטער און ווייטער.
נשלח: דאנערשטאג יוני 04, 2020 8:54 pm
דורך קאצקע ציקער
ווען א פאליציאנט סטאפט א ווייסער פאר א רויט לייט טיקעט אדער א ספידינג טיקעט קימט ער שיין צו צום פענסטער אנדערש איז ביי א שווארצער די מיניט ער גייט צו צום פענסטער האלט ער שוין די הענט אויפן ביקס . אבער איך בלעים זיי נישט זיי טון עס נישט וועגן ראסיזים לכאורה זיי טון עס ווייל זיי האבן מורא....
נשלח: דאנערשטאג יוני 04, 2020 8:56 pm
דורך berlbalaguleh
mevakesh האט געשריבן:זייער גוט ארויסגעברענגט די פיין וואס די שווארצע גייען אדוירך פון די פאליציי
עס איז וויכטיג צו באטאנען אז עס מיינט נישט אז די פאליציי זענען דוקא ראסיסטן נאר די טבע פון מענטשן איז מורא צו האבן פון טינקעלע און אנדערש ממילא באפאלן זיי שנעלער טונקעל הויטיגע
צו האבן א באגריף וואס די שווארצע גייען אריבער טאג טעגליך כאפט א בליק אין די תגובות אין דעם
פייסבוק פאסטדאכט זיך אז עס איז איבעריג צו זאגן אז ווען איך פרעג די פראגע דא ווען איז געווען דאס ערשטע מאל פאליציי האט געציהלט מיט א ביקס אויף אייך וועט קוים זיין איינער וואס וועט האבן עפעס צו דערציילן
מבקש: אבער לאמיר נעמען אין באטראכט די הויכע ראטע פון גוואלדטאטן אדורכגעפיהרט דורך די שווארצע באפעלקערונג.
אבער אין דעם פאל האלט איך אז ס'האט נישט געהאט צו טון מיט ראסיזם. נאר דער נפטר ע"ה מר. דזשארדזש פלויד, וועלכער איז געווען א הויכער, פעסגעבויטער פארשוין האטציך געראנגלט מיט דעם פאליסמאן. און אלס נקמה האט ער איהם געטרעטן אויפ'ן האלז.
נשלח: דאנערשטאג יוני 04, 2020 9:06 pm
דורך mevakesh
מבקש: אבער לאמיר נעמען אין באטראכט די הויכע ראטע פון גוואלדטאטן אדורכגעפיהרט דורך די שווארצע
נניח אז די ביזט גערעכט איז עס נישט אויף אזא פארנעם אז עס זאל זיך לייגן אויפן שכל די אומגלויבליכע פאקט אז יעדער צווייטער יוגענטליכע איז שוין געציהלט געווארן מיט א ביקס
נשלח: דאנערשטאג יוני 04, 2020 9:33 pm
דורך קאצקע ציקער
berlbalaguleh האט געשריבן:mevakesh האט געשריבן:זייער גוט ארויסגעברענגט די פיין וואס די שווארצע גייען אדוירך פון די פאליציי
עס איז וויכטיג צו באטאנען אז עס מיינט נישט אז די פאליציי זענען דוקא ראסיסטן נאר די טבע פון מענטשן איז מורא צו האבן פון טינקעלע און אנדערש ממילא באפאלן זיי שנעלער טונקעל הויטיגע
צו האבן א באגריף וואס די שווארצע גייען אריבער טאג טעגליך כאפט א בליק אין די תגובות אין דעם
פייסבוק פאסטדאכט זיך אז עס איז איבעריג צו זאגן אז ווען איך פרעג די פראגע דא ווען איז געווען דאס ערשטע מאל פאליציי האט געציהלט מיט א ביקס אויף אייך וועט קוים זיין איינער וואס וועט האבן עפעס צו דערציילן
מבקש: אבער לאמיר נעמען אין באטראכט די הויכע ראטע פון גוואלדטאטן אדורכגעפיהרט דורך די שווארצע באפעלקערונג.
אבער אין דעם פאל האלט איך אז ס'האט נישט געהאט צו טון מיט ראסיזם. נאר דער נפטר ע"ה מר. דזשארדזש פלויד, וועלכער איז געווען א הויכער, פעסגעבויטער פארשוין האטציך געראנגלט מיט דעם פאליסמאן. און אלס נקמה האט ער איהם געטרעטן אויפ'ן האלז.
געראנגעלט? מיט הענקאפס? וויזוי קען מען זיך ראנגעלן אנע הענט?
נשלח: דאנערשטאג יוני 04, 2020 9:38 pm
דורך berlbalaguleh
ניין: פאר דער פאליסמאן האט מצליח געווען ארויפצולייגן די הענדקאפפס אויף איהם. און ס'איז שוין געווען וחמתו בערה בו...!
נשלח: דאנערשטאג יוני 04, 2020 9:58 pm
דורך מצפצף
ערעב בערל, שתי תשובות בדבר.
חדא, אז מען זעהט אויף די ערשטע קליפ ווי ער לאזט זיך ארעסטירן און ער שטעלט
נישט קיין ווידערשטאנד.
ועוד לו יהא כדבריך ווייל ס'געווען חמתו בערה בו איז שוין רציחה מותר??
נשלח: דאנערשטאג יוני 04, 2020 10:06 pm
דורך berlbalaguleh
מצפצף: ניין. איך טו עס נישט בארעכטיגן. איך זאג נאר אז נישט אייביג איז עס ראסיזם. א סאך מאל ווען דער סאספעקט ראנגלט זיך מיט'ן פאליסמאן און דער פאליס האט מורא אז ער גייט פארלירן קאנטראל. ווערט ער אין כעס און ער טוט אומבארעכטיגטע זאכן מתוך כעס. אפילו רציחה...!
נשלח: דאנערשטאג יוני 04, 2020 10:12 pm
דורך mevakesh
berlbalaguleh האט געשריבן:מצפצף: ניין. איך טו עס נישט בארעכטיגן. איך זאג נאר אז נישט אייביג איז עס ראסיזם. א סאך מאל ווען דער סאספעקט ראנגלט זיך מיט'ן פאליסמאן און דער פאליס האט מורא אז ער גייט פארלירן קאנטראל. ווערט ער אין כעס און ער טוט אומבארעכטיגטע זאכן מתוך כעס. אפילו רציחה...!
יא און אסאך מאל איז עס יא ראסיזם
נשלח: פרייטאג יוני 05, 2020 3:07 am
דורך real fake news
ווען מרעדט פון רעיסיזם אין אמעריקא רעדט מען נישט פון מערדערס,
מרעדט פון פלעין נארמאלע מענטשן וואס קענען האבן שלעכטע מיינונגען.
דער פאליציאנט איז נישט אין די קרטעגאריע, ער איז נישט קיין מענטש ער איז א מערדער, פינטל.
און סמאכט נישט אויס צו ער האט פיינט געהאט שווארצע צו נישט.
נשלח: פרייטאג יוני 05, 2020 10:07 am
דורך קאך_לעפל
[justify]ראסיזם איז פארהאן במחשבה, בדיבור, ובמעשה.
ראסיזם במעשה:
דער הויפט מיסברויך פון ראסיזם איז במעשה. די קאנסטעטוציע פארזיכערט פאר יעדע אמעריקאנער בירגער גלייכרעכטיקייט - דאס באדייט איז ס'איז געזעצליך פארבאטן צו דיסקרימינירן אדער אונטערשיידן לויט אפשטאם, געשלעכט, קאליר הויט,פאלק.
ראסיזם בדיבור:
אין די קאנסטאטוציע פארזיכערט פאר יעדע אמעריקאנער בירגער אויסדרוק פרייהייט - דאס באדייט אז א מענטש האט די רעכט צו זאגן וואס אימער ס'געפעלט אים, אפגעזען אז ס'בארירט די געפילן פון אנדערע מענטשן. איך מעג דיר רופן גראבער, זשיד, (און אפילו פארשטינקענע זשיד) שחור, [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל] און דו קענסט מיר גארנישט טאן. קענסט דיר פארשטאפן די אויערן און ווייטער אנגיין מיטן לעבן.
ווי ס'האט זיך ווירקליך ארויסגעשטעלט האט ראסיזם בדיבור געהאט שרעקליכע נאכפאלגן. דער בלוט דארשטיגער כלב אדאלף היטלער ימ''ש האט יארן לאנג געהעצט די וועלט מיט ראסיזם בדיבור. און די נאכפאלגן זענען געווען אז 6 מיליאן אידן זענען פארברענט אויף אש. אין רעזולטאט איז דער וועלט געווארן מער סענסעטיוו צו ראסיזם בדיבור. די וועלט איז געווארן באוויסטזיניג אז מיט ווערטער קען מען ווירקליך הרג'נען מענטשן!
ראסיזם במחשבה איז פילייכט נישט פון די שיינע זיטן מיט וועלכע א אנטשטענדיגער מענטש זאל שטאלצירן דערמיט. אבער זיך צו באנוצן מיטן טערמין פון ראסיזם, צו פארפאלגן אנדערע מענטשן וואס האבן אן אנדערע מיינונג, און איינער איז פערצופאל א שווארצער און דער צווייטער א ווייסער, איז אויסשליסליך אבסורד... נעמליך, די גאנצע ראסיזם במחשבה איז דאך בלויז אסור אז ס'קען קומען צו ראסיזם בדיבור, און ראסיזם בדיבור איז דאך אויך בלויז אסור אז ס'קען צו ברענגן צו ראסיזם למעשה, וואס דאס איז שוין אין קעגנזאץ פון גלייכרעכטיקייט...
דער פאליציי אפיציר אין מינעאַפּאָליס האט ווארשיינליך פראקטערצירט ראסיזם במעשה, און דאס איז ניקסט עקסעפטבאר!
אלזא לאמיר זיך אלע ארויסלאזן אויף די גאסן, און רויבן און פלינדערן און דורכפירן געוואלטאטען, שלאגן פאליציי און ווארפן שטיינער און פלעשער אויף אומשולדיגע פארבייגייער, ווארום בלויז דאס וועט באשיינפערליך לינדערן די אומהויערע פיין פון די שוידערליכער ראסיזם במעשה וואס איז אנגעבליך באגאנגן געווארן. (ווער ווייסט דען? פילייכט איז דער אפיציר שאוועין גארנישט געווען קיין ראסיסט, נאר א פאלנער סאדיסט?) ווי אזוי ס'זאל נאר נישט זיין, דער איינציגסטער רעאקציע איז בלויז רויבן און פלינדערן, און זייען כאאס. דאס איז די געדאנקנגאנג פון אונזער שווארצע ברודער און שוועסטער, אז איר פארשטייט אנדערש? זענט איך ווארשיינליך א וויסטער ראסיסט, און איר זענט חייב מיתה...[/justify]
נשלח: פרייטאג יוני 05, 2020 1:16 pm
דורך כרם זית
אמעריקא לייד פון די בלעק און די בלאו.
מקען זאגן אז אינז האמער אן ערנסטן בלעק ענד בלאו מארק.
Re: טייערע שווארצע ברודער, וועקט אייך אויף.
נשלח: פרייטאג יוני 05, 2020 1:51 pm
דורך שמעי'
מ'זעט יעצט אז ס'דא גאר אסאך סעלף העיטינג און א.ט.ד. ניגעס אויף דעי מארקעט.
Sent from my SM-G973F using Tapatalk
נשלח: פרייטאג יוני 05, 2020 2:51 pm
דורך ליב צו וויסן
mevakesh האט געשריבן:
דאכט זיך אז עס איז איבעריג צו זאגן אז ווען איך פרעג די פראגע דא ווען איז געווען דאס ערשטע מאל פאליציי האט געציהלט מיט א ביקס אויף אייך וועט קוים זיין איינער וואס וועט האבן עפעס צו דערציילן
דאכט זיך אז עס איז איבעריג צו זאגן אז ווען איך פרעג די פראגע דא
ווען איז געווען דאס ערשטע מאל וואס דו האסט געהערט א איד האט געצילט מיט א ביקס אויף די פאליציי וועט קיינער נישט קענען דערציילן
נשלח: פרייטאג יוני 05, 2020 4:50 pm
דורך berlbalaguleh
אויף מיר האט מען שוין 2 מאל אין מיין לעבן געציהלט מיט א גאן. אן אנטיסעמיטישער ברינקס גארד. וועלכער האט עס לכאורה געטון אלס..."זשאוק"...!
אן אנדערס מאל האט א דזשעיל גארד ( א שחור) ארויסגענומען א גאן אויף מיר (און נישט אינגאנצן געציהלט) אין דאונטאון ברוקלין, איבער א פארקינג ספאט...!
נשלח: מוצ"ש יוני 06, 2020 10:38 pm
דורך שמעקעדיג
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:ס'איז זייער פשוט, רוב שווארצע זענען ווילדע מענטשן, רעדן הויעך און מיט אסאך האנט באוועגונגען, ווען אימער איך גיי פארביי א גרופע שווארצע איגנטליכע כאפט מיר א ציטער. פארגלייך זיי צו די אזיאנער, אדער ווי מ'רופט זיין אין ב"פ "טשייניז", א רואיגע באשיידן פאלק, הערסט נישט פון זיי קיין הויעך ווארט, קוים וואס מ'מערקט זיי אן. אן אנדערע גרופע וואס וואוינט בשכנות פון אונז זענען די מעקסיקאנער, זיי צוצקען טאקע נאך פרויען און געוויסע פארן ארום מיט קארס וואס באמבערט מוזיק, אבער אויסער דעם זענען זיי אויך א רואיג סאליד פאלק. און די ליסטע גייט ווייטער און ווייטער.
איך לייג צו איין ווארט.
נשלח: מוצ"ש יוני 06, 2020 11:01 pm
דורך רביה''ק זי''ע
אז דו פאררעכסט שוין יא, לייג שוין צו דעם "רוב" צו די אנדערע גרופעס אויך...
אגב, איך גלייב נישט אז די שווארצע זענען בעצם ווילדע מענטשן, ס'איז פשוט די קולטור און די חינוך ביי זיי צו זיין badass. פאר עפעס א סיבה האבן די טאן-געבער ביי זיי אפגעמאכט אז דאס וועט זיי ברעמגען דאס גליק, קען טאקע זיין אז ס'ארבעט זיך אויס גוט פאר זיי, ס'האט אבער נאכפאלגן.
נשלח: זונטאג יוני 07, 2020 8:44 pm
דורך חוקר ודורש
קאך לעפל: קענסט מיך מסביר זיין פארוואס פרעזידענט טראמפ קען נישט ארויסזאגן מיט זיין מויל אדער שרייבען אויף טוויטער די ווערטער
[center]״בלעק לייווס מעטער״?[/center]
נשלח: זונטאג יוני 07, 2020 9:20 pm
דורך ליב צו וויסן
חוקר ודורש האט געשריבן:חוקר ודורש: קענסט מיך מסביר זיין פארוואס פרעזידענט אבאמא קען נישט ארויסזאגן מיט זיין מויל אדער שרייבען אויף טוויטער די ווערטער
[center]״[b]אלל לייווס מעטער״?[/center][/b]