בלאט 1 פון 1
עוד ניפגש
נשלח: דינסטאג יוני 02, 2020 12:00 am
דורך כלבאשבוע
א נייע ישראלישע טעלעוויזיע סעריע ברענגט צאם משפחות וואס האבן פארלוירן נאנטע נאכדעם וואס זיי זענען געווארן בעלי תשובה, זייער שטארק ביזדערווייל
https://www.youtube.com/playlist?list=P ... gHiCTLBE5u
נשלח: דינסטאג יוני 02, 2020 12:23 am
דורך לייבל שטילער
כ'האב עס גראדע אנגעהויבן וואטשען, ס'איז זעהט מיר עפעס נישט אויס ארגינעל.
נשלח: דינסטאג יוני 02, 2020 3:34 pm
דורך כלבאשבוע
זייער אריגינעל גראדע און עמאשענעל
אויך זעלטן צו זען א סעריע וואס פרובירט מגשר צו זיין צווישן די חרדים און חילונים אן קיינעם צו שטויסן און ברענגט ארויס (so far) דוקא די שיינקייט פון ביידע צדדים, סליגט דא גאונות
נשלח: מיטוואך יוני 03, 2020 12:50 pm
דורך תנחום
ס'איז לאנג און אויסגעצויגן. ס'שפיגעלט בכלל נישט אפ די אלגעמיינע חרדי. כ'האלט אז עס איז יא נעגאטיוו אין א וועג.
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 09, 2020 12:52 pm
דורך ונבנתה העיר
נשלח: מיטוואך אפריל 13, 2022 12:04 pm
דורך כלבאשבוע
סעזאן 2 האט זיך געענדיגט נעכטן, די סעריע האט דאס מאל באהאנדעלט יוצאים בשאלה, פרומע קינדער וואס זענען געווארן פריי, וויאזוי די קשר צווישן די עלטערן און זיי איז געווארן אפגעהאקט און די פראווו זיי צוריק צו ברענגן צוזאמען
נאך שטערקער ווי סעזאן 1, א הערליכע, צומאל אכזריותדיג, בליק איבער מענטשליכע רילעשענשיפס וואס איז שטארק געפארעמט דורך רעליגיע, זייער עמאשענעל
נשלח: מיטוואך אפריל 13, 2022 6:02 pm
דורך מרדכי מרדכי
איך בין נייגעריג אויב דער וואס האט געפרעגט די רבי צי זיי זאלן גיין צי זייער טאכטערס חתונה האט יעצט אויך געפרעגט צי זי מעג זיך משתתף זיין אין א טי ווי שאו
אפאר מאל דארף מען פלעין נוצן שכל
נשלח: דאנערשטאג אפריל 14, 2022 7:46 pm
דורך כלבאשבוע
יא, כווייס נישט ווער דער אדמו״ר איז אבער חוץ פון זיין א אכזר איז ער אויך א נער
נשלח: דאנערשטאג אפריל 14, 2022 9:46 pm
דורך מרדכי מרדכי
כ'האב געהערט אז ס'איז באיאנע רבי