בלאט 1 פון 1
"וואטשען" א פילם
נשלח: דינסטאג יוני 02, 2020 10:44 am
דורך [NAMELESS]
אין די לעצטע וועקער האט [tag]לאשיצער[/tag] געשריבן אז די היימישע אידיש האט געמאכט א נייע ווארט פאר שפאצירען, "וואקן"- וואס מיינט גיין מיט די פיס בכלליות, און שפאצירן מיינט דווקא גיין שטייט פאר א שפאציר.
איך מיין אז נאך אזא היימישע אידישע ווארט איז "וואטשען" פאר וואטשען א ווידיא אדער מאווי. די היימישע אידיש מאכט א חילוק צווישן "קוקן" וואס מיינט א קורצערע קוק, אפשר נאר אפאר מינוט. און "וואטשען" וואס מיינט זיך אוועקזעצן און קוקן א לענגערע צייט.
נשלח: דינסטאג יוני 02, 2020 11:31 am
דורך כוכב
קראסן.
("קענסט מיך פליז קראסן")
נשלח: דינסטאג יוני 02, 2020 2:58 pm
דורך צפור בודד
היימיש אמעריקאניש.
אויסער אין אמעריקע, אפשר אויך אין קאנאדא, איז וואקן, גיין אדער גיין צופיס
נשלח: מיטוואך יוני 03, 2020 12:59 am
דורך קאצקע ציקער
"אויפפיקן" א נייע יודישע ווארט
נשלח: מיטוואך יוני 03, 2020 2:11 am
דורך לבי ובשרי
אגב, 'וואטשן' אדער 'וואטשען'?
נשלח: מיטוואך יוני 03, 2020 2:48 am
דורך berlbalaguleh
כוכב האט געשריבן:קראסן.
("קענסט מיך פליז קראסן")
כוכב: ס'איז אמאל געקומען א איד פון אייראפע/יוראפ באזוכן זיין קרוב אין אמעריקע. ווען יענער קרוב האט איהם דערזעהן האט ער איהם באגריסט מיט דעם פאלגנדן פזמון...שלום עליכם. פליעס קומט אריין טוט אייך אויס דעם קאוט,נעמט אייך א טשעיר און מאכט אייך קאמפארטעבל. ווען דער קרוב האט איהם געפרעגט...וואס רעדט איהר? האט ער איהם געענטפערט...פלעין יודיש...!
בדידי הוה עובדה: איך בין פונקט געווען ביי מיין קרוב אין גראסערי ווען ס'זענען אריינגעקומען 2 זיסע קינדער'לעך א ברודער און א שוועסטער, פון ארץ ישראל און זיי האבן געזאגט אז זייער מאמע האט געבעטן אז זיי זאלן קויפן..."אפונים וגזר"... מיין קרוב, א וויליאמסבורגער יונגערמאן האט נעבעך נישט געוואוסט בחייכון צו זאגן וואס דאס מיינט. דאס איז דאך די שפה הטמאה, רחמנא ליצלן מהאי דעתא. האט ער זיי איבערגעפרעגט..."וואס"? האבן זיי ווידער געזאגט די זעלבע...האביך מיך אנגערופן..."Peas & Carrots"...!
נשלח: מיטוואך יוני 03, 2020 3:18 am
דורך [NAMELESS]
קאצקע ציקער האט געשריבן:"אויפפיקן" א נייע יודישע ווארט
אין ענגלאנד זאגט מען "פעטשן".
נשלח: מיטוואך יוני 03, 2020 7:29 am
דורך בת קול
לבי ובשרי האט געשריבן:אגב, 'וואטשן' אדער 'וואטשען'?
אן די 'ע'.
מען לייגט נאר צו אן ע פאר אן ׳ן׳ נאך א מ׳ נ׳ נג׳ אדער נק׳ אדער ל׳ וואס האט א קאנסאנענט פאר דעם.
(נעמען, קענען, שענקען, זינגען) און (וועלן, פידלען)
נשלח: מיטוואך יוני 03, 2020 9:29 am
דורך רביה''ק זי''ע
נשלח: מיטוואך יוני 03, 2020 3:09 pm
דורך לאשיצער
בת קול האט געשריבן:לבי ובשרי האט געשריבן:אגב, 'וואטשן' אדער 'וואטשען'?
אן די 'ע'.
מען לייגט נאר צו אן ע פאר אן ׳ן׳ נאך א מ׳ נ׳ נג׳ אדער נק׳ אדער ל׳ וואס האט א קאנסאנענט פאר דעם.
(נעמען, קענען, שענקען, זינגען) און (וועלן, פידלען)
ריכטיג [tag]בת קול[/tag]! און אויך נאך א וואקאל:
זיך פרייען, נישט
פריין. (פארהאן אויסנאמען: גיין, שטיין, פארשטיין; מיר/זיי גייען, שטייען, פארשטייען)
איך וויל אויך מוסיף זיין אז די אויבן דערמאנטע כללים זענען חל אויף ווערבן און סובסטאנטיוון (נאונס). אויף אדיעקטיוון זענען דא אנדערע כללים.
איך קוק ארויף אין
בלויען הימל אריין. (וואקאל + -ען)
איך רעד מיט א
פרומען איד. (מ' + -ען)
איך זיץ אונטער א
גרינעם בוים. (נ + -עם; דאס איז אויך חל אויף איין אויסנאם,
נייעם. פארגלייך:
אינעם פרייען לאנד נישט
פרייעם)
כ'עס א
לאנגן לאקש. א הערעלע וואקסט ארויס פון זיין
לינקן אויער. (נג/נק + -ן, נישט -ען)
איך רעד מיט אן
איידעלן בחור. (קאנסאנאנט + ל [איי
דל], שטעלט מען צווישן זיי אן ע'; נישטא קיין צווייטע ע' נאכן ל')
נשלח: מיטוואך יוני 03, 2020 4:27 pm
דורך יודישע שרייבער
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:יאפ
[tag]רביה''ק זי''ע[/tag] דאס איז הילעריעס! אופס, נאך א ווארט אין ענגליש...
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 10, 2020 7:57 pm
דורך נײגעריגער
חתם סופר האט געשריבן:איך מיין אז נאך אזא היימישע אידישע ווארט איז "וואטשען" פאר וואטשען א ווידיא אדער מאווי. די היימישע אידיש מאכט א חילוק צווישן "קוקן" וואס מיינט א קורצערע קוק, אפשר נאר אפאר מינוט. און "וואטשען" וואס מיינט זיך אוועקזעצן און קוקן א לענגערע צייט.
די פראגע איז, אויב א באגריף טוט אָפיציעל נישט עקזיסטירן אין די געזעלשאפט, (איסור אויף װידיאָו), צו קען מען דן זיין א װארט דערויף פאַרן אָפיציעלן לעקסיקאָן....
בּאַ אונדז װערט דאס װארט "װאַטשן" געניצט אלס היטן\שמירה\אָבּאַכט געבּן
למשל: שלוימי, קענסט מארגן נאכט װאטשן די קינדער? כ'װיל צוגיין צו מיין פרענדס שמחה
אינטערעסאנט, געװענלעך ניצט מען דאס נאָר אין באצוג צו א קרוב אדער שכן וכדו' װאס טוט עס אומזיסט
װידעראום א באצאלטע װעט מען טאקע זאגן "בּעיבּי-סיטן - בּעיבּי-סיטער
כ'בין אבער נישט באקאנט װי פארשפּרייט עס איז
די אנדערע באנוץ באנגלית פאַרן װארט watch, נעמלעך זייגער, איז דאכצעך נישט מצוי באַם היימישן עולם
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 10, 2020 8:08 pm
דורך אישתישבי
אדער ווען דער טאטע טוט בעיביסיטען די קינדער.