בלאט 1 פון 1

הרב שלמה זלמן עהרענרייך הי"ד, שאמלויער רב

נשלח: דינסטאג יוני 02, 2020 2:53 pm
דורך צפור בודד
מארגן (י"א סיון) איז דער יארצייט פון דער שאמלויער רב וואס איז גע'הרג'ט געווארן אין אוישוויץ, י"א סיון תש"ד.

אן אינטערעסאנטער פרט וועגן זיין משפחה. זיין פאטער ר' יעקב האט געהאט א שליוואוויץ ברענעריי אין אונגארן און ער האט געדארפט אנטלויפן נאך עפעס א מסירה. ער איז געקומען קיין אמעריקע מיט זיין ווייב און פיר טעכטער. זייערע צוויי זין האבן זיי איבערגעלאזט ווייל זיין שווער האט נישט געלאזט אז מ'זאל זיי מיטנעמען. ר' יעקב איז נפטר געווארן אין אמעריקע אין תרס"ב און איז באגראבן אין ברוקלין. (לויט דער בילד פון זיין מצבה זעט אויס אז עמעצער איז נישט צופרידן געווען אז ס'זענען דארט דא לאטיינישע אותיות.)

http://www.blankgenealogy.com/getperson ... ree=Blank1

Reb Yaakov Ehrenreich.jpg


Headstone Rabbi Yaakov Ehrenreich.jpg

נשלח: מיטוואך יוני 03, 2020 9:16 pm
דורך berlbalaguleh
ציפור בודד: איז ער געווען אן אפשטאמיגער פון די משפחה פון..."קול אריה"...?

נשלח: מיטוואך יוני 03, 2020 9:30 pm
דורך במדבר
berlbalaguleh האט געשריבן:ציפור בודד: איז ער געווען אן אפשטאמיגער פון די משפחה פון..."קול אריה"...?


יא זיין טאטע ר'יעקב איז געווען אן איידעם ביים ''קול אריה'' (מיט די גוטהייסונג פון די צאנצער רב), נאכן אנטלויפן צו די פאראייניגטע שטאטן, איז זיין זין ר' שלמה זלמן אויפגעצויגען געווארען ביי זיין גרויסן זיידע, וועם ער האט באטראכט ווי זיין רבו מובהק.

נשלח: דאנערשטאג יוני 04, 2020 7:08 pm
דורך [NAMELESS]
דער ר' יעקב איז נישט געווען די גרויסע מר בר אשי , און אונגערן פלעגט מען זאגן אז די צאנזער רב האט צוגעשטיפט די שידוך, זאגענדיג אז סוועט ארויס קומען גרויסע דורות. וכן הוה , די שאמלויער רב איז געווען א ריכטיגער גדול אין אלע היזיכטען, ואחריו די ברודער די קב חיים וקצה המטה .

נשלח: דאנערשטאג יוני 04, 2020 10:15 pm
דורך berlbalaguleh
אנשטענדיגע יוד: איך האב א ספעציעלע אינטרעס מיט די גאנצע שווארץ משפחה פון קול אריה. זיין זון, דער מאדער רב, זצ"ל דערמאנט מיין עלטער זיידן 3 אדער 4 מאל אין זיין ספר..."אילה שלוחה"...!