בלאט 1 פון 2

גדולי אדמורי"ם שרייבן היסטארישע ענגלישע בריוו צו קאומא

נשלח: דינסטאג יוני 02, 2020 4:11 pm
דורך [NAMELESS]
היינט ארויסגעקומען א בריוו וואס אסאך גרויסע רבי'ס האבן געשריבן צו גאווערנאר קאומא איז היינט ארויסגעקומען.

כ'מיין ס'איז די ערשטע מאל וואס ר' אהרן און רז"ל שרייבן אונטער צוזאמען. כ'מיין אויך ס'איז די ערשטע מאל וואס רמ"ד אונגאר שרייבט אויף זיך "באבוב 45"

נשלח: דינסטאג יוני 02, 2020 4:59 pm
דורך ישעיה
אינטערסאנט פארוואס אייראפעישע רבנים זאלן זיך ווענדן צום ניו יארקער גאווארנער

נשלח: דינסטאג יוני 02, 2020 6:08 pm
דורך כרם זית
בכל הכבוד, הלואי וואלטן אונזערע קינדער געקענט שרייבן אזוי שיין ווי טייל פון די רבנים. למה נגרע?

נשלח: מיטוואך יוני 03, 2020 1:02 am
דורך מפיל קינד
ישעיה האט געשריבן:אינטערסאנט פארוואס אייראפעישע רבנים זאלן זיך ווענדן צום ניו יארקער גאווארנער

טאקע דערפאר האט מען גענומען באבוב 45 וואס האט כאטש א נאמען פון א גאס אין ב"פ, אנשטאט באבוב סתם.

נשלח: מיטוואך יוני 03, 2020 1:51 am
דורך בעל דרשן
ווען זיי האבן ווען די רבי'ס פון רחמיסטריווקא סקווירא באבוב קלויזענבורג סקולען וואלט עס געווען א שטארקע זאך

נשלח: מיטוואך יוני 03, 2020 2:10 am
דורך לבי ובשרי
חתם סופר האט געשריבן:היינט ארויסגעקומען א בריוו וואס אסאך גרויסע רבי'ס האבן געשריבן צו גאווערנאר קאומא איז היינט ארויסגעקומען.

כ'מיין ס'איז די ערשטע מאל וואס ר' אהרן און רז"ל שרייבן אונטער צוזאמען. כ'מיין אויך ס'איז די ערשטע מאל וואס רמ"ד אונגאר שרייבט אויף זיך "באבוב 45"

זעט אויס אז דער גאווערנער ווייסט שוין אז אין סאטמאר איז דא צוויי גרענד ראבייס, ;) אז נישט קען ער דאך מיינען אז איינע פון די צוויי סאטמארע חתימות איז חלילה מזוייף.

נשלח: מיטוואך יוני 03, 2020 2:10 am
דורך לבי ובשרי
בעל דרשן האט געשריבן:ווען זיי האבן ווען די רבי'ס פון רחמיסטריווקא סקווירא באבוב קלויזענבורג סקולען וואלט עס געווען א שטארקע זאך

שטארק פאר וועם? פאר'ן גאווערנער? פליז.

Re: גדולי אדמורי"ם שרייבן היסטארישע ענגלישע בריוו צו קאומא

נשלח: מיטוואך יוני 03, 2020 7:54 am
דורך פאליטיקאנט
אינטערעסאנט אז זיי קענען און האבן גע'חתמ'עט אויף ענגליש....

(ב"ה אז @חתם סופר האט באוויזן אויך אריינצוברענגן באבוב 45 אינעם בילד, סטייטש ער האט אליין גע'חתמ'עט באבוב 45, דאס ברענגט אונז 'עכט באבוב' גרויס כבוד)

נשלח: מיטוואך יוני 03, 2020 8:21 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
א גרויסע ייש"כ פאר'ן אדמו"ר מ'עכט' פאר'ן חתמנ'ן. ווער האט געשריבן די בריוו?

עס מוז באטאנ'ט ווערן די געוואלדיגע מסירות נפש דארט. קודם אז די צוויי סאטמארים און די צוויי באבובים האבן געקענט זיצן אויף איין פאפיער. די צוויי פאפנים האבן עס דאך נישט באוויזן.

נאך עפעס, עס איז באקאנט אז עס איז געווען נוגע א גרויסע ירושה, און דער פריערדיגע בעלזער רב האט געמוזט נאר חתמנ'ן זיין נאמן אויף גוייש צו באקומן דאס געלט. ער האט אנגעהויבן פראבירן צו שרייבן אן אות אויף לאטיינישע אותיות, און נאך צוויי אותיות האט ער זיך אויסגעדרקוט 'איך שפיר שוין אז עס שאדט', און ער האט אויפגעגעבן אויף די געוואלדיגע ירושה. אבער פאר אט די הייליגע צוועק האבן זיך די אלע גרענד כאראקטערן זיך געלאזט געשעדיגט ווערן און געחתמ'ט זייער נעמן אויף ענגליש.
אזא מסירות נפש! נאך גרעסער ווי זיצן אויף א פאפיער מיט א ברודער\פעטער\פלעמעניק.

Re: גדולי אדמורי"ם שרייבן היסטארישע ענגלישע בריוו צו קאומא

נשלח: מיטוואך יוני 03, 2020 9:01 am
דורך פאליטיקאנט
סתם צו ארויסברענגען, די היינטיגע רבנים זענען נישט געבינדן צו א מעשה פון בעלזער רב......, דאן ווייס איך נישט צו געהאט זיי געשאדט.

נשלח: מיטוואך יוני 03, 2020 9:02 am
דורך פארווע חסיד
בעל דרשן האט געשריבן:ווען זיי האבן ווען די רבי'ס פון רחמיסטריווקא סקווירא באבוב קלויזענבורג סקולען וואלט עס געווען א שטארקע זאך

גירעכט ווייל קאומא איז א שטיקל רחמיסטריווקער אין נויגט מער צי די נייטראלע זייט

Re: גדולי אדמורי"ם שרייבן היסטארישע ענגלישע בריוו צו קאומא

נשלח: מיטוואך יוני 03, 2020 9:03 am
דורך פאליטיקאנט
כרם זית האט געשריבן:בכל הכבוד, הלואי וואלטן אונזערע קינדער געקענט שרייבן אזוי שיין ווי טייל פון די רבנים. למה נגרע?
די קענסט זיין זיכער אז איינער וואס האט 'נישט' געלערנט אין אונזערע מוסדות די לעצטע פאר יאר האט עס געשריבן.......

Re: גדולי אדמורי"ם שרייבן היסטארישע ענגלישע בריוו צו קאומא

נשלח: מיטוואך יוני 03, 2020 9:04 am
דורך פאליטיקאנט
פארווע חסיד האט געשריבן:
בעל דרשן האט געשריבן:ווען זיי האבן ווען די רבי'ס פון רחמיסטריווקא סקווירא באבוב קלויזענבורג סקולען וואלט עס געווען א שטארקע זאך

גירעכט ווייל קאומא איז א שטיקל רחמיסטריווקער אין נויגט מער צי די נייטראלע זייט
די לעצטע פאר טעג פירט ער זיך מער אויף ווי א סקולענער.....

נשלח: מיטוואך יוני 03, 2020 9:35 am
דורך [NAMELESS]
פאליטיקאנט האט געשריבן:
כרם זית האט געשריבן:בכל הכבוד, הלואי וואלטן אונזערע קינדער געקענט שרייבן אזוי שיין ווי טייל פון די רבנים. למה נגרע?
די קענסט זיין זיכער אז איינער וואס האט 'נישט' געלערנט אין אונזערע מוסדות די לעצטע פאר יאר האט עס געשריבן.......

כרם זית רעדט פון די חתימות, נישט פונעם נוסח.

נשלח: מיטוואך יוני 03, 2020 12:05 pm
דורך ליב צו וויסן
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:א גרויסע ייש"כ פאר'ן אדמו"ר מ'עכט' פאר'ן חתמנ'ן. ווער האט געשריבן די בריוו?

עס מוז באטאנ'ט ווערן די געוואלדיגע מסירות נפש דארט. קודם אז די צוויי סאטמארים און די צוויי באבובים האבן געקענט זיצן אויף איין פאפיער. די צוויי פאפנים האבן עס דאך נישט באוויזן.

נאך עפעס, עס איז באקאנט אז עס איז געווען נוגע א גרויסע ירושה, און דער פריערדיגע בעלזער רב האט געמוזט נאר חתמנ'ן זיין נאמן אויף גוייש צו באקומן דאס געלט. ער האט אנגעהויבן פראבירן צו שרייבן אן אות אויף לאטיינישע אותיות, און נאך צוויי אותיות האט ער זיך אויסגעדרקוט 'איך שפיר שוין אז עס שאדט', און ער האט אויפגעגעבן אויף די געוואלדיגע ירושה. אבער פאר אט די הייליגע צוועק האבן זיך די אלע גרענד כאראקטערן זיך געלאזט געשעדיגט ווערן און געחתמ'ט זייער נעמן אויף ענגליש.
אזא מסירות נפש! נאך גרעסער ווי זיצן אויף א פאפיער מיט א ברודער\פעטער\פלעמעניק.

דו זעהסט דארט 2 באבוב'ס?

נשלח: מיטוואך יוני 03, 2020 12:14 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
ליב צו וויסן האט געשריבן:

טעיתי, באבוב איז פונקט ווי פאפא, נישט ווי סאטמאר. דער אדמו"ר מ'עכט' האט זיך טאקע פארעכטעט? אדער האלט ער אז מ'דארף נישט אויפ'עפענן? איך וויל 'עכט' וויסן. און ווען קומט אן אדמו"ר מ'עכט' 45?

נשלח: מיטוואך יוני 03, 2020 1:06 pm
דורך בעל דרשן
קודם ווען איך האב געזאגט שטארק האב איך געמיינט שטארק פאר די היימישע עולם צו זעען אז גרויסע רבי'ס גייען ארויס פון זייער וועג למען החינוך

און וואס איז די גרויסע גדולה אז רבי מרדכי דוד שרייבט באבוב45?
זאל ער שרייבען באבוב ? ער איז נישט באבוב ער איז באבוב45 זייט די פסק דין פון בית דין איז ארויס

נשלח: מיטוואך יוני 03, 2020 1:09 pm
דורך בעל דרשן
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:
ליב צו וויסן האט געשריבן:
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:א גרויסע ייש"כ פאר'ן אדמו"ר מ'עכט' פאר'ן חתמנ'ן. ווער האט געשריבן די בריוו?

עס מוז באטאנ'ט ווערן די געוואלדיגע מסירות נפש דארט. קודם אז די צוויי סאטמארים און די צוויי באבובים האבן געקענט זיצן אויף איין פאפיער. די צוויי פאפנים האבן עס דאך נישט באוויזן.

נאך עפעס, עס איז באקאנט אז עס איז געווען נוגע א גרויסע ירושה, און דער פריערדיגע בעלזער רב האט געמוזט נאר חתמנ'ן זיין נאמן אויף גוייש צו באקומן דאס געלט. ער האט אנגעהויבן פראבירן צו שרייבן אן אות אויף לאטיינישע אותיות, און נאך צוויי אותיות האט ער זיך אויסגעדרקוט 'איך שפיר שוין אז עס שאדט', און ער האט אויפגעגעבן אויף די געוואלדיגע ירושה. אבער פאר אט די הייליגע צוועק האבן זיך די אלע גרענד כאראקטערן זיך געלאזט געשעדיגט ווערן און געחתמ'ט זייער נעמן אויף ענגליש.
אזא מסירות נפש! נאך גרעסער ווי זיצן אויף א פאפיער מיט א ברודער\פעטער\פלעמעניק.

דו זעהסט דארט 2 באבוב'ס?

טעיתי, באבוב איז פונקט ווי פאפא, נישט ווי סאטמאר. דער אדמו"ר מ'עכט' האט זיך טאקע פארעכטעט? אדער האלט ער אז מ'דארף נישט אויפ'עפענן? איך וויל 'עכט' וויסן. און ווען קומט אן אדמו"ר מ'עכט' 45?

עכטע אידן איך וויל עכט וויסען צו די בריוו איז א עכטע בריוו וואס מען האט עכט געשריבען פאר די עכטע גאווערנער און עס האט עכט געהאלפן דעס אז די עכטע 45 רבי האט אויך געשריבען אז מען זאל עכט עפענען די מוסדות??.....

נשלח: מיטוואך יוני 03, 2020 1:17 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
עכ"פ, דער אדמו"ר מ'עכט' האט שוין געהאט גענוג כבוד פון די בריוו? ער איז שוין זאט?

Re: גדולי אדמורי"ם שרייבן היסטארישע ענגלישע בריוו צו קאומא

נשלח: מיטוואך יוני 03, 2020 1:32 pm
דורך יהודי פשוט
בעל דרשן האט געשריבן:ווען זיי האבן ווען די רבי'ס פון רחמיסטריווקא סקווירא באבוב קלויזענבורג סקולען וואלט עס געווען א שטארקע זאך
דו מיינסט אוודאי צו זאגן אז ווען זיי האבן ווען באבוב וואלט עס געוועהן א שטארקע זאך פאר דיר...

שטימט?

נשלח: מיטוואך יוני 03, 2020 4:12 pm
דורך יודישע שרייבער
בין איך דער איינציגסטער וואס ווינדערט זיך פארוואס/וויאזוי די צוויי וויזניץ'ע ברידער'ס האבן אזעלכע שיינע חתימות? (עכ"פ שענער ווי די אנדערע רבנים), ווי ווייט איך ווייס איז ענגליש גאנץ שוואך אין די וויזניץ'ע מוסדות...

נשלח: מיטוואך יוני 03, 2020 4:39 pm
דורך יין שרף
יודישע שרייבער האט געשריבן:בין איך דער איינציגסטער וואס ווינדערט זיך פארוואס/וויאזוי די צוויי וויזניץ'ע ברידער'ס האבן אזעלכע שיינע חתימות? (עכ"פ שענער ווי די אנדערע רבנים), ווי ווייט איך ווייס איז ענגליש גאנץ שוואך אין די וויזניץ'ע מוסדות...

לכאורה האבן זיי געלערנט אין ישיבת בית דוד אין מאנסי