בלאט 1 פון 2

בד''ה דזשיגעלע יאקאבאוויטש ע''ה

נשלח: מיטוואך יוני 03, 2020 7:40 am
דורך [NAMELESS]
עס קומט יעצט אהן די שלעכטע בשורה אז דזשיגעלע יאקאבאוויטש איז נפטר געווארן אין טיפן עלטער.

מיט דעם האט זיך געענדיגט א קייט צו די אמאליגע צדיקים.

נשלח: מיטוואך יוני 03, 2020 7:41 am
דורך [NAMELESS]
.

נשלח: מיטוואך יוני 03, 2020 7:42 am
דורך [NAMELESS]
אינטערוויו מיט מאמענט

נשלח: מיטוואך יוני 03, 2020 12:06 pm
דורך איך אויך
אבל יחיד עשי לך מונקאטשער מקוה.

אפשר יעצט וועט מען סוכ''ס געוואויר ווערן דעם מיליטערישן סוד ווי אלט ער איז טאקע געווען. ר' דשיגאלע האט געשעפט שטיקער חיות פון יעדן איינעם דרייען א קאפ ווי אלט ער איז. פאר איינעם פלעגט ער פארציילן פונעם מנחת אלעזר, פאר א צווייטן אז ער העט נאך געזעהן ר' ישעלה, פארען דריטן אז ער האט נאך אריינגעכאפט ר' הערצקלע ראצטפערטער און פארן פערטן פערד אז ער געדענקט נאך דעם בעש''ט אליינס.

נשלח: מיטוואך יוני 03, 2020 12:35 pm
דורך [NAMELESS]
דזשיגעלע ע"ה פלעגט וואוינען א תקופה אין פראנקרייך און ער פלעגט פארן אויף פשעווארסק.

בד''ה דזשיגעלע יאקאבאוויטש ע''ה

נשלח: מיטוואך יוני 03, 2020 2:04 pm
דורך אמת וצדק
ער האט מיר אמאל געזאגט אז ער האט געזען רבי ישעי׳לע קערעסטירער אין קאלוב ביים יארצייט פון רבי אייזיק׳ל קאליבער זי״ע, יעצט רבי ישעי׳לע איז אוועק אין תרפ״ה, מוז זיין אז ער איז געבוירען פאר תרפ״ה כדי צו קענען געדענקען דעם מאורע, מען זאגט טאקע אז ער איז געווען 97 יאר אלט.

אזוי אויך האט ער מיר געזאגט אז ער האט געזען עפעס א ליטווישע גדול אפשר דער חפץ חיים אדער רבי אלחנן. ביי איינע פון די כנסייה הגדולות, איך געדענק נישט פונקליך.

בד''ה דזשיגעלע יאקאבאוויטש ע''ה

נשלח: מיטוואך יוני 03, 2020 2:25 pm
דורך אמת וצדק
ארגינעל איז ער געווען א בעלזער חסיד, נאכן פטירה פונעם בעלזער רב זי״ע האט רבי איציקל מפשעווארסק אים געזאגט, נו מיר פארן צום סאקמער רב וואס איז צדיק הדור, האט ער זיך געדרייט ביים סאטמאר רב, צום סוף איז ער אנגעקומען קיין ראחמיסטריווקא.
ווען איך פלעג אריינגיין פרייטאג צונאטכס צום טיש אין ראחמיסטריווקא פלעג איך אים זען זיצען ביים מזרח וואנט מיט א חומש אין דער הענט מיט זיין אלטע זיסע שטריימל אויפן קאפ, געווען א נחת צו זען. אינדערוואכען האט ער זיך געדרייט אין מונקאטש, חבל על דאבדין.

נשלח: מיטוואך יוני 03, 2020 4:03 pm
דורך יודישע שרייבער
בד"ה! איך דאנק דעם באשעפער אז איך האב זוכה געווען אים צו זעהן, ווער עס האט געזען זיינס א דאווענען ווייסט וואס עס מיינט א דאווענען, ווער עס האט געהערט זיינע אמן'ס ווייסט וואס עס מיינט צו ענטפערן א ברכה, ווער עס האט געזען די הכנעה וואס ער האט געהאט צו רבנים (אדער סתם עמך יודן) אפילו זיי זענען אסאך יונגער פון אים (און זיי זענען נישט אנגעקומען צו זיין כף רגל) ווייסט וואס דרך ארץ מיינט. ער איז געווען א ריכטיגע דוגמא פון א יוד פונעם אלטן דור, אזעלכע פראדוקטן באשאפט זיך נישט תש20... חבל על דאבדין ולא משתכחין!

נשלח: מיטוואך יוני 03, 2020 4:22 pm
דורך היכי דמי
א גאר זיסע איד געווען.
קיינמאל געהאט די זכיה צו רעדן מיט אים, אבער דאך מיטגעהאלטן פונדערנאנט זיין עבודה, אין מונקאטשער שוהל.

זיין צוגיין צו א אינגע בחור'ל פרעגן אויב ער האט שוין ברכות געזאגט, נישט קוקענדיג אויף די יארגאנג. זיין שטיין נעבן די בעל תפילה צו הערן און קדיש זאגן. אה. מיינע קינדער גייען אויפוואקסן אין א וועלט אן אזא איד.

בארא פארק האט פארלוירן היינט א שטיק היסטאריע, א קשר צו פריעדיגע צדיקים, א קייט צו א לעבן פון אמאל.

נשלח: מיטוואך יוני 03, 2020 7:20 pm
דורך אינגערמאנטשיקל
מאך זיכער האט געשריבן:דזשיגעלע ע"ה פלעגט וואוינען א תקופה אין פראנקרייך און ער פלעגט פארן אויף פשעווארסק.
אלס בחור, ער האט חתונה געהאט אין די הויכע דרייסיגער. געווען א סוקסעספולע ביזנעסמאן.

אוי, דזשיגעלע ע"ה! וואו וועלן מיר הערן די סיפורי צדיקים, אמת'ע ווי פיקציע, פון היינט און ווייטער?

דרך אגב, מען האט איהם געלייגט אין די ביה"ח אין קרית יואל.

נשלח: מיטוואך יוני 03, 2020 7:40 pm
דורך יין שרף
[center][/center]

Re: בד''ה דזשיגעלע יאקאבאוויטש ע''ה

נשלח: מיטוואך יוני 03, 2020 8:00 pm
דורך יהודי פשוט
אינגערמאנטשיקל האט געשריבן:
מאך זיכער האט געשריבן:דזשיגעלע ע"ה פלעגט וואוינען א תקופה אין פראנקרייך און ער פלעגט פארן אויף פשעווארסק.
אלס בחור, ער האט חתונה געהאט אין די הויכע דרייסיגער. געווען א סוקסעספולע ביזנעסמאן.

אוי, דזשיגעלע ע"ה! וואו וועלן מיר הערן די סיפורי צדיקים, אמת'ע ווי פיקציע, פון היינט און ווייטער?

דרך אגב, מען האט איהם געלייגט אין די ביה"ח אין קרית יואל.
ער האט חתונה געהאט אין די הויעכע פערציגער יארן.

מ'האט איהם געלייגט אין קרית יואל אין די ביה"ח פון סאטמאר מהרז"ל.

נשלח: מיטוואך יוני 03, 2020 8:25 pm
דורך [NAMELESS]
יין שרף האט געשריבן:[center][/center]

דאס איז קלאר נישט אמת

נשלח: מיטוואך יוני 03, 2020 10:26 pm
דורך אינגערמאנטשיקל
עמעזאן האט געשריבן:
יין שרף האט געשריבן:[center][/center]

דאס איז קלאר נישט אמת
דאס איז אבער געווען די סיבה פארוואס ער האט זיך איינגערעדט/איינגערעדט אנדערע אז ער אי עלטער ווי ער איז טאקע געווען.

ומדי דברי בו, די נפטר ע"ה האט שטארק געוואלט ליגן אין ביה"ח דשיכון סקווירא. אבער ער האט זיך אויסגענומען מיט די משפחה מ'זאל שרייבן זיינע לאגער נומערן אויף די מציבה און אין סקווירא איז דא א קפידא נישט צו שרייבן נומערן אויף מציבות.

נשלח: מיטוואך יוני 03, 2020 10:29 pm

און זיי וועלן נישט לאזן אפילו לאגער נומערן????

Re: בד''ה דזשיגעלע יאקאבאוויטש ע''ה

נשלח: מיטוואך יוני 03, 2020 10:30 pm
דורך פאליטיקאנט
בדרך אגב: איז שוין דא א אשכול אויף סקווירא קפידות?

נשלח: מיטוואך יוני 03, 2020 11:43 pm
דורך אינגערמאנטשיקל
חתם סופר האט געשריבן:
אינגערמאנטשיקל האט געשריבן:
עמעזאן האט געשריבן:
יין שרף האט געשריבן:[center][/center]

דאס איז קלאר נישט אמת
דאס איז אבער געווען די סיבה פארוואס ער האט זיך איינגערעדט/איינגערעדט אנדערע אז ער אי עלטער ווי ער איז טאקע געווען.

ומדי דברי בו, די נפטר ע"ה האט שטארק געוואלט ליגן אין ביה"ח דשיכון סקווירא. אבער ער האט זיך אויסגענומען מיט די משפחה מ'זאל שרייבן זיינע לאגער נומערן אויף די מציבה און אין סקווירא איז דא א קפידא נישט צו שרייבן נומערן אויף מציבות.

און זיי וועלן נישט לאזן אפילו לאגער נומערן????
זעהסט דאך אז ניין.

נשלח: דאנערשטאג יוני 04, 2020 9:33 am
דורך אוהב ספרים
אינגערמאנטשיקל האט געשריבן:
מאך זיכער האט געשריבן:דזשיגעלע ע"ה פלעגט וואוינען א תקופה אין פראנקרייך און ער פלעגט פארן אויף פשעווארסק.
אלס בחור, ער האט חתונה געהאט אין די הויכע דרייסיגער. געווען א סוקסעספולע ביזנעסמאן.

אוי, דזשיגעלע ע"ה! וואו וועלן מיר הערן די סיפורי צדיקים, אמת'ע ווי פיקציע, פון היינט און ווייטער?

דרך אגב, מען האט איהם געלייגט אין די ביה"ח אין קרית יואל.

ער האט געוואינט אין וויען, נישט פראנקרייך.

נשלח: דאנערשטאג יוני 04, 2020 9:34 am
דורך אוהב ספרים
יין שרף האט געשריבן:[center][/center]

דער געבורטס דאטום איז אזוי אמת ווי דער פלאטץ ווי ער איז געבוירען.

ער איז געבוירען אין נירעדהאזא. תרפ"ד-ה.

נשלח: דאנערשטאג יוני 04, 2020 9:35 am
דורך אוהב ספרים
חתם סופר האט געשריבן:
אינגערמאנטשיקל האט געשריבן:
עמעזאן האט געשריבן:
יין שרף האט געשריבן:[center][/center]

דאס איז קלאר נישט אמת
דאס איז אבער געווען די סיבה פארוואס ער האט זיך איינגערעדט/איינגערעדט אנדערע אז ער אי עלטער ווי ער איז טאקע געווען.

ומדי דברי בו, די נפטר ע"ה האט שטארק געוואלט ליגן אין ביה"ח דשיכון סקווירא. אבער ער האט זיך אויסגענומען מיט די משפחה מ'זאל שרייבן זיינע לאגער נומערן אויף די מציבה און אין סקווירא איז דא א קפידא נישט צו שרייבן נומערן אויף מציבות.

און זיי וועלן נישט לאזן אפילו לאגער נומערן????

די מעשה איז בכלל אמת? וועט מען מוזען ווארטען ביז די הקמת המצבה.

נשלח: דאנערשטאג יוני 04, 2020 5:58 pm
דורך אישתישבי
בעקיצער ער האט נישט געזעהן ר' ישעיה'לע.

ווייסט איינער פארוואס ער האט געפאסט אזויפיל תעניתים?

עס איז זיכער א סגולה אויף אריכות ימים.

נשלח: דאנערשטאג יוני 04, 2020 6:57 pm
דורך [NAMELESS]
געהערט פון איד וואס האט געהערט פון ר' וואלף גליק (פישטא) אז ער איז געבוירן אין די זעלבע יאר פון דזיגאו דאס קומט אויס ארום תרפ''ה והכי מסתבר .
זיינע מעשיות זענען נישט קאראנט ווען אומצאליגע מאל שטימט עס נישט מיט די טרוקענע פאקטן הידועים לכל מי שיודע, א שטייגער וואס ער פלעגט פארציילן אז ער איז מיטגעפארן מיט ר' שלום אליעזר'ל צום לויה פונעם עצי חיים , וואס דאס קען נישט זיין אמת וויל כידוע איז ר' ש''א געווען דארטן פון פריער זייענדיג פון די טוענים ביים ב''ד אויס צו'פועל'ען א ישועה פארן עצי חיים.

נשלח: דאנערשטאג יוני 04, 2020 7:44 pm
דורך מצפצף
איך ווייס נישט צו די מעשה איז אמת, אבער אי משום הא לא קשיא, ווייל דער עצ"ח איז קראנק געווארן און אוועק אין קליינווארדיין, און די דין תורה איז אויך דארט געווען, מ'האט אים צוריקגעפירט אין סיגוט ווען ער האט שוין נישט געלעבט.