בלאט 1 פון 4

מאחורי אפדעיטס

נשלח: דאנערשטאג יוני 04, 2020 6:06 pm
דורך סדרן
אין די ראמען פון א רייע לעצטיגע פארבעסערונגען און פעולות צו פארלייכטערן די ערפארונג פון אונזערע מיטגלידער אין קאווע שטיבל טוען מיר אצינד פארברייטערן די צאל מאחורי הפרגוד מיטגלידער.
מיר האבן עטוואס פארגרינגערט די פראצעדור צו קענען אריינגענומען ווערן אין מאחורי הפרגוד און יעדער חבר השטיבל וואס האט מער ווי פופציג זאכליכע תגובות, איז פארהייראט און איז כסדר אקטיוו קען שיקן אן אישי און מיר וועלן אים בעז"ה געבן צוטריט.
פאר די טובה פון מאחורי און צו האלטן דער פארום אקטיוו פארלאנגט זיך אבער ווייטער אז די מיטגלידער זאלן זיין אקטיוו אין מלפני ווי אין מאחורי. פון צייט צו צייט וועלן מיר איבערפרישן די ליסטע און אראפנעמען אזעלכע מיטגלידער וועלכע זענען מער נישט אקטיוו אין שטיבל.
מיר האבן היינט אויסגעשלאסן א גרויסע צאל ניקים וועלכע זענען נישט געווען אקטיוו אין שטיבל במשך די לעצטע זעקס חדשים. אויב זענט איר אויסגעשלאסן געווארן און איר ווילט צוריקבאקומען צוטריט, זעט צו זיין אקטיוו און מיר וועלן אייך גערן אריינלאזן.
מיט פארשטענדעניש,
סדרן

נשלח: דאנערשטאג יוני 04, 2020 8:58 pm
דורך Instagram
[tag]Instagram[/tag] פירט זיך צו לייקן תגובות וואס ווערן פארשפרייט אויף אינסטעגרעם.
אזויווי אינסטעגרעם האט נישט אקסעס קיין שבת אחים אדער מאחורי, נעמט דאס אן אלץ א לייק צום נייעם ספר ״מה טובו אוהליך- שלום וקדושת הבית אין אידיש״.

נשלח: פרייטאג יוני 05, 2020 12:05 am
דורך קלוגע יודל
סדרן האט געשריבן:אין די ראמען פון א רייע לעצטיגע פארבעסערונגען און פעולות צו פארלייכטערן די ערפארונג פון אונזערע מיטגלידער אין קאווע שטיבל טוען מיר אצינד פארברייטערן די צאל מאחורי הפרגוד מיטגלידער.
מיר האבן עטוואס פארגרינגערט די פראצעדור צו קענען אריינגענומען ווערן אין מאחורי הפרגוד און יעדער חבר השטיבל וואס האט מער ווי פופציג זאכליכע תגובות, איז פארהייראט און איז כסדר אקטיוו קען שיקן אן אישי און מיר וועלן אים בעז"ה געבן צוטריט.
פאר די טובה פון מאחורי און צו האלטן דער פארום אקטיוו פארלאנגט זיך אבער ווייטער אז די מיטגלידער זאלן זיין אקטיוו אין מלפני ווי אין מאחורי. פון צייט צו צייט וועלן מיר איבערפרישן די ליסטע און אראפנעמען אזעלכע מיטגלידער וועלכע זענען מער נישט אקטיוו אין שטיבל.
מיר האבן היינט אויסגעשלאסן א גרויסע צאל ניקים וועלכע זענען נישט געווען אקטיוו אין שטיבל במשך די לעצטע זעקס חדשים. אויב זענט איר אויסגעשלאסן געווארן און איר ווילט צוריקבאקומען צוטריט, זעט צו זיין אקטיוו און מיר וועלן אייך גערן אריינלאזן.
מיט פארשטענדעניש,
סדרן

דענק איך שוין נישט די פראצעדור וואס איז געווען אמאל, אבער איז עס נישט געוועהן די זעלבע זאך?
1) 50 זאכליכע תגובות (וואס איז מיר אנגעקומען זייער שווער, היות איך בין נישט קיין שרייבער פון פאך אויס)
2) פארהייראט
3) אקטיוו

נשלח: זונטאג יוני 07, 2020 1:47 am
דורך סדרן
@קלוגע אידל מיר האבן פארלייכטערט די פארהערן פראצעדור וואס מ'פלעגט אפרעכטן צו באשטעטיגן אז דער ניק איז א יונגערמאן (פשוט פון ערפארונג האט זיך כמעט נישט געמאכט אז א בחור זאל זיך פרובירן אריינכאפן).

נשלח: זונטאג יוני 07, 2020 1:48 am
דורך סדרן
מיר האבן באקומען 21 פארלאנגען פון חשוב'ע מיטגלידער צו באקומען צוטריט צו מאחורי.
מיר וועלן בעז"ה דורכגיין יעדנ'ס פארלאנג אין די קומענדיגע טעג, אבער עס נעמט עטוואס צייט, ביטע אויסווארטן, אדאנק.

נשלח: זונטאג יוני 07, 2020 9:26 am
דורך בת קול
.

נשלח: זונטאג יוני 07, 2020 5:05 pm
דורך real fake news
וואס פונקטליך איז די פראבלעם אז א בחור זאל זיין אין מאחורי?
כווייס נישט וואס מזעט דארט אבער כגלייב אז א בחור וואס האט עקסעס צו קאווע שטיבל האט עקסעס צו ערגערע זאכן ווי מאחורי.
בכלל ווייס איך נישט די חילוק פון א אינגערמאן און א בחור אפשר דארף מען זיכער מאכן אז ער איז העכער אכצן און שוין.

נשלח: מאנטאג יוני 08, 2020 12:54 am
דורך אישתישבי
ווען מען וועט אנהייבן לערנען די סוגיות פין נדה אדער די ערשטע בלעטער אין כתובות מיט בחורים, קענען בחורים גיין אין מאחורי.

נשלח: מאנטאג יוני 08, 2020 7:37 am
דורך ליב צו וויסן
אישתישבי האט געשריבן:ווען מען וועט אנהייבן לערנען די סוגיות פין נדה אדער די ערשטע בלעטער אין כתובות מיט בחורים, קענען בחורים גיין אין מאחורי.


די בחורים וואס האבן עקסעס אהער קענען שוין די סוגיות..

נשלח: מאנטאג יוני 08, 2020 7:58 am
דורך מיינונגזאגער
א גוט מארגען מנהל,
איך וואלט זייער שארק געהאט חשק צו זדשוינען די מאחורי אפדעיטס. צו בין איך שוין בארעכטיגט דערפאר ?
הגם איך בין נישט פינקליך זיכער וואס דאס איז. אבער עס זעהט מיר אויס אינטערסאנט.

Re: מאחורי אפדעיטס

נשלח: דאנערשטאג יוני 11, 2020 5:41 pm
דורך נאשער
מיינונגזאגער האט געשריבן:א גוט מארגען מנהל,
איך וואלט זייער שארק געהאט חשק צו זדשוינען די מאחורי אפדעיטס. צו בין איך שוין בארעכטיגט דערפאר ?
הגם איך בין נישט פינקליך זיכער וואס דאס איז. אבער עס זעהט מיר אויס אינטערסאנט.
אין אז די קימסט אהן לאז מיך וויסן וויא אזוי די ביסט אהנגעקימען


Sent from my SM-G981U using Tapatalk

נשלח: פרייטאג יוני 19, 2020 11:25 am
דורך לייבל שטילער
וואס דארף מען טוען צו באקומען א ריספאנס אויף א מאחורי ריקוועסט?

נשלח: פרייטאג יוני 19, 2020 12:02 pm
דורך סדרן
מ'פרובירט דורכצוגיין אלע בקשות.
ווער עס ווערט נישט געענטפערט זאל בעטן נאכאמאל.

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 16, 2020 6:22 pm
דורך ערליכער איד
נאכאמאל, איך זיך ווי קען מען אריין און מאחורי?

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 16, 2020 7:45 pm
דורך לכבוד שבת קודש
אום חודש אלול? - איי יאיי יאיי...

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 16, 2020 7:49 pm
דורך גרעפיקסער
לכבוד שבת קודש האט געשריבן:אום חודש אלול? - איי יאיי יאיי...

ווייל דו ווייסט וואס דארט טוטסעך? אדער סתם...

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 16, 2020 8:09 pm
דורך לכבוד שבת קודש
א איש, דמתקריא "ערליכער איד", זוכט און פרעגט זיך נאך בכל כוחו, זיך אריינצובאקומען אין דעם געוויסן פלאץ. ער איז דאך נישט געווען דארט, ער ווייסט נישט וואס דארט קומט, אבער די תאוה ברענט אים, ער "מוז" דארט אהינקומען.

נו, שוין, מילא, כ'בין אים נישט דן. אבער עטליכע טעג פאר ראש-השנה? - ער וועט שטיין ביי מכלכל חיים, לדוד מזמור, תקיעת שופר, און פלוצלינג וועט ער זיך דערמאנען וכו' וכו'...

עטליכע טעג פאר ראש-השנה, ביים שוועל פון יום הרחמים וכו'?

איי יאיי יאיי... רחמנות!

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 17, 2020 7:55 am
דורך ארץ חמדה
אז איינער מיינט לשם שמים איז ערב ראש השנה די פאסיגסטע צייט. ער האט זיך געמאכט א חשבון הנפש און ביי די זאכן האט ער פלאץ צו וואקסן, וואויל פאר אים אז ער טוט גלייך צום זאך.
נישט מיט ערליכקייט איז די זעלבע רחמנות אויף יענער וואס די תאוה ברענט אים צו שרייבן אין בחצרות הקודש. אדער א גרעסערע רחמנות ווייל ער מאכט זיך אליינס זיין יצר הרע.

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 17, 2020 7:07 pm
דורך לכבוד שבת קודש
פשיהא, א גדלות פון א איד, ער האט זיך געמאכט א חשבון-הנפש וואו ער האלט אויף די וועלט און ער איז געקומען צו די מסקנא אז אלעס איז ביי אים בסדר, דאס דאווענען, לערנען, עבודת המידות, חסידות ומוסר, אלעס איז ברוך-השם פיקס, אבער הופס! - ער האט געטראפן עפעס אין וואס ער דארף זיך באמת פארבעסערן, אין מאחורי הפרגוד! - נישט מער און נישט ווייניגער. ער ווייסט נאכנישט פונקטליך פון וואס מען רעדט, ער ווייסט נישט צי דאס וועט אים אראפשלעפן חלילה אדער נישט, אבער ערב-ראש-השנה דערמאנט ער זיך, אז נאך איין זאך דארף ער פאר א זכות פארן יום הדין, זיך אריינבאקומען אין מאחורי הפרגוד.

דאס הייסט אן "ערליכער איד".

פשיהא! - אכשר דרא.

כ'מיין אז דער אמשינאווער מיטן טאהשער קענען זיך פארשטעקן פאר אים.

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 17, 2020 8:19 pm
דורך איך אויך
ביי אונז פלעגט מען זאגן מוסר 'פאר זיך' ,קוקט אויס ווי געוויסע ניקס זענען אויפגעוואקסן אין א קרייז וואס דרכם כסל למו איז אייביג געווען צו טרעפן עבירות 'ביי יענעם'.

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 17, 2020 8:32 pm
דורך לכבוד שבת קודש
איך אויך: אזא עבירה ביי יענעם צו טרעפן, האב איך שוין לאנג נישט געהערט...

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 17, 2020 8:54 pm
דורך איך אויך
איך צייל דא 3 תגובות/אטאקעס פון דיר אקעגן ערליכער איד, קענסט מיר אפשר ערקלערן וואס דו ווילסט פון זיין לעבן האבען? און פארוואס דו האלסט אז ער דארף זיך מיט דיר מתייעץ זיין ווען פונקטליך ער זאל בעטן א רשות כניסה.

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 17, 2020 9:14 pm
דורך לכבוד שבת קודש
איך בין אים נישט מייעץ, איך וויל פון אים גארנישט. איך האב סך-הכל געשריבן א קליינע תגובה, ווי געזאגט "ס'פאסט נישט אין אזא צייט", קומט איינער און טענה'עט אז דווקא יעצט איז די צייט און דווקא יעצט מוז מען עוסק זיין דערין... האב איך מגיב געווען דערויף.

דעטס אלל.