גדעון באש שיסעריי

אידישע און וועלטליכע היסטאריע
טיכטיגער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 160
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 25, 2020 6:38 pm
האט שוין געלייקט: 167 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 323 מאל

גדעון באש שיסעריי

שליחה דורך טיכטיגער »

אין די יעצטיגע טעג ווען די גאנצע וועלט רודערט איבער פאליציי ברוטאליטעט, איז אינטערעסאנט אויפצוברענגן א געשיכטע וואס איז באקאנט פאר רוב, וואס האט זיך אפגעשפילט אין היימישן בארא פארק, ווען די פאליציי האט דערשאסן גדעון באש, און דאן זענען אויך אויפגעברענגט געווארן טענות איבער וויאזוי די פאליציי איז זיך אומגעגאנגען ביים דעם אינצידענט, וואס האט געקאסט דאס לעבן פון א אידיש קינד.
פאלגנד איז די געשיכטע בערך ווי כ'האב געליינט אויפ'ן אינטערנעט. אדרבה, ס'וואלט געווען אינטערעסאנט צו הערן פון אנדערע חברים דא זייער זכרונות.

פון לאנג איילענד, קיין חב"ד קיין ברסלב
גדעון, איז געבוירן צו זיינע עלטערן אין דיקס הילס, אין לאנג איילענד. זיין טאטע איז געווען א דענטיסט און זיין מאמע א שלום בית קאונסלער, אבער ווי די שפריכווארט גייט: דער שיסטער גייט מיט צעריסענע שיך, האבן זיך זיין טאטע מאמע גע'גט.
ער איז געווען א געהעריג קינד, ווען ער איז עלטער געווארן איז ער געגאנגען שטודירן אין מאונט סיני מעדיקל סקול, שוין זייענדיג טיף אינמיטן שטודירן, זייענדיג א סטודענט פאר דריי יאר, האט ער איין טאג נאכ'ן נעמען א רוטינע יורין טעסט אנטדעקט דאס שרעקליכע, ער האט א "קאנדישאן", א דעזיס וואס אפעקטירט די "אימיון סיסטעם" און קען פירן אז זיינע קידניס זאל ה"י גיין שלאפן. די נייעס וואס איז געפאלן אויף אים ווי א דינער אינמיטן העלן טאג, האט אים שוידערליך צושוידערט און אריינגעווארפן אין א שרעקליכן דעפרעסיע - וואס האט זיך צוביסלעך דערקייקעלט צו א ערנסטע גייסטישע פראבלעמען, ער איז ארויסגעפאלן פון מעדיקל סקול.

אין די זעלבע צייט האט ער באשלאסן צו ווערן א בעל תשובה, ער איז געפארן וואוינען אין ארץ ישראל, וואו ער האט געוואוינט פאר זיבן יאר. אין ארץ ישראל האט ער צוערשט געטראפן זיין פלאץ אין א פרומע ישיבה אין ירושלים, שפעטער האט ער געטוישט צו חב"ד, און פון דארט האט ער ענדגילטיג געלאנדעט ביי א גרופע ברסלבער אין צפת.
ער האט ליידער שטארק געליטן פון סקיצאפרעניע, וואס האט אים אוועקגענומען דאס דעת פון טראכטן נארמאל.
מיט די צייט האט ער זיך באזעצט אין בארא פארק. ער האט געדינגען א דירה'לע אויף 46 סטריט און 16טע עוועניו. אבער ליידער האט אים דאס משנה מקום משנה מזל נישט צופיל געטוישט... ער האט אפילו פאר א וויילע גענומען קאמפיוטער קאורסעס צו ווערן א וועב-דעזיינער, פאר א שטיק צייט האט ער געוואוינט אין א "האום".
ער איז געווען באקאנט אין בארא פארק, ווען ער האט גענומען זיינע טאבלעטן איז ער מער ווייניגער געווען בסדר, אבער ווען נישט...
ער האט געהאט א האמער אויף וועלכע ער האט אנגעבליך געהאט אויפגעשריבן דערויף דעם אויבערשטנ'ס נאמען. ער האט דאס געהאט גאנץ אפט צו די האנט... ער האט עס ליידער עטליכע מאל אנגעבליך גענוצט אלס וואפן.

א שיסעריי אין הארץ פון בארא פארק
יח אלול, תשנ"ט, בערך 6:40 נאכמיטאג, די 9-1-1 עמערדזשענסי-ליניע האט ערהאלטן א הילפס-רוף פון עטליכע שכנים אז באש טאנצט ארום אויפ'ן גאס מיט זיין האמער'ל.
ווען די פאליציי זענען אנגעקומען איז באש שוין געווען צוריק אין זיין בעיסמענט דירה, אינאיינעם מיט א חבר. די פאליציאנטן האט פארארדענט פאר'ן חבר צו ארויסקומען, און דער חבר איז ארויסגעקומען, וואו ער איז געהענדקאפט געווארן.
דאן האבן די אפיצירן פארארדענט באש אראפצולייגן דעם האמער און ארויסצוקומען מיט די הענט אין די הייעך, ווען ער האט נישט געפאלגט האבן עטליכע אפיצירן אריין אין זיין דירה און אים פרובירט צו אראפהאלטן.באש האט דאן נישט געטראגן זיינע ברילן, און ער האט מעגליך נישט געזען אז דאס זענען פאליציי אפיצירן. באש האט דאן געסטראשעט די אפיצירן מיט זיין האמער, איין אפיציר האט דאן געשפריצט "מעיס" אויף באש, ער האט דאן פרובירט צו אנטלויפן פון די אפיצירן און ער איז ארויסגעלאפן צו די טרעפ.
ווען ער איז געשטאנען ביי די טרעפ האט ער גענומען זיין האמער און עס געפאכעט קעגן די אפיצירן. מאדנע איז געווען אז ער איז דאן געווען אנגעטון מיט א טלית און תפילין...
זעקס אפיצירן, מיט זייערע ביקס געצילט אויף אים, זענען געשטאנען ביי די טרעפ און אים געווארנט נישט צו גיין ווייטער, ווען ער האט נישט געפאלגט און ווייטער פארגעזעצט צו גיין קעגן זיי, און אפילו געזעצט א פאליציי סארדזשענט, האבן די אפיצירן אויסגעשאסן צוועלף קוילן.
זיין תפילין איז געליגן אויפ'ן ערד און ארומיגע האבן געשריגן די פאליציי זאל עס אויפהייבן... הצלה איז גערופן געווארן, אבער לויט עדות האט די פאליציי זיי נישט געלאזט צוגיין צו באש פאר נאנט צו פופצן מינוט! מען האט אים אפגעפירט צו מאימאנעדיס שפיטאל אבער ס'איז שוין ליידער געווען דערנאך.


די נאכווייען

ווי נאר די נייעס איז ארויס אז די פאליציי האבן פאטאל דערשאסן א גייסטיש-צורידערטן איד, אין צענטער פון בארא פארק האבן זיך תיכף פילע אידן פארזאמעלט און אנגעהויבן רודערן און שרייען קעגן פאליציי ברוטאליטעט, טענה'דיג אז די פאליציי איז זיך נישט יושר'דיג באגאנגען, אנשטאט אזוי אראפצושיסן א נישט-געזונטן דארף ווען זיין אלטערנאטיוון. "יעדע פאר מינוט איז געפלויגן אביעקטן קעגן די פאליציי." שילדערט די ניו יארק טיימס אין א באריכט.
ווי פארשטענדליך איז אסעמבלימאן דוב הייקינד אויך אנגעקומען אהין... און ער האט ווי זיין נוסח פארפירט און פארלאנגט אן אויספארשונג. אויך דער דעמאלטיגער סיטי קאונסילמאן נח דיער ע"ה (וועלכער איז נפטר געווארן מיט עטליכע וואכן צוריק), אויך גערופן פאר אן אויספארשונג, און פארלאנגט די פאליציי זאלן איבערטראכטן זייערע טאקטיקן וויאזוי זיי באגייען זיך מיט גייסטישע-צורידערטע.
עטליכע טעג נאך די שיסעריי זענען די גאסן באהאנגען געווארן מיט א בריוו פון רבני העיר, מיט א רוף מ'זאל זיך צוריקהאלטן פון סיי וועלכע דעמאניסטראציעס און חילול ה', ס'איז געווען אונטערגעשריבן דורך מהרנ"צ מבאבוב, רבי שלמה גראס ז"ל בעלזער דיין, און להבחל"ח גאב"ד סאטמאר ב"פ.
זיין לוי איז פארגעקומען ביים שטוב פון זיין משפחה אין לאנג איילענד, און פילע בארא פארק אידן זענען אהינגעפארן אפגעבן כבוד המת.
א טאג שפעטער ביי א פרעסע קאנפערענץ האט דער דעמאלטיגער מעיאר רודי דזשוליאני, שטייענדיג ארומגענומען מיט אידישע עסקנים, געזאגט אז זיבן עדות האבן איבערגעגעבן זייער עדות'שאפט אז באש האט געשלאגן דעם פאליציי סארדזשענט מיט זיין האמער, וואס דאס בארעכטיגט די שיסעריי, אבער פון אידישע עדות האט מען געהערט פארקערט...
א גרענד דזשורי האט שפעטער ריינגעוואשן די פיר אפיצירן וואס זענען געווען פארמישט אין די שיסעריי. באש'ס מאמע האט אריינגעגעבן א פעדעראלע אנקלאגע אבער די יוסטיץ דעפארטמענט האט דאס ארויסגעווארפן.
קאנגרעסמאן דזשערי נאדלער האט נאך די דזשורי באשלוס גערופן פאר א פעדעראלע אויספארשונג.


א טעלעוויזיע רעפארט פון נאכ'ן שיסעריי
https://www.youtube.com/watch?v=6jKL03_zMSw
באניצער אוואטאר
יואליש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2681
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 22, 2012 7:36 pm
האט שוין געלייקט: 1390 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4310 מאל

שליחה דורך יואליש »

אין יענע יארן האט אברהם פריעדמאן פון די צייטונג געהאט א באשרייבונג יעדע וואך אין צוויי טעמעס: וואטערגעיט און גדעון באש.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

טיכטיגער: איך האב בשעתו געהערט די מעשה מיט עטליכע קליינע שינויים.

ערשטנס. גדעון באש, וועלכער איז טאקע געווען ל"ע נישט ביים דעת, האט געפאכעט מיט דעם האמערל. אבער קיינעם נישט געשעדיגט. און די פאליספרוי וועלכע האט די ערשטע געשאסן אויף איהם איז געווען א שווארצע שיקסע. און די איבעריגע פאליסן האבן נאכגעפאלגט נאך איהר...!

דער שונא ישראל און שווארצער ציגיינער און לאו לייף אל שארפטאן, ימ"ש האט זיך אנגעטראגן פאר די אויפגעברויזטע אידן אז ער ווילל קומען קיין בארא פארק העלפן פאר די אידן קעמפן אקעגן די פאליס. אבער צום מזל האבן די רבנים גערופן אז דער עולם זאלל זיך בארואיגן און נישט ארויסגיין אין אן אפענעם קאמף אקעגן די פאליס. און דער עולם האט זיי געפאלגט.

אויך ביי די יעצטיגע אומרוען האט דער לאו לייף און שונא ישראל שארפטאן מכלומרש'ט געזאגט מוסר פאר זיינע פאלקס מענטשן. (די וועלכע זענען געאגאנגען בארויבן די געשעפטן. ..."עטץ ווילטץ זיין אקטיוויסטן (עסקנים) וועלכע ברעכן און שטעכן לשם שמים. אדער האבן שיינע, פענסי (געגנב'טע) שוך...!
טיכטיגער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 160
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 25, 2020 6:38 pm
האט שוין געלייקט: 167 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 323 מאל

שליחה דורך טיכטיגער »

יעצט געטראפן עטליכע בילדער פונעם סצענע
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3541
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

שליחה דורך אישתישבי »

איין שינוי, איך געדענק הערען פין עדי ראיה אז מען האט אים געשאסן אין דער גאס. די טוסט שילדערן אז מען האט אים געשאסן אויף די טרעפ.
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

איך געדענק יא אז מען האט געשאסן אויף די טרעפ, אבער קען זיין אז איך געדענק נישט גוט נאך אזויפיל יארן.
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
כלבאשבוע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1028
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 03, 2014 10:12 am
האט שוין געלייקט: 4 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1082 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך כלבאשבוע »

פאליסלייט זענען נישט געטרעינט צו דיעלן מיט אומסטאבילע פארשוינען און וועלן שיסן יענעם צום טויט אפילו אויב סאיז נאר א צל ספק אז זייער לעבן איז אין סכנה

פילאדעלפיע רודערט יעצט מיט אביסל א ענליכע פרשה, Walter Wallace
27 years old

Philadelphia police shooting of Black man sparks unrest
https://apnews.com/article/philadelphia ... 310ac5197d
לְבַר נַטְלִין, וְלָא עָאלִין, הַנֵי כִּלְבֵין דַחֲצִיפִין.
גבור חיל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 214
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 10, 2018 3:51 am
האט שוין געלייקט: 304 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 481 מאל

שליחה דורך גבור חיל »

כלבאשבוע האט געשריבן:
פילאדעלפיע רודערט יעצט מיט אביסל א ענליכע פרשה, Walter Wallace
27 years old


גראדע געוועזן דארט אביסל מער ווי א צל ספק... אויב האט איר געזעהן די ווידיאו, דער שווארצער לויפט קעגן זיי מיט אן אויסגעשטרעקטן מעסער און וויל עס נישט אראפלייגן...
“Tell the world Johnny, tell them I, Johnny Depp, a man, I'm a victim too of Domestic Violence and see how many people believe or side with you.” - Amber Turd
פארשפארט