"יא, ווייל דו ביסט סעלף העיטינג!"
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 290
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 18, 2016 9:17 pm
- האט שוין געלייקט: 523 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 344 מאל
עס איזה אמת אז עס איז וויכטיג צו הערן קריטיק און א מענטש איז אויסגעשטעלט אין זיין לעבן צו מאכן טעותים ,
אבער ביי אידען ווערט מען געפירט דורך רבנים וגדולי ישראל ,
און עס קען נישט ווערן אז יעדער וואס האט א פעדער אין האנט אדער אקטיוו אויף סאשיעל מידיא זאל באשמיצן יעדעם איינעם וואס ער טראכט אז יענער האט נישט גיט געטוהן אין א געוויסע ענין,
און בדרך כלל ווען מ'ריפט איינעם א סעלף העיטינג איד ,איז עס ווען ער אטאקירט די "סיסטעם" ווען ער זעהט א פראבלעם מיט דעם ,
עס איז זיכער דא אסאך פראבלעמען מיט די "סיסטעם"
אבער אונז זעמער אלע א חלק פון דעם און יעדער איינער האט מעלות און חסרונות , איז וואס אטאקירסטע די גאנצע סיסטעם וועגן די זעסט א פראבלעם מיט דעם ,
און בפרט ווען מען טוט עס ברבים וואס דעמאלטס ווייזט עס אז די האלטס דיך קליגער און בעסער ווי די פשוטע סיסטעם יודן ,
ברדך כלל ווען איינער רעספעקטירט די מעלות און גיטע חלקים פון אונז און ער זאגט די קריטיק אויף די ריכטיגע וועג און די ריכטיגע פלאטץ וועלן רוב מענטשן עם פארשטיין

- מי אני
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5784
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
- האט שוין געלייקט: 12391 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל
Re:
מ׳קען זאגן אז דאס געדאנק, אין אלגעמיין, פון ״סעלף-העיטינג״ ביים קריטיקירן גייט זיך ווענדן אין ווי ווייט די פאלעמישקייט און ווי ווייט אן אונטערליגענדע סאבּדזשעקטיוויטי ליגט אונטער דאס קריטיק. אויב זענען די צוויי הויך קען דאס צופירן אז עמאשענס [״שנאה״ אין די קאנטעקסט] קומען אריין אינעם קריטיק/ארגומענט און טוהן לייגן דאס ארגומענט און קריטיק, הגם זיי קענען זיין ריכטיג, אונטער א שאטן (ובכלל אונטערמינעווען דאס לאגיק פונעם ארגומענט).
יעצט, מ׳קען אפשר קלערן אז א(ן אפשר באדייטענדע) טייל פון די וואס קריטיקירן אונזער געזעלשאפט קומען פון מענטשן וואס די געזעלשאפט האט זיי אומריכטיג באקריוודעט. דאס טוהט, ווי נישט, צומאל לייגן זייערע טענות, הגם זיי זענען אפשר ריכטיגע, אונטער דאס פריער-דערמאנטע שאטן. דאס קען האבן אן אפעקט אז אפילו ווען איינער (פון אינעווייניג) גיבט אביעקטיווע קריטיק וואס איז נישט אונטער דעם שאטן, באטראכט מען אים ווי ער איז יא אונטער דעם שאטן.
וואס מ׳דארף זיך אויסלערנען איז סיי צו קענען דן זיין ווען די קריטיק ווערט געגעבן אביעקטיוולי, ווי אויך אז אפילו ווען/אויב עס איז טאקע יא פאלעמיש און סאביעקטיוו צו דאך קענען ארויסנעמען די אמת׳ע פונקטן אין וואס יענער טענה׳ט און דאס אויסהערן אויף זיך צו פארבעסערן, הגם ער קען טאקע זיין סעלף-העיטינג (תוכו אכל וקליפתו זרק, כדי לקבל את האמת ממי שאמרו).

- הודעות: 3315
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
- האט שוין געלייקט: 2006 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1413 מאל
קומזיץ האט געשריבן:... ביי אידען ווערט מען געפירט דורך רבנים וגדולי ישראל ,
און עס קען נישט ווערן אז יעדער וואס האט א פעדער אין האנט אדער אקטיוו אויף סאשיעל מידיא זאל באשמיצן יעדעם איינעם וואס ער טראכט אז יענער האט נישט גיט געטוהן אין א געוויסע ענין,
און בדרך כלל ווען מ'ריפט איינעם א סעלף העיטינג איד ,איז עס ווען ער אטאקירט די "סיסטעם" ווען ער זעהט א פראבלעם מיט דעם ,
איך זעה נישט פארוואס איינער מיט א גוטע פעדער, און דבריו נשמעים, זאל נישט אויסנוצען זיין טאלאנט אויף מעורר זיין אויף עפעס וואס איז צריך תיקון.
און נישט א יעדער וואס איז מעורר איז "סעלף-העטינג" און אפילו ווען ער איז מעורר אויף די "סיסטעם" אין general - קען ער דאס מיינען ערנסט.
פון די אנדערע זייט איז דא גענוג און נאך וואס זענען טאקע יא "סעלף העטינג", פונקט ווי ס'דא סעלף-העטינג שווארצע אדער סעלף-העטינג ווייסע וכדו'.
געווענליך וועלן זיי פעינטען א גאנצע גרופ מיט איין בראש און נוצען טערמס ווי למשל יעדער וואס האט נאר אמאל
אדער אלע ווייסע, זענען ראסיסטען.
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 324
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך סעפטעמבער 21, 2016 10:42 pm
- געפינט זיך: אין די הייסטע פלאץ אין גיהינום
- האט שוין געלייקט: 221 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 319 מאל
קריטיק איז א גוטע זאך ווען עס איז מיט א מאס. מ'דארף הערן קריטיק אבער קיינער האט עס נישט ליב צו הערן און מיט רעכט. קאווע שטיבל איז די איינציגסטע ווינקל פאר א היימישער צו שרייבן קריטיק און יעדער קומט אהער אראפצולאדענען זיין פארציע קריטיק אויפן סיסטעם. עס קומט אויס אז יעדע צווייטע אשכול דא אין שטיבל איז קריטיק און דאס איז שוין אביסל נערווירענד און איבערגעטריבן. ניתי ספר ונחזי, וויפיהל אשכולות האסטו שוין געעפענט דא וואס איז נישט קיין קריטיק?
לא באתי לנצח (שולי)
- יהודי פשוט
- ידיד ותיק
- הודעות: 703
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 30, 2014 9:00 pm
- האט שוין געלייקט: 435 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 489 מאל
Re: "יא, ווייל דו ביסט סעלף העיטינג!"
ס'איז דא איינער וואס "קריטיקירט אמאל" עפעס אינעם סיסטעם, אזא איינעם וועט כמעט יעדער זיין גרייט אויסצוהערן...
דערנאך איז דא איינער וואס "קריטיקירט אלעמאל" אלעס וואס האט מיט אידן און אידישקייט, קיינמאל הערט מען נישט פון אים א פאזיטיווע ווארט, נאך איידער ער הערט בכלל פון וואס די רעדע איז, אויב האט עס מיט חרדי'שע אידן איז ער דערקעגן, יא! ער איז סעלף העיטינג! און קיינער איז נישט אינטערעסירט צו הערן וואס ער האט צוזאגן!
אמת די היימישע צייטונגען שטעלן נאר אהער די פאזיטיווע זייט, און וועלן קיינמאל נישט ברענגן קיין קריטיק אויף אונז, אבער - לעומת זה - קאווע שטיבל, וועט כמעט אלעמאל ברענגן נאר קריטיק, און אויב איינער וועט פרובירן זיך אנצונעמען וועט ער שנעל צומאלן ווערן דורך די חברים דא...
איז ממילא איז אלעס עקסטרעים, דער איד, בלאט, איי-וועלט וכדו' איז עקסטרעים אויף איין זייט, און קאווע שטיבל איז עקסטרעים אויף די אנדערע זייט. נו, אויב שוין זיין עקסטרעים איז דאך בעסער עקסטרעים פאזיטיוו און שטאלץ מיט אונז, ווי איידער עקסטרעים נעגאטיוו און שעלטן אלעס וואס האט מיט חרדי'שע אידן

איך בין א נער און איך גלייב!!!
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1010
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג סעפטעמבער 05, 2017 1:08 am
- האט שוין געלייקט: 641 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 989 מאל
העניך האט געשריבן:תנחום האט געשריבן:ניתי ספר ונחזי, וויפיהל אשכולות האסטו שוין געעפענט דא וואס איז נישט קיין קריטיק?
רוב פאזיטיווע נקודות וואס איז דא צו קאמענטירן ווערן שוין געמאכט יעדע וואך אין די טויזנטער בלעטער פון דער איד, דער בלאט, די צייטונג, מאמענט, המודיע, יתד נאמן, עונג שבת, אייוועלט, די הודערטער פראפאגאנדע טוויטער אקאונטס, קול מבשר וכו' וכו' -- וואס איז מיר אינטערעסאנט איבערצוקייען די זעלבע זאכן? אז איך נעם די מי צו שרייבן וועט עס זיין ווען כ'האב צו זאגן עפעס אייגנארטיג, און רוב אייגנארטיגע נקודות וועלן נאטירליך זיין נקודות וואו מיר דארפן זיך פארבעסערן.
עס זענען פארהאן גענוג פאזיטיווע שטריכן וואס ווערן ארויסגעלאזט. און דו ווייסט אויך דעם אמת אז ווען איינער גייט עפענען א פאזיטיווער אשכול גייט ער אראפגעריסן ווערן אז עס איז נישט ריכטיג וואס ער שרייבט.
דארפסט נאכאלץ דאנקן דעם רבוש"ע פארן אייך שענקן די נעגאטיווע ברילן. נישט יעדער פארמאגט אזא הויכע נומער.
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
יהודי פשוט האט געשריבן:ס'איז דא איינער וואס "קריטיקירט אמאל" עפעס אינעם סיסטעם, אזא איינעם וועט כמעט יעדער זיין גרייט אויסצוהערן...
דערנאך איז דא איינער וואס "קריטיקירט אלעמאל" אלעס וואס האט מיט אידן און אידישקייט, קיינמאל הערט מען נישט פון אים א פאזיטיווע ווארט, נאך איידער ער הערט בכלל פון וואס די רעדע איז, אויב האט עס מיט חרדי'שע אידן איז ער דערקעגן, יא! ער איז סעלף העיטינג! און קיינער איז נישט אינטערעסירט צו הערן וואס ער האט צוזאגן!
אמת די היימישע צייטונגען שטעלן נאר אהער די פאזיטיווע זייט, און וועלן קיינמאל נישט ברענגן קיין קריטיק אויף אונז, אבער - לעומת זה - קאווע שטיבל, וועט כמעט אלעמאל ברענגן נאר קריטיק, און אויב איינער וועט פרובירן זיך אנצונעמען וועט ער שנעל צומאלן ווערן דורך די חברים דא...
איז ממילא איז אלעס עקסטרעים, דער איד, בלאט, איי-וועלט וכדו' איז עקסטרעים אויף איין זייט, און קאווע שטיבל איז עקסטרעים אויף די אנדערע זייט. נו, אויב שוין זיין עקסטרעים איז דאך בעסער עקסטרעים פאזיטיוו און שטאלץ מיט אונז, ווי איידער עקסטרעים נעגאטיוו און שעלטן אלעס וואס האט מיט חרדי'שע אידן
יהודי פשוט: אנטשולדיג. דו ביסט נישט גערעכט. (שוין קריטיק.). ווייל ס'איז דא מערערע אשכולות דא אויף קאווע שטיבל וועלכע ברענגען ארויס די פאזיטיווע זייט פון דעם גאנצן היימישן הלוך ילך...!
- ליפא
- חבר ותיק
- הודעות: 2159
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 23, 2015 4:09 am
- האט שוין געלייקט: 2314 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1740 מאל
berlbalaguleh האט געשריבן:יהודי פשוט האט געשריבן:ס'איז דא איינער וואס "קריטיקירט אמאל" עפעס אינעם סיסטעם, אזא איינעם וועט כמעט יעדער זיין גרייט אויסצוהערן...
דערנאך איז דא איינער וואס "קריטיקירט אלעמאל" אלעס וואס האט מיט אידן און אידישקייט, קיינמאל הערט מען נישט פון אים א פאזיטיווע ווארט, נאך איידער ער הערט בכלל פון וואס די רעדע איז, אויב האט עס מיט חרדי'שע אידן איז ער דערקעגן, יא! ער איז סעלף העיטינג! און קיינער איז נישט אינטערעסירט צו הערן וואס ער האט צוזאגן!
אמת די היימישע צייטונגען שטעלן נאר אהער די פאזיטיווע זייט, און וועלן קיינמאל נישט ברענגן קיין קריטיק אויף אונז, אבער - לעומת זה - קאווע שטיבל, וועט כמעט אלעמאל ברענגן נאר קריטיק, און אויב איינער וועט פרובירן זיך אנצונעמען וועט ער שנעל צומאלן ווערן דורך די חברים דא...
איז ממילא איז אלעס עקסטרעים, דער איד, בלאט, איי-וועלט וכדו' איז עקסטרעים אויף איין זייט, און קאווע שטיבל איז עקסטרעים אויף די אנדערע זייט. נו, אויב שוין זיין עקסטרעים איז דאך בעסער עקסטרעים פאזיטיוו און שטאלץ מיט אונז, ווי איידער עקסטרעים נעגאטיוו און שעלטן אלעס וואס האט מיט חרדי'שע אידן
יהודי פשוט: אנטשולדיג. דו ביסט נישט גערעכט. (שוין קריטיק.). ווייל ס'איז דא מערערע אשכולות דא אויף קאווע שטיבל וועלכע ברענגען ארויס די פאזיטיווע זייט פון דעם גאנצן היימישן הלוך ילך...!
נו, מ'וועט טאקע דערהערן קריטיק פון יענע ניק'ס.
טראמפ 2020! טראמפ 2024! טראמפ 2028!
- לייבל שטילער
- ידיד השטיבל
- הודעות: 298
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 19, 2016 5:33 pm
- האט שוין געלייקט: 321 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 516 מאל
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9705
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
קאוועשטיבעל איז נישט אליינס, מענטשן קוקן אין פיל ערטער, און דא איז עס קריטיק, ערגעץ אנדערש, לויב, און ערגעץ אנדערש, סתם שטותים.
למעשה, די סימן פון א געזונטע געזעלשאפט איז ווען עס קען נעמן קריטיק. ווען מ'פארכט פון קריטיק, און יעדער אינערליכע וואס זאגט קריטיק ווערט שוין א דערויסענדיגע, איז עס א סימן אז עס איז נאך נישט זיכער מיט זיך.דאס קען מען נישט שטופן, דאס איז אן אינערליכע פראצעס, און דער חרדישע סיסטעם, מיט איר זעלבסט-לויב, איז נאך נישט דארט.
הרב [tag]קומזיץ[/tag] האלט אז נאר גדולי ישראל מעגן זאגן קריטיק. פיין און וואויל. און דער וואס האלט נישט אזוי איז א סעלף העיטינג דזשאו, אדער סתם האט ער נישט ווי דיר?
סתם אזוי, ווייסטו אליינס אז די גדולי ישראל האבן מענטשן וואס קומען צו זיי מיט פרצות און פראבלעמן, זיי טרעפן עס נישט אליינס. ממילא קומט דאך אלס פון פלעינער מענטשן, נישט גדולי ישראל.

The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
(Daniel J. Boorstin) דא
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1093
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 18, 2018 3:34 pm
- האט שוין געלייקט: 566 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1901 מאל
כגלייב קיינער האט נישט קיין ספק אז העניך האט פיינט די חרדישע קאמיוניטי/סיסטעם אין ער וואלט מסכים געווען סזאל היינט צאמפאלן. דאס מיינט אבער נישט אז ער איז א סעלף העיטער, ער האט נישט זיך פיינט, ער האט פיינט זיין קאמיוניטי.
"וואס וועל איך טוהן אז מ׳וועט איין שיינעם טאג געוואר ווערן אז איך בין נישט קיין אמתע רבי?"
- אהבת ישראל מוויזניץ
- אהבת ישראל מוויזניץ
- רביה''ק זי''ע
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5435
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
- געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
- האט שוין געלייקט: 5089 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל
ס'איז קלאר אז איינער וואס קריטיקירט איינעם איז עס נאר ווייל ער האט יענעם פיינט, למשל ווען מיין רבי אין חדר האט מיך קריטיקירט פאר'ן זיין א מחוצף האב איך שוין דעמאלטס געוואוסט אז איך דארף מיך נישט צוטון מאכן ווייל ער זאגט עס נאר ווייל ער האט מיך פיינט. אויך ווען מיין שוויגער קריטיקירט איר טאכטער פאר'ן דרייוון ווייסן אונז אלע איר צו לאכן אין פנים ווייל ס'איז אלץ בלויז פיינטשאפט.
די פשט איז נישט ווייל ווען דו וואלסט מיך ליב געהאט וואלסטו געקענט פארקוקן די חסרונות, ווייל אויב דאס וואלט געווען פשט וואלט באמת די פיינטשאפט באמת נישט אויסגעמאכט, למאי נ"מ צו ס'קומט פון ליבע צו פיינשאפט, די קריטיק דארף נאכאלץ ווערן גענומען ערנסט. נאר פשט איז טיפער, ווען ראובן האט ליב שמעון צ.ב. ווערט שמעון אויטאמאטיש ריין פון חסרונות, און טאקע דערפאר ווען ראובן קריטיקירט שמעון קען שמעון צוריק'טענה'ן "ווייל דו האסט מיך פיינט", כלומר, ווייל דו האסט מיך פיינט דערפאר האב איך די פראבלעם, ווייל ווען ראובן וואלט איהם ליב געהאט וואלט ער נישט געקענט האבן קיין חסרונות, ופשוט הוא.

Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 290
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 18, 2016 9:17 pm
- האט שוין געלייקט: 523 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 344 מאל
עס איז צוויי נקודות זיך צו זיך באציען דא,
אוודאי אויב איינער האט קריקיט אדער געדאנקען צו פארבעסערן אונזער געמיינדע איז עס וויכטיג און געזינט צו זאגן ,
אבער די טאן געבער און די וואס מאכן די החלטות דארפן זיין רבנים וגדולי ישראל ,
איז איינער וויל זאגן קריטיק קען ער עס טוהן אויף די ריכטיגע וועג אן ברענגען א resistance צו דעם אז ער גייט צו די ריכטיגע מענטשען ,
אז די שפירסט אז די רעדסט צו גראדע ווענט אפשר זיך דיך א רב וואס די שפירסט באקוועם מיט זיין מהלך ,
אז יעדער וואס האט עפעס צו זאגן אויף איינעם וועט זיך נעמען קריטיקירן און זאגען מיינונגען און מען דארף זיך רעכענען מיט דעם , וועט ווערן א תהו ובהו ,
און וועט ברענגען צו מחלוקת און סתם אראפרייסן איינער די אנדערע אן קיין שום תועלת
די אנדערע נקודה איז פארוואס מען ריפט איינעם סעלף העיטינג, אזוי ווי אנדערע האבן שוין געזאגט אויב די קריטיק איז ריכטיג דעמאלטס איז נישט קיין נפק"מ ווער עס זאגט עס
קבל את האמת ממי שאמרו ,
אבער ווען איינער זעהט עפעס א פראבלעם און ער מאכט אוועק די גאנצע סיסטעם ,
און אויכעט ווען מען הערט עס כסדר פון איינעם,
ווייזט זיך אויס אז ער האט א פראבלעם און קען נישט דילדען די גאנצע סיסטעם (געמיינדע) און מ'ריפט עם סעלף העיטינג ,
איך זאג נישט אז עס איז גערעכט , נאך אלעס זיץ איך אויך דא אויף קאווע שטיבעל אפילו איך ווייס עס איז פול מיט קריטיק
אבער זייער אסאך מאל איז דא א סיבה פארוואס מען פארשרייט איינעם אלטץ סעלף העיטינג
אוודאי איז דא עקסטרעמיטען וואס אלעס אנדערש פון זיין איז סעלף העיטינג
אבער מרעדט און אלגעמיין וועלן מענטשן נישט יעדעם פארריפן
נאר אויב ער רעדט אויף א אופן ווי דרויסענדיגער
אוודאי אויב איינער האט קריקיט אדער געדאנקען צו פארבעסערן אונזער געמיינדע איז עס וויכטיג און געזינט צו זאגן ,
אבער די טאן געבער און די וואס מאכן די החלטות דארפן זיין רבנים וגדולי ישראל ,
איז איינער וויל זאגן קריטיק קען ער עס טוהן אויף די ריכטיגע וועג אן ברענגען א resistance צו דעם אז ער גייט צו די ריכטיגע מענטשען ,
אז די שפירסט אז די רעדסט צו גראדע ווענט אפשר זיך דיך א רב וואס די שפירסט באקוועם מיט זיין מהלך ,
אז יעדער וואס האט עפעס צו זאגן אויף איינעם וועט זיך נעמען קריטיקירן און זאגען מיינונגען און מען דארף זיך רעכענען מיט דעם , וועט ווערן א תהו ובהו ,
און וועט ברענגען צו מחלוקת און סתם אראפרייסן איינער די אנדערע אן קיין שום תועלת
די אנדערע נקודה איז פארוואס מען ריפט איינעם סעלף העיטינג, אזוי ווי אנדערע האבן שוין געזאגט אויב די קריטיק איז ריכטיג דעמאלטס איז נישט קיין נפק"מ ווער עס זאגט עס
קבל את האמת ממי שאמרו ,
אבער ווען איינער זעהט עפעס א פראבלעם און ער מאכט אוועק די גאנצע סיסטעם ,
און אויכעט ווען מען הערט עס כסדר פון איינעם,
ווייזט זיך אויס אז ער האט א פראבלעם און קען נישט דילדען די גאנצע סיסטעם (געמיינדע) און מ'ריפט עם סעלף העיטינג ,
איך זאג נישט אז עס איז גערעכט , נאך אלעס זיץ איך אויך דא אויף קאווע שטיבעל אפילו איך ווייס עס איז פול מיט קריטיק
אבער זייער אסאך מאל איז דא א סיבה פארוואס מען פארשרייט איינעם אלטץ סעלף העיטינג
אוודאי איז דא עקסטרעמיטען וואס אלעס אנדערש פון זיין איז סעלף העיטינג
אבער מרעדט און אלגעמיין וועלן מענטשן נישט יעדעם פארריפן
נאר אויב ער רעדט אויף א אופן ווי דרויסענדיגער
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
קומזיץ: אין אנדערע ווערטער. אויב א מענטש זעהט איין בכלליות די מעלות פון אונזער געמיינדע. נאר ער טרעפט געוויסע נקודות אין וואס מ'קען זיך פארבעסערן. דאס נעמט אן א יעדער נארמאלער מענטש. אבער ווען איינער קומט אריין אויטאמאטיש און קריטיקירט א יעדע זאך וואס דער עולם אדער א טייל פון עולם טוט, איז א סימן אז עפעס טויג נישט ביי איהם אליינס. ער האט עפעס א שוואכקייט אדער א קאמפלעקס. און ער פראדזשעקט עס אויפ'ן כלל....!
- פאליטיקאנט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1413
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 19, 2018 4:53 pm
- געפינט זיך: אין דמיון
- האט שוין געלייקט: 765 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל
- מי אני
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5784
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
- האט שוין געלייקט: 12391 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל
בּערנארד לאזאר אין א בריוו צו טעאדאר הערצל, וואו ער קריטיקירט אים איבער זיין צוגאנג:
בתוך זיינע ווערק אין זיינע פריע יארן, מיט זיין חילוק צווישן א ״ישראל״ און א ״איד״, איז טאקע געווען טענות קעגן אים אלס סעלף-העיטינג און אנטיסעמיטיזם.Like all governments, you want to beautify the truth, to be the government of a people that appears clean and proper [propre]; the highest duty has become for you "not to display national shames." However, I myself am in favor of displaying them, so that one should see poor Job on his dunghill, scraping his sores with the broken shard of a bottle. We will die from hiding our shames, from burying them in deep caves, instead of bringing them into the pure air. Our people is in the most abject mud. We must roll up our sleeves and go seek it where it moans, where it groans, where it suffers. We must recreate our nation
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
העניך: איך וויל נאר פארשארפן דיין נקודה אז אויב איינער לאזט הערן זעלבסט קריטיק ווערט ער (אין מערסטע פעלער) פארשריגן אלס סעלף העיטינג. ווייל די אידן סיי אלס יחידים און סיי אלס פאלק ווערן זייער א סאך מאל קריטיקירט ווען ס'איז אומבארעכטיגט. מערסטנס דורך שונאי ישראל. פאר זייערע האסן מאטיוון. ממילא אויב איינער ברענגט אויף א זאך אפילו בארעכטיגט, וואו מ'דארף זיך פארבעסערן. סיי אלס יחידים. און סיי אלס פאלק. ווערט ער שוין קריטיקירט. אבער דער אמת איז אז ס'איז דא גענוג און נאך זאכן וועלכע קענען אויסשטיין א ביסל זעלבסט קריטיק. איינס פון די מערסט אנזעעוודיגע סאבדזשעקטס איז דער אופן וויאזוי אידן (בכלליות) דרייוון קארס און באסעס. ס'דא מענטשן (אידן) וועלכע וועללן נישט אנערקענען דיין רעכט אריבערצופארן א גאס. נאר זיי וועללן זיך אריינשטופן וויפיהל און וואו זיי קענען
איך דרייוו היינטיגע טעג א באס אין די עיר התורה והחסידות מאנסי. ס'זענען דא געוויסע מוסדות וואס זייערע דרייווערס (וועלכע זענען אין טייל פעלער מבני חם) וועללן זיך אריינשטופן אין א שמאלע גאס ביז אן אינטש אוועק פון דעם אנקומענדיג באס אדער קאר. דער פועל יוצא פון דעם איז אז ביידע ווערן פארטשעפעט און סטאק. משא"כ ווען איינער (פון די 2) האנדלט מיט א ביסל שכל און מענטשליכקייט און לאזט דעם צווייטן אדורכפארן קען א יעדער פארן אויף זיין וועג לחיים ולשלום. א טייל (טאקע פון אונזערע קאזינס די בני חם) טוען עס מחמת חוסר ידיעה און מחמת קוצר השכל. אבער אפילו היימישע דרייווערס פון יענע מוסדות טוען די זעלבע. להבדיל, גויים (אויסער א פאר אומוויסנדע חיות וועלכע דרייון קאר סערוויס טעקסיס) דרייוון מער געזעצליך און מענטשליך.אנדערע מוסדות, וועלכע איך וויל אויך נישט אנרופן בייםן נאמען, זייערע דרייווערס פיהרן זיך אויף אויסגעצייכנט אויפ'ן ראוד. זייער מוסד געפינט זיך אויף א שמאלע גאס וואו א סאך אנדערע קארס דרייען זיך אויס. (א זאך וואס מ'זעהט נישט אין בארא פארק). די באסעס פון יענעם מוסד, ווען זיי זעהען אן אנדער'ן באס וואס קומט זיי אנטקעגן, שטעללן זיך אין א זייט און לאזן יענעם אריבערפארן.למעט רוב אנדערע היימישע וועלכע טוען פונקט די פארקערטע. און דאס ברענגט פראבלעמען. און מאכט אויך א חילול ה'.

- הודעות: 1428
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 01, 2021 4:58 pm
- האט שוין געלייקט: 43 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1375 מאל
berlbalaguleh האט געשריבן:העניך: איך וויל נאר פארשארפן דיין נקודה אז אויב איינער לאזט הערן זעלבסט קריטיק ווערט ער (אין מערסטע פעלער) פארשריגן אלס סעלף העיטינג. ווייל די אידן סיי אלס יחידים און סיי אלס פאלק ווערן זייער א סאך מאל קריטיקירט ווען ס'איז אומבארעכטיגט. מערסטנס דורך שונאי ישראל. פאר זייערע האסן מאטיוון. ממילא אויב איינער ברענגט אויף א זאך אפילו בארעכטיגט, וואו מ'דארף זיך פארבעסערן. סיי אלס יחידים. און סיי אלס פאלק. ווערט ער שוין קריטיקירט. אבער דער אמת איז אז ס'איז דא גענוג און נאך זאכן וועלכע קענען אויסשטיין א ביסל זעלבסט קריטיק. איינס פון די מערסט אנזעעוודיגע סאבדזשעקטס איז דער אופן וויאזוי אידן (בכלליות) דרייוון קארס און באסעס. ס'דא מענטשן (אידן) וועלכע וועללן נישט אנערקענען דיין רעכט אריבערצופארן א גאס. נאר זיי וועללן זיך אריינשטופן וויפיהל און וואו זיי קענען
איך דרייוו היינטיגע טעג א באס אין די עיר התורה והחסידות מאנסי. ס'זענען דא געוויסע מוסדות וואס זייערע דרייווערס (וועלכע זענען אין טייל פעלער מבני חם) וועללן זיך אריינשטופן אין א שמאלע גאס ביז אן אינטש אוועק פון דעם אנקומענדיג באס אדער קאר. דער פועל יוצא פון דעם איז אז ביידע ווערן פארטשעפעט און סטאק. משא"כ ווען איינער (פון די 2) האנדלט מיט א ביסל שכל און מענטשליכקייט און לאזט דעם צווייטן אדורכפארן קען א יעדער פארן אויף זיין וועג לחיים ולשלום. א טייל (טאקע פון אונזערע קאזינס די בני חם) טוען עס מחמת חוסר ידיעה און מחמת קוצר השכל. אבער אפילו היימישע דרייווערס פון יענע מוסדות טוען די זעלבע. להבדיל, גויים (אויסער א פאר אומוויסנדע חיות וועלכע דרייון קאר סערוויס טעקסיס) דרייוון מער געזעצליך און מענטשליך.אנדערע מוסדות, וועלכע איך וויל אויך נישט אנרופן בייםן נאמען, זייערע דרייווערס פיהרן זיך אויף אויסגעצייכנט אויפ'ן ראוד. זייער מוסד געפינט זיך אויף א שמאלע גאס וואו א סאך אנדערע קארס דרייען זיך אויס. (א זאך וואס מ'זעהט נישט אין בארא פארק). די באסעס פון יענעם מוסד, ווען זיי זעהען אן אנדער'ן באס וואס קומט זיי אנטקעגן, שטעללן זיך אין א זייט און לאזן יענעם אריבערפארן.למעט רוב אנדערע היימישע וועלכע טוען פונקט די פארקערטע. און דאס ברענגט פראבלעמען. און מאכט אויך א חילול ה'.
סעלף העיטונג באס דרייווער
בערל דער בעל עגלה'ס הסכמה אויף מיר דא
ווען אזא לאו-לייף (טאקע, אויך מיר א שריפטשעלטער) ווי דו (שאינו יודע להבחין בין..."דו" ל' "די"... קומען אויף מיין באס, ווארף איך זיי אראפ נאך איידער זיי האבן א טשענס צו טון זייערע מעשים תעתועים