בלאט 1 פון 1

אידישער שידוך צושטאנדגעקומען דורך א ניו יארק סיטי פאליסמאן

נשלח: דינסטאג אוגוסט 07, 2012 6:11 pm
דורך גאלד
פאר בערך 2 חדשים צוריק - אום מיי 23 - האבן א גרופע פרומע אידישע מוידן שפאצירט אויפן קאני איילענג בארד-וואלק,
די מוידן זענען געגאנגען זיך אויסלופטרן ביים ים ברעג, צו פייערן דאס פארענדיגן זייערע לימודים און טורא קאלעדש, שטודירינדיג פסיכלאגיע,
אויפן זעלבן בארד-וואלק - עטוואס ארויפציהר - האבן אויך ארומגעהאנגן א גרופע אינגע אידישע בחורים,
א אידישער 32 יעריגער ניו יארק סיטי פאליסמאן - אלבערט מאמין - האט אבזערווירט די 2 גרופעס
און מחליט געווען אז פאר זייער זיכערהייט פון די 2 גרופעס וואלט כדאי געווען אז די צוויי זאלן זיך האלטן צוזאמען,
איז ער צוגעגאנגען צו די מענער און זיי גע'עצה'ט זיך צו צאמשטעלן מיט די מיידלעך,
קודם האבן די מיידלעך געצויגן קאלטע אקסלען, און געוויזן אומאינטערעסע
אבער דער פאליסמאן האט נישט נאכגעלאזט און פארלאנגט זיי זאלן זיין אביסל מער העפליך
די אינגען און מוידן האבן אנגעהויבן געמיטלעך שמועסן,
איין מיידל, חוה דן, מיט א בחור מרדכי שטיינמץ האבן אנגעהויבן צו ערווארבן א ראמאנטישע באציאונגן,
דער בחור אין מיידל האבן די פאלגענדע וואכן פארגעזעצט צו ארויסגיין אינאיינעם,
און די וואך איז דער שידוך ענדגילטיג געשלאסן געווארן,
דער בחור אין מיידל זענען געגאנגען אויפזוכן דעם פאליסמאן איהם מודיע זיין דער שידוך וואס ער האט אויסגעפירט,
און לאדענען צו זייער ווארט און חתונה,
די געשיכטע איז באריכטעט געווארן מיט סענזאציע און די ניו יארקע צייטונגען,

ברוך הנותן אשה לאיש!

נשלח: דינסטאג אוגוסט 07, 2012 6:28 pm
דורך ניו יארק
ער בעט שדכנות געלט?

נשלח: דינסטאג אוגוסט 07, 2012 6:55 pm
דורך shas
? בילדער פון פרויען

נשלח: דינסטאג אוגוסט 07, 2012 7:22 pm
דורך zurich
גאלד האט געשריבן:פאר בערך 2 חדשים צוריק - אום מיי 23 - האבן א גרופע פרומע אידישע מוידן שפאצירט אויפן קאני איילענג בארד-וואלק,
די מוידן זענען געגאנגען זיך אויסלופטרן ביים ים ברעג, צו פייערן דאס פארענדיגן זייערע לימודים און טורא קאלעדש, שטודירינדיג פסיכלאגיע,
אויפן זעלבן בארד-וואלק - עטוואס ארויפציהר - האבן אויך ארומגעהאנגן א גרופע אינגע אידישע בחורים,
א גויאישער 32 יעריגער ניו יארק סיטי פאליסמאן - אלבערט מענאן - האט אבזערווירט די 2 גרופעס
און מחליט געווען אז פאר זייער זיכערהייט פון די 2 גרופעס וואלט כדאי געווען אז די צוויי זאלן זיך האלטן צוזאמען,
איז ער צוגעגאנגען צו די מענער און זיי גע'עצה'ט זיך צו צאמשטעלן מיט די מיידלעך,
קודם האבן די מיידלעך געצויגן קאלטע אקסלען, און געוויזן אומאינטערעסע
אבער דער פאליסמאן האט נישט נאכגעלאזט און פארלאנגט זיי זאלן זיין אביסל מער העפליך
די אינגען און מוידן האבן אנגעהויבן געמיטלעך שמועסן,
איין מיידל, חוה דן, מיט א בחור מרדכי שטיינמץ האבן אנגעהויבן צו ערווארבן א ראמאנטישע באציאונגן,
דער בחור אין מיידל האבן די פאלגענדע וואכן פארגעזעצט צו ארויסגיין אינאיינעם,
און די וואך איז דער שידוך ענדגילטיג געשלאסן געווארן,
דער בחור אין מיידל זענען געגאנגען אויפזוכן דעם פאליסמאן איהם מודיע זיין דער שידוך וואס ער האט אויסגעפירט,
און לאדענען צו זייער ווארט און חתונה,
די געשיכטע איז באריכטעט געווארן מיט סענזאציע און די ניו יארקע צייטונגען,

ברוך הנותן אשה לאיש!
לינק ביטע

נשלח: דינסטאג אוגוסט 07, 2012 7:27 pm
דורך געפילטע פיש

האט געשריבן לינק ביטע Zurich

נשלח: דינסטאג אוגוסט 07, 2012 8:44 pm
דורך חכם מחוכם

נשלח: דינסטאג אוגוסט 07, 2012 9:21 pm
דורך גאלד
אפדעיט:
דער פאליסמאן איז א פרומער ספרדישער איד, אברהם מאמין, פון סי-געיט ברוקלין

נשלח: דינסטאג אוגוסט 07, 2012 9:33 pm
דורך שמואל הלוי
גאלד האט געשריבן:אפדעיט:
דער פאליסמאן איז א פרומער ספרדישער איד, אברהם מאמין, פון סי-געיט ברוקלין

פרומער?

נשלח: דינסטאג אוגוסט 07, 2012 9:36 pm
דורך גאלד
שמואל הלוי האט געשריבן:
גאלד האט געשריבן:אפדעיט:
דער פאליסמאן איז א פרומער ספרדישער איד, אברהם מאמין, פון סי-געיט ברוקלין

פרומער?

יא, לויט איין קוואל האט ער לעצטנס געענדיגט זאגן קדיש נאך איינער פון זיינע עלטערן

נשלח: דינסטאג אוגוסט 07, 2012 9:39 pm
דורך ניו יארק
גאלד האט געשריבן:
שמואל הלוי האט געשריבן:
גאלד האט געשריבן:אפדעיט:
דער פאליסמאן איז א פרומער ספרדישער איד, אברהם מאמין, פון סי-געיט ברוקלין

פרומער?

יא, לויט איין קוואל האט ער לעצטנס געענדיגט זאגן קדיש נאך איינער פון זיינע עלטערן

ווי איז ער געווען? ביים כינוס? אדער ביים דף היומי סיום?

נשלח: דינסטאג אוגוסט 07, 2012 11:42 pm
דורך קווארטין
מגלגלין זכות ע"י זכאי

נשלח: מיטוואך אוגוסט 08, 2012 12:19 am
דורך דעינעש
שכוח פאר'ן באריכט.
גאלד האט געשריבן:...אבער דער פאליסמאן האט נישט נאכגעלאזט און פארלאנגט זיי זאלן זיין אביסל מער העפליך..
ברוך הנותן אשה לאיש!

קווארטין האט געשריבן:מגלגלין זכות ע"י זכאי

איזער נישט גערעכט געווען..?!?
נוי יארק האט געשריבן:ווי איז ער געווען? ביים כינוס? אדער ביים דף היומי סיום?

לול..

נשלח: מיטוואך אוגוסט 08, 2012 12:36 am
דורך זר זהב
אזא סארט שידוך מאכט מיר באטטער פלייס.
אוי, מי יתן והיה.

נשלח: מיטוואך אוגוסט 08, 2012 12:58 am
דורך דעינעש
דעינעש האט געשריבן:איזער נישט גערעכט געווען..?!?.

מיינעך, ווייל אזוי וועלען די בחורים דינען ווי שומרים פאר די מוידן,
און דער אחריות'דיגער פרומער פאליסמאן וועט האבן געוואונען צוויי [דריי = אפשר גאר שדכנות] זאכן אויף איין שאס, זיין דזשאב ווערט פארפולקאמט, און ער איז רואיגער פאר זייער וואוילזיין אלץ פרומער אחריות'דיגער מצוה מענטש.

נשלח: פרייטאג אוגוסט 10, 2012 3:04 pm
דורך וואוינט אין ב.פ.?
קידושוועט רעי קעלי זיין מסדר קידושין?!!