בלאט 1 פון 1

חיי_חרדים_חשובים

נשלח: זונטאג יוני 07, 2020 10:51 am
דורך טשילער
זיי גייען אנגעטוהן אין שווארץ, זיי זענען די מיינארעטי אין יענע לאנד, זיי לעבן נישט אויפן זעלבן סטאנדארט ווי דעים אלגעמיינעם פאלק, און זיי פארפירן דא און דארט. הלא הם די חרדישע יודן אין ארץ הקודש. מאכט זיך אפט אז זיי פראטעסטירן על דא ועל הא, שטעלן אפילו אפ א גאס אדער צוויי, קומט דאך די פאליציי אריין אין בילד. זייער באהאנדלונג? נישט אלעמאל אזוי פרידליך. חרדים קענען זעהן געשלעפט ווערן אויפן ערד, צושלאגן דורך דעם פערדל'ס פיס, אדער חלילה אפגעהאלטן דורך א "דשארד-פלוירד-מענויווער". יעדער האט שוין געזעהן בילדער פון דעי נישט אזוי באטעמ'טע סצענעס. ס'איז העכסט צייט פאר א מאסן דעמאנסטראציע פאר #חיי_חרדים_חשובים. אלעס האט א שיעור. ניין?

בילד