בלאט 1 פון 1
היימישע יידן מאכן קידוש השם פראטעסטירן פאר שווארצע לעבנס
נשלח: זונטאג יוני 07, 2020 4:14 pm
דורך mevakesh
ווען עס איז דא אן אויפשטייג פון אנטיסימיטישע אטאקעס הערט זיך רופן ווי זענען אונזערע שכנים צו פארדאמען די אטאקעס און מיטשטיין מיט אונזער געשריי
דעם ווינטער איז טאקע געווען גוט צו זעהן אז א גרויסע אלגעמיינע עולם איז ארויס געקומען פראטעסטירן צוזאמען מיט יידן אנטקעגן די אנטיסעמיטיזם וואס האט געמארדעט יידן
יעצט ווארעמט דאס הארטץ צו זעהן ווי אין אפאר געגענטער זענען פרומע יידן ארויסגעקומען מיטשרייען מיט די שווארצע שכנים איבער די פאליציי ברוטאליטעט וואס זיי גייען אריבער
דא איז באריכטעט איבער טיענעק און
דא איבער קראון הייטס
אנשטאט שרייען איינער קעגן צווייטן איז שיין צו זעהן ווי די אידישע געמיינדע ווייזט ארויס מיטלייד פאר אירע שכנים
נשלח: מאנטאג יוני 08, 2020 5:40 pm
דורך berlbalaguleh
מבקש: ס'איז טאקע א שיינע זאך און ס'ווארעמט דאס הארץ צו זעהן ווי אידן שטייען אין סאלידאריטעט און זיי ווייזן ארויס עמפאטיע מיט די אפרא אמעריקאנער באפעלקערונג.
נאר די אידן זענען נישט קיין ניי געקומענע גרופ צו קעמפן פאר די ציוויליע רעכטן פון א צווייטע גרופ. אין די 1960' ער יארן, ווען מארטין לוטער קינג איז ארומגעפארן אין א סאך שטעט און האט מארשירט פאר ציוויליע רעכטן פון די ..."ניגראעס"...אזוי האט מען זיי דאמאלס גערופן. האבן די אידישע ליבעראלע פיהרערס פארנומען דעם אויבן אן. דער קאנסערוואטיווער ראביי און פראפעסאר, אברהם יהושע העשל (אן אייניקל פון אפטער רב) איז אייביג געגאנגען אין שפיץ פון די מארשירערס. וואס נישט אייביג האבן זיי באקומען א פריינטליכן קבלת פנים. ספעציעל אין די סאוטה. אויך אויף דעם לעגאלן פראנט און אין די אוניווערזיטעטן זענען די אידן געווען פון די הויפט קעמפערס פאר די רעכטן פון די שווארצע באפעלקערונג.
און וואס האבן די טונקלע באפעלקערונג אלס גרופ צוריקגעצאלט פאר די אידן. זיי זענען געהעצט געווארן דורך אזעלכע געמיינע און נידריגע באשעפענישן און קרימינאלן ווי פארראקהאן, ימ"ש. און אל שארפטאן. און נאך אזעלכע נידערטרעכטיגע דעמאגאגן. און אלס רעזולטאט האטציך שטארק פארמערט דאס אנטיסעמיטיזם ביי זיי ...!
Re: היימישע יידן מאכן קידוש השם פראטעסטירן פאר שווארצע לעבנס
נשלח: דינסטאג יוני 09, 2020 12:51 am
דורך אריה
אין יוני 1964 זענען דריי ציווילע רעכטן אקטיוויסטן פארכאפט און דערמארדעט געווארן דורך די KKK.
צוויי פון זיי ענדרו גודמאן און מיקי שווערנער זענען געווען אידן, הי"ד.
https://en.m.wikipedia.org/wiki/Murders ... _Schwerner
נשלח: דינסטאג יוני 09, 2020 1:25 am
דורך תנא קמא
.
נשלח: דינסטאג יוני 09, 2020 1:25 am
דורך תנא קמא
.
נשלח: דינסטאג יוני 09, 2020 1:31 am
דורך תנא קמא
/
נשלח: דינסטאג יוני 09, 2020 1:32 am
דורך תנא קמא
/
נשלח: דינסטאג יוני 09, 2020 2:31 am
דורך תנא קמא
.
נשלח: דינסטאג יוני 09, 2020 3:04 am
דורך תנא קמא
.
נשלח: דינסטאג יוני 09, 2020 5:18 pm
דורך berlbalaguleh
תנא קמא: זייער שיין. ייש"כ. איך האב מורא אויב איך וועלל דיר געבן א לייק פאר א יעדן פאוסט, וועלל איך אויסלויפן פון לייקס...!
נשלח: מיטוואך יוני 09, 2021 10:31 am
דורך berlbalaguleh
תנא קמא: אין א וועג זעמיר אונז (די אידן אלס גרופ) אין א סיטואציע פון ..."בין פטיש לסדן"...! ווייל די ווייסע ראסיסטישע גרופס וועלכע דיסקרימינירן אקעגן די שווארצע אזוי ווי די קו קלוקס קלען זענען אין די זעלבע צייט אויך גרויסע אנטיסעמיטן. פון די אנדערע זייט די שווארצע (אלס גרופ. כ'רעד נישט פון יחידים). צאלן אונז צוריק פאר אונזער גוטסקייט מיט זיין די גרעסטע אנטיסעמיטן און אידן האסערס. א סאך מער ווי די עוורידזש ווייסע אדער היספאנישע באפעלקערונג. ספעציעל די מערסטע פון זייערע פיהרערס אזוי ווי פארראקהאן אדער על שארפטאן, ימ"ש. ניין. דזשעסי דזשקסאן איז נישט קיין אנטיסעמיט...!
איי ס'האטציך בשעתו געטומלט איבער זיין ..."היימי טאון"... קאמענט. דאס איז געווען מער הומאריסטיש ווי אנטיסעמיטיש. נאר די אידישע ..."ארגאניזאציעס"... וועלכע דארפן שטיין אויף אונזערע רעכטן האבן געמאכט דערפון צו א גרויסן עסק. מער ווי ס'האט אויסגעפעהלט...! זיי האבן אויך נישט פיינט פאבליסיטי...!
נשלח: מיטוואך יוני 09, 2021 10:57 am
דורך אישתישבי
ר' בערל
איין שווארצע צו הונדרעט שווארצע וואס האבען אידען מאכט עס נישט ריכטיג אז אידן זאלען האסען אלע שווארצע.
און דאס זעלבע פארקערט, ווייל ר' בערל איז א שווארצע האסער מיינט נישט אז שווארצע דארפען האסען אלע אידן ַ
וואס יא?
ווען אונז אלס אידן וועלען וואס מער ארויסווייזן אהבה צו אנדערע "סארט" מענטשן, זאל עס זיין אראבער שווארצע צו סתם גוים, און ווען הכנעה צו אנדערע מענטשן, איז דא צו האפען אז זיי וועלען טוהן דער זעלבע און אונז אויפהערן פיינט צו האבן.
נשלח: מיטוואך יוני 09, 2021 3:18 pm
דורך berlbalaguleh
אישתישבי: דו ביסט נישט גערעכט. ווייל את"ל אז איך בין א שווארצ-האסער. וואס איז נישט ריכטיג. איז עס נאר אין רעאקציע צו זייער ארויסווייזן האס און שנאה ביי א יעדע געלעגנהייט. צי ס'קומט פון קנאה ווייס איך נישט. אבער די פאקטן ווייזן אז רוב שווארצע האבן פיינט אידן...!
אויך. דיין סטעיטמענט אז אויב אונז וועללן ארויסווייזן אהבה צו שווארצע און אראבער וועללן זיי מער נישט פיינט האבן אידן. דאס איז זייער שטארק נאאיוו. און אויך א טעות...! ליין א ביסל די אידישע היסטארי. וואס אידן אלס יחידים און אויך אלס גרופ האבן געטון צו קעמפן פאר די רעכטן פון די שווארצע באפעלקערונג. און וואס האבן זיי אונז צוריקגעצאלט...שנאה שנאה.. און נאכאמאל שנאה און האס...!... און רציחה... קראון הייטס (וואס איז נאר איינס פון א סאך עקזעמפלס) יוכיח...!
נשלח: מיטוואך יוני 09, 2021 7:14 pm
דורך ליב צו וויסן
אישתישבי האט געשריבן:ר' בערל
איין שווארצע צו הונדרעט שווארצע וואס האבען אידען מאכט עס נישט ריכטיג אז אידן זאלען האסען אלע שווארצע.
און דאס זעלבע פארקערט, ווייל ר' בערל איז א שווארצע האסער מיינט נישט אז שווארצע דארפען האסען אלע אידן ַ
וואס יא?
ווען אונז אלס אידן וועלען וואס מער ארויסווייזן אהבה צו אנדערע "סארט" מענטשן, זאל עס זיין אראבער שווארצע צו סתם גוים, און ווען הכנעה צו אנדערע מענטשן, איז דא צו האפען אז זיי וועלען טוהן דער זעלבע און אונז אויפהערן פיינט צו האבן.
די היינטיגע אנגענומענע מיינונג ביי די (לינקע) שווארצע גאס איז אז זיי זענען דורי דורות וויקטימס און דערפאר קענען זיי טוהן (כמעט) וואס זיי ווילן..
(הכנעה) [רעספעקט] איז זייער א גוטע זאך, אבער ליידער איז די היינטיגע פראבלעם פיל ערגער.
נשלח: דאנערשטאג יוני 10, 2021 12:47 am
דורך תרמב
די אידן וואלטן אויך געקענט נעמען די צוגאנג פון שרייען אונז זענען וויקטימס, מ’האט אונז אויך גערודף’ט אלע יארן אבער מ’קומט נישט אן אין ערגעץ מיט דעם, מ’וועט אויסקוקן ווי די פאלעסטינער וואס זיצן אין די קעמפס פאר איבער זיבעציג יאר.
נשלח: דאנערשטאג יוני 10, 2021 8:15 pm
דורך berlbalaguleh
תרמב: אונז זענען שוין לענגער ..."וויקטימס"...! נאך פון ווען אונזערע עלטערן האבן שווער געארבעט אין מצרים...לאל.
נשלח: דאנערשטאג יוני 10, 2021 8:57 pm
דורך תרמב
פון ווען לוט האט זיך געשלאגן מיט אברהם
נשלח: דאנערשטאג יוני 10, 2021 9:02 pm
דורך אייראפעישער חסיד
פון ווען נוח האט געבויט זיין תיבה!
נשלח: פרייטאג יוני 11, 2021 7:38 pm
דורך berlbalaguleh
תרמב האט געשריבן:פון ווען לוט האט זיך געשלאגן מיט אברהם
תרמב: דזשאסט פאר דהע רעקארד'. לוט האטציך נישט געשלאגן מיט אברהם. זיי האבן זיך צוטיילט אלס גוטע פריינט...!