בלאט 1 פון 1

גאט העלף! בלומבערג איז עט איט עגען!

נשלח: דינסטאג אוגוסט 07, 2012 6:38 pm
דורך גאלד
דער משוגענער האט יעצט מחליט געווען אז מ'גייט נערווירן די פרויען וואס ווילן נישט זייגן די קינדער נאר ווילן געבן פארמולעס,
דער פלאן לויטעט, נאך וואס דאס קינד איז קוים ארויס לאויר העולם, די מאמע ליגט א שמאטע אין בעט, חרוב נחרב,
גייט מען זיך נעמען האלטן שטרענגע דרשות פאר די מאמע מסביר זיין פארוואס פארמולע טויג נישט
און זי וועט מוזן זאגן א גוטע תירוץ פארוואס זי וויל נישט זייגן און אונטערשרייבן א צעטיל,

צידרייטער בלומבערג קריך אראפ פון אונז!!!

לאז אונז זויפן וויפיל קאוקע קאלע אונז גליסט,
לאז אונז עסן וויפיל זאלץ אונז גליסט,
שטיפ נישט אריין דיין פארגרעבטע מיאוסער פנים און אונזער הייליגער פראקטיס פון ברית מילה
און לאז מנוחה די קראנקע יולדות,

איך בין בטוח ווען בלומבערג איז ווען נישט א ביליאנער וואלט מען איהם נאכגעווארפן אראנדש שולעכטס אויפן גאס

נשלח: דינסטאג אוגוסט 07, 2012 6:53 pm
דורך real jew
ער מיינט אז ער איז געווארען א רב (אדער א דיין) מען דארף איהם דערמאנען אז ער איז סך הכל די MAYER פין א אידשער NEW YORK . אין אויב וויל ער האבין די כח צי אסר'ן מיז ער ציקימען צי די רבנים

נשלח: דינסטאג אוגוסט 07, 2012 8:19 pm
דורך ניו יארק
ס'איז שרעקעדיג צו טראכטן וואס זיין נעקסטע 'אויפטו' וועט זיין... ווער קען זיך דען אויסרעכענען וואס זיינע צודרייטע משוגעת'ן וועלן זיין.
איך מיין אז ער וואלט זיך ווען געקענט לערנען ביי קאדאפי ווי מען אזוי איז א נארמאלער מענטש, בלומבערג קען זיך פארשטעקן פאר אים.

נשלח: דינסטאג אוגוסט 07, 2012 8:28 pm
דורך יידל
גאלד, טרייבסט אביסל איבער, אבער איך בין מסכים אז די לעטש אן ניו יארק איניציאטיוו איז נישט אין פלאץ.

נשלח: דינסטאג אוגוסט 07, 2012 8:48 pm
דורך פראפעסאר שפירא
דער בלומבערג ברויך א גוטען דאקטער,
טאמער א דאקטער קענעם נאך העלפען,

געלט האט ער, ער ווייסט נישט וואס צי טוהן דערמיט, אבער ער איז נעבעך נישט געזונט, אין די געלט קענעם נישט העלפען,

נשלח: מאנטאג אוגוסט 13, 2012 3:19 pm
דורך קורץ און שארף
אן קיין ספק אז דער בלומבערג איז דא מיט זיינע גזירות ווייל ער ווייסט אז ער קען נישט לויפן נאכאמאל פאר א פערטע טערמין.

איז נישטא א וועג אים צו אומפיטשן?

נשלח: מאנטאג אוגוסט 13, 2012 3:22 pm
דורך נפתלי
real jew האט געשריבן:ער מיינט אז ער איז געווארען א רב (אדער א דיין)

נשלח: מאנטאג אוגוסט 13, 2012 11:09 pm
דורך געפילטע פיש
נא! בילדער פון פרויען, מוחה!

נשלח: דינסטאג אוגוסט 14, 2012 10:20 am
דורך קאווע טרינקער
וואו איז שיטה מקובצת, ער האט אין אן אנדערען אשכול אזוי שיין מסביר געווען ווי שטארק בלומבערג זארגט זיך פאר'ן וואוילזיין פון אידישע קינדער,
זאל ער דא אויך נעמען די פעדער אין הענט אריין לטובת בלומבערג.

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 22, 2012 1:46 pm
דורך מיקוה נייעס
וואס איז געווארן מיט די געזעץ ?

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 22, 2012 1:54 pm
דורך יידל
מיט וועלכע?

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 22, 2012 1:55 pm
דורך מיקוה נייעס
גאלד האט געשריבן:דער משוגענער האט יעצט מחליט געווען אז מ'גייט נערווירן די פרויען וואס ווילן נישט זייגן די קינדער נאר ווילן געבן פארמולעס,
דער פלאן לויטעט, נאך וואס דאס קינד איז קוים ארויס לאויר העולם, די מאמע ליגט א שמאטע אין בעט, חרוב נחרב,
גייט מען זיך נעמען האלטן שטרענגע דרשות פאר די מאמע מסביר זיין פארוואס פארמולע טויג נישט
און זי וועט מוזן זאגן א גוטע תירוץ פארוואס זי וויל נישט זייגן און אונטערשרייבן א צעטיל,

צידרייטער בלומבערג קריך אראפ פון אונז!!!

לאז אונז זויפן וויפיל קאוקע קאלע אונז גליסט,
לאז אונז עסן וויפיל זאלץ אונז גליסט,
שטיפ נישט אריין דיין פארגרעבטע מיאוסער פנים און אונזער הייליגער פראקטיס פון ברית מילה
און לאז מנוחה די קראנקע יולדות,

איך בין בטוח ווען בלומבערג איז ווען נישט א ביליאנער וואלט מען איהם נאכגעווארפן אראנדש שולעכטס אויפן גאס

פון די געזעץ רעד איך