בס"ד
א גוטן טייערע חבירים וידידים!
די וואכעדיגע פרשה הייבט זיך אָן מיט די מצוה פון אָנצינדן די מנורה אין בית המקדש. דער באשעפער זאגט פאר משה רבינו ער זאל רעדן צו אהרן און אים הייסן אז ער זאל אָנצינדן די מנורה, אלע ליכט זאלן ברענען צו דער זייט פון דעם מיטלסטן ליכט: דַּבֵּר אֶל אַהֲרֹן וְאָמַרְתָּ אֵלָיו בְּהַעֲלֹתְךָ אֶת הַנֵּרֹת אֶל מוּל פְּנֵי הַמְּנוֹרָה יָאִירוּ שִׁבְעַת הַנֵּרוֹת: וַיַּעַשׂ כֵּן אַהֲרֹן אֶל מוּל פְּנֵי הַמְּנוֹרָה הֶעֱלָה נֵרֹתֶיהָ כַּאֲשֶׁר צִוָּה ה' אֶת משֶׁה: - משה רבינו געבט איבער פאר אהרן דעם מצוה פון אָנצינדן דעם מנורה און אהרן איז טאקע מקיים דעם מצוה, און ווי רש"י זאגט, אהרן האט גארנישט משנה געווען און געטון פונקטליך ווי דער אויבערשטער האט געהייסן.
ווי באקאנט זענען די ווערטער פון רש"י הקדוש (מדרש תנחומא) למה נסמכה פרשת המנורה לפרשת הנשיאים לפי שכשראה אהרן חנוכת הנשיאים חלשה אז דעתו שלא היה עמהם בחנוכה לא הוא ולא שבטו אמר לו הקב"ה חייך שלך גדולה משלהם שאתה מדליק ומטיב את הנרות - פארוואס שטייט די פרשה פון די מנורה נעבן די פרשה פון די נשיאים, ווייל ווען אהרן האט געזען ווי די נשיאים האבן מחנך געווען דעם בית המקדש, האט אים וויי געטון אז ער און זיין שבט לוי איז נישט געווען דערביי, האט דער באשעפער געזאגט, דיין אויפגאבע איז גרעסער פון זייערס, ווייל דו צינדסט אָן די ליכט אין בית המקדש.
ווי נאר מען לערנט די ווערטער פרעגט זיך, ווי קען זיין אז אהרן הכהן וואס איז געווען דער אוהב שלום ורודף שלום זאל האבן א חלישות הדעת אז זיי האבן געהאט א טייל אין די חנוכת המשכן, און ער האט נישט געשפילט קיין ראלע דערין?
די שאלה גייט א טריט טיפער. עס שטייט אין מדרש בנוגע דעם ענין פון הדלקת המנורה: אמאל איז געווען א קעניג וואס האט געהאט א גוטער פריינט וואס האט אים שטארק ליב געהאט. איין טאג האט דער מלך איינגעמאָלדן פאר זיין פריינט אז ער וויל קומען צו אים אין שטוב אריין עסן דארט א סעודה, און ער זאל מוחל זיין אָנגרייטן פאר אים וואס ס'פעלט זיך אויס. דער חבר פונעם קעניג איז געגאנגען מיט פרייד און אהערגעשטעלט פון אלעם גוטן, אבער לויט זיינע השגות… ער האט צוגעגרייט א פשוט'ער טיש, א בענקל, א פשוט'ער לייכטער, אזויווי געווענליכע מענטשן נעמען אויף איינער דעם אנדערן.
ווי נאר דער קעניג איז געקומען צו גיין צו אים אין שטוב אריין, באמערקט דער פריינט פונעם קעניג אז עס זענען מיטגעקומען אסאך משרתים, און זיי לייגן אויס הערליכע און טייערע מנורות פון אלע זייטן וואו דער קעניג וועט נאר אדורכגיין. ס'איז אים תיכף שלעכט געווארן, ער האט געזען אז ער איז באגאנגען א טעות מיט'ן זיך איינרעדן אז זיינע איינפאַכע כלים זענען פאַסיג אויפצונעמען דערמיט א קעניג. און ער איז שנעל אריינגעלאפן אין שטוב אריין און א כאַפ געטוהן אלעס וואס ער האט אנגעגרייט, און ער האט עס שנעל באהאלטן כדי ער זאל זיך נישט דארפן שעמען פונעם קעניג. ווען דער קעניג קומט אריין און ער געפינט גארנישט צוגעגרייט, פרעגט ער פונעם בעל אכסניא, "וואס האט פאסירט מיט אונזער אָפּמאַך אז איך קום צו דיר עסן?" דער פריינט האט געענטפערט מיט בושה אז ווי נאר ער האט געזען דעם גרויסן כבוד וואס מ'גיבט אָפ פאר א קעניג, האט ער תיכף ומיד פארשטאנען אז זיינע כלים זענען בכלל נישט ראוי דערצו, און דעריבער האט ער זיי באהאלטן. זאגט אים דער קעניג, "איך שווער אז פון מיין גרויס ליבשאפט אינטערעסירט מיר נישט די אלע כלים וואס מ'האט מיטגעברענגט פאר מיר פונעם פאלאץ, און כ'וויל דווקא יא עסן אין דיינע כלים!"
מיט דעם משל ערקלערט דער מדרש דעם ענין פון די הדלקת המנורה אין בית המקדש. דער רבונו של עולם האט דאָך אלע ליכטיגקייטן אין די וועלט, אבער מיט דעם אלעם, לאזט ער אלעס איבער און וויל דווקא אונזער עבודה אויף די וועלט, דער משכן, די מנורה, און דאס ברענגט השראת השכינה ביי כלל ישראל.
פון צווישן די שורות פונעם משל דערהערט מען אז אהרן הכהן האט זיך ווי געשעמט צוצוגרייטן די מנורה, ביז הקב"ה האט געזאגט קלאָר אז דוקא דאס איז דער רצון ה'. יעצט פרעגט זיך, אויב אהרן שעמט זיך און שפירט אז ער איז נישט ראוי צו זיין דער וואס איז מקיים דעם מצוה פון אנצינדן דעם מנורה, ווי שטימט עס מיט דעם אז אהרן האט געהאט חלישת הדעת פארוואס ער איז נישט געווען א חלק פון די נשיאים?
סוף פרשה טרעפן מיר א פלא'דיגע געשעעניש, די פרשה פון די מתאוננים. דער פסוק דערציילט ווי דאס פאלק האט זיך אפגערעדט אז זיי האבן נישט קיין גוטע עסן. זיי האבן געוויינט אז אין מצרים האבן זיי געגעסן פיש און מעלאנע און אנדערע גוטע זאכן, און יעצט שפירן זיי זיך אויסגעטריקנט און מ'מוז צוקומען צו די מן. דער עולם האט פארלאַנגט פיינע פלייש, און ווי עס האט טאקע פאסירט איז געקומען פון הימל די שליו, די פויגלען וואס דער עולם האט געכאפט און געגעסן. אבער ליידער האט זיך דאס נישט אויסגעלאזט גוט.
ווי נאר מען לערנט די פסוקים פרעגט זיך, ווי קען זיין אז די אידישע קינדער זאלן אריינפאלן אין אזא סארט שווערע מצב פון גלוסטן פאר פלייש, פון זאגן אז מיר געדענקען די גוטע מאכלים פון מצרים? מען רעדט דאך פון א הייליגע דור דעה, א הייליג פאלק וואס איז נאכגעגאנגען הקב"ה אויף טריט און שריט. וואס איז דא פלוצלינג געשען? בפרט ווען מיר זעען און לערנען די לשונות פון דער הייליגער רבי פון כלל ישראל צו הקב"ה, לָמָה הֲרֵעֹתָ לְעַבְדֶּךָ וְלָמָּה לֹא מָצָאתִי חֵן בְּעֵינֶיךָ לָשׂוּם אֶת מַשָּׂא כָּל הָעָם הַזֶּה עָלָי. ווי ס'געדענקט זיך האבן די אידישע קינדער זיך אָפגערעדט גלייך נאָך קריעת ים סוף וַיִּלֹּנוּ הָעָם עַל משֶׁה לֵּאמֹר מַה נִּשְׁתֶּה. אבער דארט טרעפן מיר נישט אז משה רבינו זאל זיך אויסדריקן מיט אזעלכע לשונות.
פארשטייט זיך אז מיר רעדן פון די הייליגע דור דעה, מיר האבן נישט קיין השגה אין די אלע טיפע ענינים, נאר אויף אונזער מדריגה אלעס מיטן ציל בעזר ה' ארויסצונעמען די ריכטיגע חיזוק און הדרכה פאר'ן טאג טעגליכן לעבן.
ס'איז שוין היינט שטארק פארשפרייט צו הערן שמועסן בנוגע חיזוק און שטארקייט, זיך האלטן פאַזיטיוו, נישט זיין צובראכן און אזוי ווייטער. אבער צומאל פארגעסט מען צו שמועסן פון 'הצלחה', ווען דער מענטש שטארקט זיך שוין און ער האלט שוין ביים דורכפירן א ציל און אנקומען צום תכלית! נו, וועט איר פרעגן, וואס איז דא צו שמועסן בנוגע הצלחה – אז איינער האלט שוין ביים מצליח זיין איז ער דאך שוין אנגעקומען, ער דארף שוין נישט קיין חיזוק, ווען ס'איז הצלחה פארהאן איז שוין אלעס גוט? הלואי!
דער אמת איז אז מיר האבן אלע אינערליך א געוויסע פלאץ וואס האט א שטארקע פחד און שרעק פון די אייגענע הצלחה. מיר אלע האבן נקודות וואס לאָזט אונז נישט גיין צו א גאנצע נייע פלאץ, צו דערגרייכן און אָנקומען וואו מען וויל, און ווערן א אמתע מוצלח. א "פחד פון הצלחה", ווי מאדנע עס הערט זיך, איז צומאל אונזער גרעסטע אָפהאַלט.
דער מענטש אינערליך האט א שטארקע פחד פון יעדן טויש. דער הווה איז זיכער פאר אים, דער טויש איז שוין נישט אזוי קלאר. דער מענטש פרובירט זיך אָנכאַפן אין דאס יעצטיגע און ער האט א שטארקע שרעק פון טוישן דעם מצב. מען זאגט נאך פון גרויסע מענטשן אז "ס'איז גרינגער פאר'ן מענטש אדורך צו פאלן ווי צו זיין א מוצלח." ווייל דעם יעצטיגן מצב קענען מיר, אבער דער נייער אומבאקאנטער פלאץ טוט אונז כסדר שרעקן.
צומאל כאַפן מיר זיך נישט אז כדי מיר זאלן זוכה זיין צו אַן אמת'ע השפעה דארפן מיר געבן דעם שפרינג, ווי מיר טרעפן ביי אברהם, הקב"ה הייסט אים לך לך מארצך, און ווי עס שטייט אין מדרש: כאן אי אתה זוכה... דא קענסטו נישט האבן קיין קינדער, אבער איינמאל דו גייסט אוועק וועסטו זוכה זיין צו א גרויס פאלק און אויפשטעלן דעם עם הנבחר. דוקא אין דעם נייעם פלאץ ליגט די גאנצע הצלחה. אברהם איז געגאנגען אין די טונקל, ער האט גענומען די קוראזש נאכצוגיין די וועגן וואס הקב"ה האט אים געשיקט און דערנאך איז ער געווארן דעם אב המון גויים.
לאמיר אביסל אויסשמועסן פראַקטיש: א אינגערמאן וויל אמאל זיך אריבער ציען צו א צווייטע שטאט, עס קען זיין אז ס'איז אים אזוי קלאר אויף א הונדערט פראצענט אז דאס איז די ריכטיגע זאַך און ס'איז בכלל נישט קיין שאלה. ער האט שוין גערעדט מיט יעדן ערליכע איד, יעדן בראָקער, זיינע קינדער זענען שוין אפילו אָנגענומען אין די מוסדות, אלעס איז מסודר, אבער ביים לעצטן מינוט קומען אונטער אויסטערלישע מאָדנע תירוצים און סיבות. יעצט איז נישט די צייט, מען קען נישט, עס לוינט זיך נישט, מ'וועט שוין פאָרן שפעטער, נעקסטע יאָר, נעקסטע קידוש החמה, און אזוי ווייטער. דער מענטש ווייסט קלאָר ביי זיך אז ס'האט נישט קיין גוטע הסבר, אבער דאך האלט ער זיך אָפ פון נעמען דעם טויש ווייל ער האט מורא פון דעם טויש, ער האט מורא פון זיין אייגענע הצלחה!
דאס זעלבע פאסירט צווישן די ווענט פון ישיבה, כולל, בית המדרש און ארבעט/אפיס. אזוי פיל מאַכט זיך אז מיר ווייסן מיט א קלארקייט אז ס'פארלאנגט זיך אז מיר זאלן געבן א שפרינג, אונטערנעמען א טויש, ארויסגיין אדער אריינגיין, ענדיגן א קשר מיט דעם אדער אָנפאנגען א קשר מיט א צווייטן, און אזוי ווייטער. אבער כאטש מיר ווייסן קלאר אז 'כאן אי אתה זוכה', אין דעם פלאץ אדער מיט די חברים קען איך נישט שטייגן, דאָך מאכן מיר נישט קיין טויש, ווייל ס'איז פשוט באקוועמער דא, ס'איז פשוט גרינגער אויף די מינוט צו בלייבן זיצן אויף דעם פלאץ, און אפשר אפילו טראכט מען הינטער'ן באוואוסטזיין אז ס'לוינט זיך צו בלייבן א דורכפאל אבי נישט צו דארפן אָנהייבן א נייע זאַך, און צומאל צוליב דעם קליינעם פחד האלטן מיר צוריק די גרעסטע הצלחות פון אונזער לעבן.
אויב איינער זאל אונז פרעגן גאנצע פיר חדשים צוריק: שטעל דיך פאָר א וועלט וואו טאטעס זיצן אינדערהיים טעגליך און פארברענגען מיט זייערע קינדער, א וועלט וואו מען לויפט נישט און מען קויפט נישט א יעדע סעקונדע, א וועלט וואו שטיבער זענען א פלאץ וואו מען פארברענגט טעגליך, א וועלט וואו שמחות זענען פשוט און באשיידן, מען קען ארויסגיין אין חצר און מאכן א חתונה, א וועלט וואו 'שאַפינג' איז נאר א מציאות צו קענען אָנטון די קינדער אבער נישט א חלק פון אונזער לעבנסשטייגער, א וועלט וואס מען דארף נישט לעבן פאר'ן שכן 24 שעה א טאג... מיר וואלטן געשפרינגען און געזאגט: הלואי איז פארהאן אזא מציאות, אבער ס'איז א חלום וואס קען נישט פאסירן אין די ווירקליכקייט.
אבער טייערע ברידער און שוועסטער, אט דאס האט אונזער טייערער טאטע אונז געגעבן, (ס'איז ליידער געקומען מיט ביטערע יסורים און שוועריגקייטן ה"י), אבער דערמיט האבן מיר באקומען טעג וואס די וועלט האט זיך בארואיגט פון די טעגליכע געלויף, טעג וואס מיר האבן זיך פארבינדן מיט אונזערע קינדער, טעג וואס מיר האבן געלעבט באשיידן און איידל, און פלוצלינג ווי נאר ס'פאנגט אָן אוועק צו גיין לויפן מיר צוריק צום אלטן, מען הערט גאָר די שפראַך "די חתונה נעכטן איז געווען ממש ווי פאר קאראנע – ס'האט זיך גארנישט דערקענט." ווי קען דאס זיין? מ'האט דאך שוין געזען אז ס'איז א מעגליכקייט צו פירן א מער פנימיות'דיגע באשיידענע לעבנסשטייגער, און מיר שמועסן דאך אז יעדער וואלט געוואלט פירן אזא לעבן, איז וואס האלט אונז אפ?
דער תירוץ איז ווי דערמאנט, ווען הצלחה און טויש ליגט שוין ממש ביי אונזערע הענט, האבן מיר אזוי מורא דערפון אז מיר לויפן גאר שנעל צוריק צום אלטן, ס'איז עפעס וואס מאכט אונז שפירן אזוי פארלוירן און אנדערש און דערויף זענען מיר נישט גרייט. איך האב דעם בילד פאַר די אויגן פון א חתונה אין דעם זאל מיט דעם שפילער און זינגער, און דאס איז עס, ברענג מיר נישט עפעס אנדערש... איי, דו ביסט דאך אליינס מודה אז יענע מהלך איז פיל בעסער, אידישליך און פראַקטיש? אבער ס'פארלאנגט צו אריבערגיין אין א נייע וועלט פון הצלחה, וואו אוממעגליכע זאַכן ווערן מעגליך, און דאס קען נישט דער מוח טאלערירן און דער נפש פרובירט עס צו באקעמפן.
דער מציאות איז אז צו וואַקסן דארף מען שפרינגען, מען מוז זיך אריינלייגן אין אומבאקוועמע מצבים, נישט מורא האבן פון א שינוי מקום אדער שינוי השם. אז מיר וועלן כאפן א בליק אויף סיי וועלכן מוצלח וועלן מיר באמערקן אז אלע פון זיי האבן נישט געהאט קיין שום פחד פון שפרינגען פון איין זייט וועלט צום צווייטן. מען איז געגאנגען פון בבל קיין ארץ ישראל, פון חורבן אייראפע קיין דרום אמעריקע און דערנאך קיין קאנאדע, פון דער ליטא צו דער וועלט פון חסידות, און אזוי ווייטער.
מען זאגט נאך פון א מחנך אַן אינטערעסאנטע נקודה. מיר זענען געוואוינט צו שמועסן און רעדן אסאך פון "קוראזש", ווי וויכטיג ס'איז צו האבן קוראזש און מוהט צו טון די ריכטיגע זאך. אבער ס'איז זייער זעלטן אז מיר זאלן שמועסן פון דעם נקודה פון סענסיטיוויטעט, אדער ווי מען רופט עס אויף ענגליש vulnerability. צומאל לערנען מיר אונזערע קינדער שטארקקייט און קוראזש, אבער צו די זעלבע צייט זאגן מיר כסדר אויף טריט און שריט: שעפעלע, גיב אכטונג, גיי נישט דא, קוק נישט אהין, טו נישט דאס, טו נישט יענץ, וואס גייסטו טון, וואס וועט זיין...
אויב ווילן מיר זיך אָנפילן מיט קוראזש, אויב ווילן מיר אז אונזערע קינדער זאלן זיין געבויעט מיט שטארקייט, דארפן מיר אויסלערנען זיך און אונזערע קינדער צו זיין גרייט אדורכצופאלן, צו זיין גרייט אריבער צו גיין די שוועריגקייטן וואס קומט מיט שטייגן און הצלחה, צו זיין גרייט צו שפירן פארלוירן און צומישט ביים אנקומען אויף א נייע ארט אדער א נייע מצב, און זיך שטארקן אז אט דארט ליגט באהאלטן אונזער הצלחה.
הצלחה טראָגט מיט זיך אַן אחריות. יעדן טויש וואס מיר נעמען, יעדעס מאל וואס מיר רוקן זיך, יעדעס מאל דער מענטש נעמט קוראזש און געבט א שפרינג, איז פארהאן א צד פון נישט מצליח זיין. ווען מיר רעדן פון זיך שטארקן און זיך מחזק זיין, פארגעסן מיר אָפטמאל צו דערמאנען אז יעדעס מאל א מענטש פרובירט זיך צו שטארקן, איז דא א מעגליכקייט אז ער וועט דורכפאלן, און עם כל זה דארף ער עס טון. מיר פארגעסן צו זאגן "אז שטייגן קומט מיט א שווערע פרייז, פון אומבאקוועמליכקייטן, פון שפלות, פון זיך ארויסשטעלן און זיין גרייט צו כאַפן בושות, אדער זיך אריינלייגן אין פרישע פראבלעמען. נאר וואס דען, צו זיין א מוצלח דארף מען זיין גרייט צו נעמען דעם ריזיקע."
אבער באמת איז דאס נאך טיפער ווי דעם. דער אמת'ער מוצלח ווייסט אז דאס עצם שפרינגען, דאס עצם פרובירן, דאס איז טאקע מיין הצלחה, און דערפאר האט ער נישט קיין פחד פון א דורכפאל. מען זעט אמאל אז אפילו די גרעסטע סוקסעספולע מענטשן קענען אונטערנעמען א פראיעקט, זיי גייען אריין מיט א פעסטן שטארקייט, און... מען פאַלט דורך. אויב האַנדלט זיך פון אַן אמת'ער שטארקער און אויסגעבויטער מענטש, וועט ער זיך קורצליך דערנאך אויפהייבן און אָנפאַנגן פריש. א טאג שפעטער וועט ער שוין ווייטער ארומלויפן זוכן א נייע זאַך אויפצוטאן, ווייל ער פארשטייט "אז די גרעסטע דורכפאל איז איינער וואס טוט גארנישט צוליב פחד פון דורכפאלן, און די גרעסטע הצלחה איז איינער וואס פרובירט מיט א שטארקייט און זיכערקייט אויסצופירן זיינע שאיפות".
א יונגערמאן איז געווען ביי א סיום הש"ס, און ביים ארויסגיין איז ער געווען מורא'דיג נתרגש אז אזויפיל אידן האבן געענדיגט ש"ס. ביים ארויסגיין האט אים א חבר געזאגט, נו אפשר ווילסטו אויך אָנהייבן ש"ס מיט'ן ציל צו ענדיגן? דער יונגערמאן האט אבער געקווענקלט, עה, וואס איז שייך, איך וועל ענדיגן ש"ס, נישט מעגליך. אבער זיין חבר האט אים געהאַלטן אין איין שטופן און געזאגט, "אדרבה, זאלסט נישט בלויז לערנען אליינס נאר זאג א שיעור אין ש"ס." דער יונגערמאן האט אים אָנגעקוקט פון די לבנה אַראָפגעפאַלן, וואו זאל איך זאגן א שיעור? פאר וועמען? אבער ס'איז אים אריין אין קאָפ.
צוויי טעג שפעטער האט דער חבר אנגערופן דעם יונגערמאן און געזאגט, "איך האב צוזאמגעשטעלט א חבורה פון צוויי יונגעלייט, זיי ווארטן פאר דיר און זיי ווילן אויסהערן דיין שיעור." אזוי האט זיך אנגעהויבן א שיעור, פון צוויי איז געווארן פינף ביז היינט האלט עס ביי ניין משתתפים.
אין אנהויב האט ער פארגעלערנט צופרי, אבער מיט דער צייט האבן די משתתפים פארלאנגט מען זאל לערנען ענדערש ביינאכט. אזוי האט מען טאקע געטון, אבער דאן האט דער יונגערמאן געזאגט פאר זיין חבר, "ווייסט וואס, כ'האב הנאה געהאט צו פארלערנען דעם שיעור צופרי, ס'האט מיר געגעבן חיזוק אויפצושטיין צופרי פארטאגס."
דער חבר האט דאס געהערט, און ביז א טאג צוויי איז ער צוריקגעקומען מיט נאך צוויי יונגעלייט וואס ווילן הערן דעם שיעור צופרי… אזוי האט דער יונגערמאן יעצט פארגעלערנט א שיעור צופרי און ביינאכט פאר איבער א מנין משתתפים, און דאס אלעס איז אָן דעם וואס ער זאל אמאל חלומ'ען אז ער קען זיין א מגיד שיעור.
לאמיר זיך פאָרשטעלן ווען דער יונגערמאן זאל ווערן דערשראקן און זאגן, יא ס'איז דא יונגעלייט וואס ווילן הערן א שיעור, אבער וואס, ווען, וואו. כ'האב קיינמאל נישט פארגעלערנט, ס'וועט נישט מצליח זיין, ס'וועט צוזאמפאלן, אפשר גיי איך מאכן טעותים, אפשר גייט עס זיין א דורכפאל. אבער ניין, ער האט זיך געשטארקט און זיך ארויסגעשטעלט און געזאגט מיט א פעסטקייט: "איך האב נישט מורא צו מצליח זיין!" און היינט איז ער א הערליכער מרביץ תורה מיט געוואלדיגע זכותים און א שיינענדיגער עתיד.
דערמיט קומען מיר צוריק צו אונזער פרשה. ביים ארויסגיין אין מדבר איז כלל ישראל געוואַקסן און געשטיגן אויף טריט און שריט, מען איז מקבל די תורה, מען ווערט די עם סגולה, ס'איז מורא'דיג. אבער פלוצלינג פאסירט עפעס אויסטערליש. די אידישע קינדער האבן זיך געטראפן אין א נייע מצב, און ס'איז געווען אביסל שרעקעדיג. אט זענען מיר שוין א פאלק וואס איז אינגאנצן א נייע מציאות, מיר זענען מענטשן וואס לעבן בקדושה ובטהרה אָן קיין תאוות און גלוסטענישן, זיי האבן פשוט זיך נישט געקענט זעלבסט זען אין דעם גרויסן מצב. זיי האבן מורא געהאט פון די הויכע מדריגות און ס'האט זיך געדאַכט ווי ס'איז גאר געווען בעסער אין די פינסטערניש, עסנדיג די מאכלים פון די מצריים. ווי דער רמב"ן ערקלערט אז די אידן האבן באמת געקענט האבן אלע תאוות אין די מן, וועלכע האט געהאט אלע טעמים, "אבל המשילו בנפשותם תאוה רבה כמתאוים לאכול הפחמים והעפר והמאכלים הנבאשים" - זיי האבן געהאט אַן אומפארשטענדליכע תאוה פונקט ווי די וואס גלוסטן נאך קוילן, אדער ערד אדער פארדארבענע מאכלים.
יא, הונדערטער יארן האבן די אידן געווארט אויף די מינוט פון 'פקוד פקדתי', ווען דער באשעפער וועט זיי ארויסנעמען פון די טומאה און זיי מאכן זיין פאלק, אבער יעצט ווען ס'איז אנגעקומען איז זיי דאס געווען שווער צו פארדייען. עס איז געווען שווער זיך צו זען ווי דער גרויסער הייליגער פאלק וואס איז ממש אויסגעארבעט און לעבט אין א העכערע פלאץ, אויב מעג מען דאס צוגלייכן לשבר את האוזן, בערך ווי מיר קענען זיך נישט זען היינטיגע צייטן אלץ א פאלק וואס לעבט איידל און באשיידן, אויף א פשוט'ע פארנעם, אָן זיך אויפרייסן און מיטהאלטן יעדע לעצטיגע תאוה. למעשה גלוסט אונז צוריקצוגיין צו דעם געווענליכן שטייגער כאטש מיר האבן שוין טועם געווען א בעסערע טעם פון לעבן.
דערמיט איז פשוט צו פארשטיין דאס לשון פון משה רבינו. צוריק ביי די מעשה מיט די וואסער איז געווען א מצב אז עפעס האט געפעלט, כלל ישראל האט טאקע נישט געהאט וואס צו טרינקען, איז פארשטענדליך אז מען רעדט זיך אפ. אבער דא האט אונז באמת גארנישט געפעלט. דא איז פונקט פארקערט; מיר זענען געשטאנען פנים אל פנים מיט אונזער גרעסטע הצלחה פאר די אויגן, און פלוצלינג זענען מיר ווי קליינע קינדער אנטלאפן פון אונזער הצלחה, ווי חז"ל דרוקן זיך אויס "כתינוק הבורח מבית הספר". אט דאס שרייט אונזער רבי, הֶאָנֹכִי הָרִיתִי אֵת כָּל הָעָם הַזֶּה - בין איך דען טראָגעדיג געווארן מיט דעם פאלק, אִם אָנֹכִי יְלִדְתִּיהוּ - האב איך זיי דען געבוירן? כִּי תֹאמַר אֵלַי - אז דו בעטסט פון מיר, שָׂאֵהוּ בְחֵיקֶךָ - טראָג אים אין דיין בוזעם - דארט וואו מ'האלט א קינד ווען מ'טראגט אים (אדער אויפ'ן שויס) כַּאֲשֶׁר יִשָּׂא הָאֹמֵן אֶת הַיֹּנֵק - אזויווי איינער וואס ציהט אויף א קינד טראגט דעם זייגעדיגן קינד... משה רבינו האט זיך געבעטן ביים רבש"ע, איך בין דער רבי, זייער פירער וואס דאס מיינט אז איך קען זיי ווייזן דעם וועג, אבער זיי דארפן אליין וועלן מצליח זיין און דאס אָנהאלטן. זענען זיי דען ווי קליינע קינדער וואס מען דארף שטענדיג האלטן אין די הענט?
טייערע ברידער און שוועסטער, צומאל וואַרטן מיר צו ווערן געהאַלטן, מיר פירן זיך ווי קינדערלעך וואס צו גיין א טריט דארף מען ווערן אויפגעהויבן, אבער ווען ס'קומט צו אונזער הצלחה ארבעט עס נישט אזוי. פאר די פרשה פון די מתאוננים איז דא א קורצע פרשה וואס מיר זאגן כסדר. וַיְהִי בִּנְסֹעַ הָאָרֹן וַיֹּאמֶר מֹשֶׁה… די תורה דערציילט אונז ווי אזוי די נסיעות פון די אידן איז צוגעגאנגען אין מדבר. מיר דארפן גיין אויף די אייגענע פיס, מיר דארפן מאכן די החלטה אז איך נעם אונטער די נסיעה, איך לאָז מיך אין וועג אריין און ווען איך שטיי ביים שוועל פון הצלחה וועל איך נישט קוקן אויף צוריק און זיך צוריקקערן צו די פיש פון מצרים, עפעס וואס האט ניטאמאל קיין הסבר, עפעס א מאכל פון גלות, עפעס א גליסטעניש צו עפעס וואס עקזעסטירט נישט און מיר פארמאגן יעצט פיל פיל בעסער ווי דעם.
פון די צווייטע זייט איז פארהאן דעם אנפאנג פרשה, וואו מיר זעען אז אהרן הכהן האט חלישות הדעת. דאס זאגט אונז אז דער הייליגער צדיק אהרן הכהן גלוסט פאר מער, ער צילט אויף העכער, ער איז נישט מוותר אויף קיין שום זאַך. צו די זעלבע צייט לערנט אונז דער מדרש אז אהרן הכהן מיט זיין גרויס עניוות האט זיך געשעמט, כאטש קיינער אין דעם דור איז נישט געווען אזוי ראוי ווי ער, דאָך האט ער געשפירט מיט א התבטלות און שפלות אז ער איז נישט ראוי. אבער ער האט זיך נישט צוריקגעהאלטן פון טון עבודת ה' צוליב דעם. ניין! להגיד שבחו של אהרן שלא שינה, ער האט גארנישט געטוישט פון דעם ציווי ה' און געטון זיין פליכט, ארויף אויף די טרעפ און אָנגעצינדן די נרות און באלאכטן דעם הייליגן בית המקדש און באשיינט גאנץ כלל ישראל. יא, ער האט כסדר זיך געפרעגט צו בין איך ראוי צו דעם הייליגן עבודה, אבער ער האט פאר קיין סעקונדע נישט געווען גרייט מוותר צו זיין אויף די גרעסטע השגות אין עבודת ה'.
אט דאס איז די דראמאטישע פארגלייך וואס מיר געפונען פון אנפאנג פרשה צום צווייטן חלק, אהרן הכהן איז דער וואס גלוסט און בענקט און האָפט, ער קוקט ארויס צו גרויסקייט און מיט א קוראזש גייט ער פאראויס, אבער די אידישע קינדער האבן מורא פון וואַקסן און שטייגן, זיי ציטערן פון זייער אייגענע הצלחה!
די משנה לערנט אונז, הוי מתלמידיו של אהרן, לאמיר ווערן תלמידים פון אהרן הכהן, זיך אינגאנצן קאנצענטרירן אויף אונזער שטייגן און הצלחה, און עס זאל אונז טאקע וויי טון און האבן חלישות הדעת אויף יעדן ברעקל וואס מיר פאַרפאַסן, נישט חלילה ווייל יענער האט און איך נישט, נאר פשוט ווייל איך וויל! ווי די אידן וואס האבן נישט געקענט מקריב זיין דעם קרבן פסח, לאמיר שרייען דעם למה נגרע, און זיך בעטן צו זיין א חלק, גיין אָן קיין מורא אין דעם פרעמדן פלאץ, זיך אָנכאַפן אין בורא עולם און וויסן מיט א קלארקייט אז ער איז מיט אונז, נישט מורא האבן פון נעמען דראַסטישע טריט. זוכן א נייע פלאץ, א נייע חבורה, נייע מוסדות, א נייע ארבעט, ס'וועט זיין גוט, קוועלער וועלן זיך אויפמאכן, און אז ס'געלונגט נישט וועט מען פרובירן נאכאמאל. ס'איז טאקע היבש שרעקעדיג אבער מיט אבינו שבשמים האט א איד נישט קיין פחד, און זיכער זאלן מיר חלילה נישט צוריק לויפן ווען מיר שטייען שוין ביי די שוועל פון הצלחה, ווען מיר זען שוין סוקסעס פאר די אויגן. ויה"ר אז אט זאלן מיר שוין זוכה זיין צו דאס וואס מיר ווארטן שוין אזוי לאנג, כי מלאה הארץ דעה את ה' כמים לים מכסים בביאת מלך המשיח בב"א.
לסיכום געדענק:
• אַן ערליכער איד וויל כסדר שטייגן און אָנקומען העכער.
• די זעלבע צייט ווייסט ער זיין שפלות און ער איז נישט זיכער מיט זיך.
• טראָץ די ספיקות דארפן מען זיך שטארקן און אריינשפרינגען.
און דער עיקר: נישט מורא האבן פון מצליח זיין!
זיך איינצושרייבן צו באקומען די "מיט א טיפערן בליק"
דורך אי-מעיל בעז"ה tiferenblik@gmail.com