בלאט 1 פון 4

קינדער פראטעסט פאר קעמפס און פארקס!

נשלח: פרייטאג יוני 12, 2020 1:44 am
דורך פאליטיקאנט
עס איז היינט פארגעקומען צוויי באזונדערע אומקארדינירטע פראטעסטן אין בארא פארק און וויליאמסבורג דורך חרדישער קינדער, איבער די זינלאזיגקייט פון נאכנישט צוריקגעפענען די פארקס און קעמפס.
קינדער האבן זיך ספאנטאניש ארויסגעלאזט אויף זייערע בייקס (שייגעץ בייקס) און געשריגן לאזונגען ווי "מיר ווילן קעמפ" און "עפנט די פארקס", אנגעהויבן האט זיך עס מיט אפאר אינדיווידועלע קינדער אבער למעשה האט זיך עס געענדיגט אין די צענדליגער.

אויף מארגן ווערט ארגאניזירט אן אפיציעלע פראטעסט פאר קינדער אין וויליאמסבורג מיט די שטיצע פון פאליציי!

בילד

Re: קינדער פראטעסט פאר קעמפס און פארקס!

נשלח: פרייטאג יוני 12, 2020 2:02 am
דורך פאליטיקאנט
פשוט'ע מענטשן האבן דאס ארגאניזירט......בילדבילד

נשלח: פרייטאג יוני 12, 2020 10:15 am
דורך berlbalaguleh
פאליטיקאנט: איך גיי נעקסטע וואך (וועלכע טאג ווייס איך נאכנישט פונקטליך) ארגאניזירן א פראטעסט אין פראנט פון די ברענטש/העדקווארטערס פון אפטימום. אין פאמאונא, נ.י. זיי האבן שוואכע קאוורידזש אין מיין געגנט.

דער עולם גייט זיך ארויסלאזן מיט זייערע בייקס. סתם שייגעץ בייקס, רעיסינג בייקס און אנדערע.

די פראטעסט גייט זיך אנהייבן אין לעיקוואוד. פון דארט וועט עס גיין קיין פלעטבוש. נאכדעים קיין בארא פארק, וויליאמסבורג, און מאנסי.

הרב איצא שייגעץ, המכונה גליק האט געבעטן בשם די רע בנים פון התאחדות אז מ'זאלל זיך האלטן צוזאמען. און נישט שרייען בקולי קולות. אזוי ווי די...! און אונז זאללן מיר אויסדרוקן אונזער צער און ווייטאג. ויה"ר שיתקדש שם שמים על ידנו.

נ.ב.: נישט איינברעכן זיך אין געשעפטן ווען מ'פארט אדורך די גאסן פון מאנהעטן. און אויב איינער האטציך נישט געקענט (ח"ו) גובר זיין אויפ'ן יצר, זאלל ער זיך פארבונדן מיט דעם עסקן לכל צרכי ציבור. רעוו. אל שארפטאן...!

Re: קינדער פראטעסט פאר קעמפס און פארקס!

נשלח: פרייטאג יוני 12, 2020 10:32 am
דורך פאליטיקאנט
גראדע איז אפטימום גאנץ פיין אין מיין געגנט, אבער צום נושא.

דאס אז פארקס (קעמפס איז אביסל אנדערש) אין בארא פארק אין וויליאמסבורג (צי אין אין די בראנקס) זענען נישט אפן איז ממש נישט צום פארשטיין, נאך ערגער ווי ביזנעסער,
ווייל פארוואס זענען אלע פארקס אין מאנהעטן אפן?
דאמינאו, פראספעקט, סענטרל.......

די אנדערע חלקים פונעם סיטי איז עפעס אנדערש? (דאס איז אן אריינגיין אז די פיעק אין ברוקלין איז געווען צוויי חדשים צוריק).

אויף קעמפס איז די טענה אויך גאנץ שטארק, היתכן רוב אנדערע סטעיטס האבן נישט קיין פראבלעם דערמיט?
דעי קעמפס קענען יא, איז דען נישט פארמאכטע קעמפס בעסער?

נשלח: פרייטאג יוני 12, 2020 10:36 am
דורך mevakesh
פארקס זענען אפיציעל אפען פלעי גראונדס זענען אפיציעל פארמאכט
nyc parks during corona

נשלח: פרייטאג יוני 12, 2020 10:41 am
דורך berlbalaguleh
פאליטיקאנט: אין מיין געגנט ארבעט אפטימום אויך גאנץ גוט (ב"ה). אבער אז א יעדער פראטעסטירט דארף מען דאך טרעפן עפעס אן אישו.

ווי ס'זעהט אויס אז די ..."התאחדות"... איז יעצט אויף אפרוה. זיי זענען שוין לאנג נישט ארויסגעקומען מיט עפעס אן איסור. אויך. זייער מאגן האטציך לעצטנס בארואיגט. זיי באקלאגן זיך נישט לעצטנס אז..."ותרגז בטננו"... איבער א פרישע פירצה...!

נשלח: פרייטאג יוני 12, 2020 10:53 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
פאליטיקאנט האט געשריבן:
אויף קעמפס איז די טענה אויך גאנץ שטארק, היתכן רוב אנדערע סטעיטס האבן נישט קיין פראבלעם דערמיט?
דעי קעמפס קענען יא, איז דען נישט פארמאכטע קעמפס בעסער?

לדעתי, איז עס זינלאז אז יעדער בירגער זאל קומען אן ענטפער אויף יעדער איינצעלנע פראגע פון די מומחים לדבר. פאר דעם איז ער דער מומחה און דו נישט.

איך וויל אבער ענטפערן די טענה, נאר צו ווייזן אז צומאל איז מען הונדרעט פערצענט פארזיכערט אין עפעס, און גאר א קליינע שטיקל אינפארמעישען קען אלסדינג טוישן. איך האפ אז דאס וועט דיר אויסלערנן אז סתם שיסן טענות איז נישט אין פלאטץ.

יא, דעי קעמפס זענען אנדערש, ווייל די סיטי האט שפיטעלער, עס האט מומחים, עס האט דאקטארסס. טאמער עפעס פאסירט, קען מען פיל גיכער סדר מאכן ווי אין די בערג, ווי עס איז צוריק געשטאנן ווי פופציג יאר צוריק. אפסטעיט קען עס נישט באהאנדלן, און נ.י. קען אסאך בעסער. אוודאי זענען דעי קעמפס לייכטער צו עפענן ווי קעמפס אין די מאונטעינס.

נשלח: פרייטאג יוני 12, 2020 11:02 am
דורך קאך_לעפל
מען נעמט ארויס די הייליגע תינוקות של בית רבן אויף די טמא'נע ניו יארקע גאסן, וואו זיי גייען זיך אנזען מיט די ארגסטע ראיות אסירות... גיוואלד... וואו איז יואלי צימערקלאץ? וואו זענען אלע מידת היסוד איינגעטינקענע עסקנים?

Re: קינדער פראטעסט פאר קעמפס און פארקס!

נשלח: פרייטאג יוני 12, 2020 11:18 am
דורך פאליטיקאנט
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:
פאליטיקאנט האט געשריבן:
אויף קעמפס איז די טענה אויך גאנץ שטארק, היתכן רוב אנדערע סטעיטס האבן נישט קיין פראבלעם דערמיט?
דעי קעמפס קענען יא, איז דען נישט פארמאכטע קעמפס בעסער?

לדעתי, איז עס זינלאז אז יעדער בירגער זאל קומען אן ענטפער אויף יעדער איינצעלנע פראגע פון די מומחים לדבר. פאר דעם איז ער דער מומחה און דו נישט.

איך וויל אבער ענטפערן די טענה, נאר צו ווייזן אז צומאל איז מען הונדרעט פערצענט פארזיכערט אין עפעס, און גאר א קליינע שטיקל אינפארמעישען קען אלסדינג טוישן. איך האפ אז דאס וועט דיר אויסלערנן אז סתם שיסן טענות איז נישט אין פלאטץ.

יא, דעי קעמפס זענען אנדערש, ווייל די סיטי האט שפיטעלער, עס האט מומחים, עס האט דאקטארסס. טאמער עפעס פאסירט, קען מען פיל גיכער סדר מאכן ווי אין די בערג, ווי עס איז צוריק געשטאנן ווי פופציג יאר צוריק. אפסטעיט קען עס נישט באהאנדלן, און נ.י. קען אסאך בעסער. אוודאי זענען דעי קעמפס לייכטער צו עפענן ווי קעמפס אין די מאונטעינס.


איך האב צוגעלייגט אז קעמפס איז אביסל אנדערש ווייל איך פארשטיי אז נאך זאכן זענען אריינגעמישט און איך האב פשוט געוואלט אראפלייגן די טענה יא צו עפענען, גראדע האב איך קיינמאל נישט געהערט אז די דאקטוירים / שפיטעלער גרייטקייט, זאל שפילן א ראלע (און דאס גייט אריינציען אין פרישע טענה'רייען אויב רוב האבן עס שוין געהאט, אדער פשוט אז פאר קינדער שאט עס נישט).
און עס זעט מיר נישט אויס ווי דאס איז די שלעפ אויף נישט, אבער יא איך פארשטיי אז דאס איז אנדערש.

אויך עגרי איך אז די דיסישען דארף געמאכט ווערן דורך מומחים און על פיהם ישק (הגם איך האב די לעצטע חדשים פארלוירן היבש ביסל צוטרוי אין זיי) , אבער יא זיי דארפן זיך פארענטפערן הויעך פארן ציבור, ווען עס אפעקט דעם ציבור.
דאס הייסט דעמאקראטיע (און דא קען מען זיך ווידער טענה'ן וועלכע מומחים צו גלייבן).....

נשלח: פרייטאג יוני 12, 2020 11:24 am
דורך שאראש-פאטאק
די גאנצע זאך ארויס צו נעמין קינדער איז זיי צו האלטען ביזי
א יעדער ווייסט אז עס וועט העלפחן אזוי ווי די פראטעסט אין מחנה רב טוב אקעגען די ציונים

Re: קינדער פראטעסט פאר קעמפס און פארקס!

נשלח: פרייטאג יוני 12, 2020 11:28 am
דורך פאליטיקאנט
איך מיין קיינער רעכנט זיך נישט אז קעמפס גייען זיך יעצט עפענען וועגן דעם, אבער מ'קען נישט וויסן צו עס גייט אויפטוען, לעצטנס האבן אפאר קליינע ווידעאס אויפגעטון מער ווי די עסקנים (למשל די ריאפען ניו יארק סיטי ביזנעסער מאוומענט).

איך גלייב נישט אז דאס גייט שאטן (איך בין טאקע נייגעריג וויאזוי די מידיא גייט עס אויפנעמען / איגנארירן).

נשלח: פרייטאג יוני 12, 2020 11:42 am
דורך במדבר
קינדער ענק האבן געגעבן אייער אינדעווידואלע שטימעס, מאכטס זיכער עס קיינמאל אויפצוגעבן!!!

נשלח: פרייטאג יוני 12, 2020 11:56 am
דורך הקטן
פאליטיקאנט האט געשריבן:עס איז היינט פארגעקומען צוויי באזונדערע אומקארדינירטע פראטעסטן אין בארא פארק און וויליאמסבורג דורך חרדישער קינדער, איבער די זינלאזיגקייט פון נאכנישט צוריקגעפענען די פארקס און קעמפס.
קינדער האבן זיך ספאנטאניש ארויסגעלאזט אויף זייערע בייקס (שייגעץ בייקס) און געשריגן לאזונגען ווי "מיר ווילן קעמפ" און "עפנט די פארקס", אנגעהויבן האט זיך עס מיט אפאר אינדיווידועלע קינדער אבער למעשה האט זיך עס געענדיגט אין די צענדליגער.

איך גלייב נישט ס'איז געווען ספאנטאניש
דא האסטו א שיין שטיקל גרעפיק ארבעט וואס ריפט צים פראטעסט
אפשר דארך א נייע עסקן

Re: קינדער פראטעסט פאר קעמפס און פארקס!

נשלח: פרייטאג יוני 12, 2020 11:57 am
דורך פאליטיקאנט
הקטן האט געשריבן:
פאליטיקאנט האט געשריבן:עס איז היינט פארגעקומען צוויי באזונדערע אומקארדינירטע פראטעסטן אין בארא פארק און וויליאמסבורג דורך חרדישער קינדער, איבער די זינלאזיגקייט פון נאכנישט צוריקגעפענען די פארקס און קעמפס.
קינדער האבן זיך ספאנטאניש ארויסגעלאזט אויף זייערע בייקס (שייגעץ בייקס) און געשריגן לאזונגען ווי "מיר ווילן קעמפ" און "עפנט די פארקס", אנגעהויבן האט זיך עס מיט אפאר אינדיווידועלע קינדער אבער למעשה האט זיך עס געענדיגט אין די צענדליגער.

איך גלייב נישט ס'איז געווען ספאנטאניש
דא האסטו א שיין שטיקל גרעפיק ארבעט וואס ריפט צים פראטעסט
די שיין שטיקל גראפיק האט א חבר מיינע געמאכט 'נאך' די ווידיאוס פון די קליינע פראטעסטן זענען ארומגעפארן.

נשלח: פרייטאג יוני 12, 2020 12:00 pm
דורך הקטן
אויב שוין יא ספאנטאניש, פארוואס עס אפהארגענען?
פארוואס דארפן זיך עדאלטס אריין מישן - שטיי אין די זייט וואו לאנג ס'פארט אן פראבלעמען

Re: קינדער פראטעסט פאר קעמפס און פארקס!

נשלח: פרייטאג יוני 12, 2020 12:01 pm
דורך פאליטיקאנט
אנגעהויבן האט זיך עס ספאנטאניש, כדאי עס זאל אנהאלטן דארף מען יא ארומרודערן.

אבער ווי געזאגט איז עס נאכאלס יחידים.

נשלח: פרייטאג יוני 12, 2020 12:04 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
דער עיקר איז דער אלטיטשקע וואס שרייט 'ליידיגייערס' און די פרוי וואס שרייט אים צוריק.

נשלח: פרייטאג יוני 12, 2020 12:05 pm
דורך הקטן
די קינדער קענען בעסער פין דיר און מיר - לאז עס ראלען.
צימערמאן איז אויך א חלק פין יחידים

ווילסטו זאגן דאס איז א נייער צימערמאן? זאל זיין אזוי

נשלח: פרייטאג יוני 12, 2020 12:28 pm
דורך ליב צו וויסן
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:
פאליטיקאנט האט געשריבן:
אויף קעמפס איז די טענה אויך גאנץ שטארק, היתכן רוב אנדערע סטעיטס האבן נישט קיין פראבלעם דערמיט?
דעי קעמפס קענען יא, איז דען נישט פארמאכטע קעמפס בעסער?

לדעתי, איז עס זינלאז אז יעדער בירגער זאל קומען אן ענטפער אויף יעדער איינצעלנע פראגע פון די מומחים לדבר. פאר דעם איז ער דער מומחה און דו נישט.

איך וויל אבער ענטפערן די טענה, נאר צו ווייזן אז צומאל איז מען הונדרעט פערצענט פארזיכערט אין עפעס, און גאר א קליינע שטיקל אינפארמעישען קען אלסדינג טוישן. איך האפ אז דאס וועט דיר אויסלערנן אז סתם שיסן טענות איז נישט אין פלאטץ.

יא, דעי קעמפס זענען אנדערש, ווייל די סיטי האט שפיטעלער, עס האט מומחים, עס האט דאקטארסס. טאמער עפעס פאסירט, קען מען פיל גיכער סדר מאכן ווי אין די בערג, ווי עס איז צוריק געשטאנן ווי פופציג יאר צוריק. אפסטעיט קען עס נישט באהאנדלן, און נ.י. קען אסאך בעסער. אוודאי זענען דעי קעמפס לייכטער צו עפענן ווי קעמפס אין די מאונטעינס.


וועם גענוי רופסטו אן מומחים לדבר? קאמאו?
ס'איז עפעס דא א אנגענומענע מיינונג דורך מומחים אז מען זאל עס האלטן פארשפארט נאר אין נ"י סטעיט? אנדערע סטעיטס לאזן דאך עס יא צו.

נשלח: פרייטאג יוני 12, 2020 12:49 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
עס איז דא איינער אין די סטעיט, וואס זיין דזשאב איז נאכצוגיין די אינפארמעישען און פסקנ'ן על פיו. דו ביסט עס נישט נאכגעגאנגן, נאר געלייגט א טפשות'דיגע טענה פון אנדערע סטעיטס. עכ"פ דו האסט נישט קיין מיינונג. פארוואס האט דער גאווערנאר יא א מיינונג? איך ווייס נישט, אבער ווען איינער וועט קומען און זאגען, באמת, אז ער נעמט די פולסטע אחריות פאר זיין ווערטער, אז נ.י. זאל זיך עפענען, וועסטו האבן צוויי דעות אין דעם.
ביזדערווייל האט מען נייעס באריכטן, און מקוה רייד. נישט קיין אמת'ער אחריות'דיגע סטעיטמענט.

און יא, ווען מומחים קריגן זיך, ועורט באשאפן א נייעם סוגיא, וואס טוט מען ווען מ'ווייסט נישט? דאס טאר נישט זיין אין די הענט פון יעדער יחיד, ווייל דאס איז א ציבור שאלה.

מומחים לדבר.

נשלח: פרייטאג יוני 12, 2020 12:50 pm
דורך הקטן
ווילאנג האבן זיי שוין עקספריענס אויף קאראנע?
וואס איז זייער טרעק-רעקארד?

Re: קינדער פראטעסט פאר קעמפס און פארקס!

נשלח: פרייטאג יוני 12, 2020 12:57 pm
דורך פאליטיקאנט
שוין, די מוסדות הייבן אן ארויסקומען דערקעגן......"חינוך".

https://twitter.com/targemsh/status/127 ... 07905?s=19

נשלח: פרייטאג יוני 12, 2020 12:58 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
האסט א צווייטן? ווען מ'האט נישט קיין עקספיריענס, זאל יעדער טון וואס ער וויל? ווען א שאלה קומט ארויף אין וואס מיר האבן נישט קיין עקספיריענס, דארף איינער מחליט זיין וואס צו טון דעמאלס. אוודאי וועט ער מאכן טעותים, אבער אזוי גייט עס.