בלאט 1 פון 1
מוסדות נעמען געלט פון די רעגירונג
נשלח: זונטאג יוני 14, 2020 3:34 am
דורך קורקלענד
איך בין אביסל נייגעריג וואו דער עולם שטייט אויף די נושא פון נעמען פאנדינג פון די רעגירונג פאר אונזערע מוסדות.
קענען די תנאים וואס די רעגירונג לייגט ארויף טוישן אדער שאטן פאר אונזער אלגעמיינע רעליגיעזע אינטערעסן?
איז אויסגעהאלטן זיך צו פארלאזן און זיין אינגאנצן אנגעוויזן אויף די רעגירונג'ס געלטער?
איז מעגלעך אז ווען די רעגירונג פארלאנגט זאכן וואס איז נגד אונזער גלויבן אז די מוסדות וועלן אויפהערן נעמען שטיצע?
וואס פאר א אפעקט האט עס אויפן ציבור? איז דען שכר לימוד אראפ נאך וואס זיי האבן אריינגעברענגט פרישע פראגראמען? אדער גאר פארקערט?
ווערן מלמדים בעסער באצאלט זייט ס'איז דא וואטשערס?
אויב דארף מען זאגן ליגענט צו קענען קריגן וואטשערס איז עס אויסגעהאלטן? וואספארא אפעקט האט עס אויפן חינוך ווען די קינדער ווערן עלטער און ווערן געוואויר?
ווען די פראגראמען זענען דירעקט גורם העכערע שטייערן איז עס נאכאלץ ווערד?
ועוד ועוד.... קומטס אריין קלאר.
נשלח: זונטאג יוני 21, 2020 2:48 pm
דורך מילך טראק
קורקלענד האט געשריבן:איך בין אביסל נייגעריג וואו דער עולם שטייט אויף די נושא פון נעמען פאנדינג פון די רעגירונג פאר אונזערע מוסדות.
קענען די תנאים וואס די רעגירונג לייגט ארויף טוישן אדער שאטן פאר אונזער אלגעמיינע רעליגיעזע אינטערעסן?
איז אויסגעהאלטן זיך צו פארלאזן און זיין אינגאנצן אנגעוויזן אויף די רעגירונג'ס געלטער?
איז מעגלעך אז ווען די רעגירונג פארלאנגט זאכן וואס איז נגד אונזער גלויבן אז די מוסדות וועלן אויפהערן נעמען שטיצע?
וואס פאר א אפעקט האט עס אויפן ציבור? איז דען שכר לימוד אראפ נאך וואס זיי האבן אריינגעברענגט פרישע פראגראמען? אדער גאר פארקערט?
ווערן מלמדים בעסער באצאלט זייט ס'איז דא וואטשערס?
אויב דארף מען זאגן ליגענט צו קענען קריגן וואטשערס איז עס אויסגעהאלטן? וואספארא אפעקט האט עס אויפן חינוך ווען די קינדער ווערן עלטער און ווערן געוואויר?
ווען די פראגראמען זענען דירעקט גורם העכערע שטייערן איז עס נאכאלץ ווערד?
ועוד ועוד.... קומטס אריין קלאר.
די מציאות איז אז נישט נאר די הנהלה האט הנאה פון די אלע פראגעמען, נאר אויך די יאקאן פארקויפער'ס, די פארטי פלענער'ס, און די דירות בארקערס וכו' פון די אלע וואס זיצן ביים שיסל
'
אבער נישט די מלמדים אדער די עלטערן
ווי די גמרא זאגט אהוב כסף לא ישבע כסף ווי מער פארגרעמס די מוסד נעמט אלטס מער קאסט די שכר לימוד
די מוסדות האבן נישט קיין שום דיין/רב וואס זאל זיי זאלן פרעגען פארן נעמען א פראגרעם צו עס איז אויסגעהאלטן.
נשלח: זונטאג יוני 21, 2020 3:01 pm
דורך שלשלת
כלל גדול - אז מען געבט נעמט מען!
פארוואס זאל מען אויפהערן נעמען - בזמן פון רביה"ק אוןאנדערע גדולים האט מען גענומען. וועט מען נעמן ווייטער.
סנישט דא היינט קיין "גדולים" וואס זאלן אסר'ן צו נעמן, און עס זאל מחייב זיין דעם ברייטן ציבור.
נשלח: זונטאג יוני 21, 2020 3:12 pm
דורך קורקלענד
כלל גדול!
"THERE IS NO FREE LUNCH"
אז מ'נעמט באצאלט מען. סתם אזוי איז אמאל דא א יוצא מן הכלל. אבער דא מיינעך איז ניטאמאל דא אזא זאך ווי א יוצא מן הכלל.
נשלח: זונטאג יוני 21, 2020 5:25 pm
דורך הדסים
קורקלענד האט געשריבן:אויב דארף מען זאגן ליגענט צו קענען קריגן וואטשערס איז עס אויסגעהאלטן? וואספארא אפעקט האט עס אויפן חינוך ווען די קינדער ווערן עלטער און ווערן געוואויר?
איך קען נישט ענטפערן אויף אלע דיינע שאלות, אבער די זעט אויס גרינג.
עס איז קלאר אויסגעהאלטן לויט די געזעצן פון ים רויבער פון אלע צייטן. אויב רעדסטו ע"פ הלכה, לעגאל, אדער מאראל. איז עס איז אסור צו זאגן ליגנט לויט יעדע רב, לאיער, און פראפעסאר וואס איך קען.
די השפעה אויף די קינדער איז זייער פשוט, אויב זאגט מען זיי אז מען מעג נישט זאגן קיין ליגנט, און מען זאגט יא. וועלן זיי אויך זאגן פאר זייער קינדער אז מען מעג נישט זאגן קיין ליגנט... אויך שטארק מעגליך אז זיי וועלן זיך מתיר זיין אין אזא מציאות וואס די טאטע האלט שוין עס איז אסור.
נשלח: מאנטאג יוני 22, 2020 11:40 am
דורך ליב צו וויסן
לשיטתי, אויב די רעגירונג גיט יא געלט פאר חינוך זאל זי עס גיבן פאר די עלטערן (יעדעם אן אויסנאם) דירעקט, דאס קען ראטעווען די חינוך סיסטעם סיי ביי אונז און סיי בכלליות.
נשלח: מאנטאג יוני 22, 2020 11:46 am
דורך פארווע חסיד
איך געניס זיכער נישט פין די געלטער, אין עס קוקט אויך נישט אויס צו ווירקען אויפן חינוך פין די קינדער... איך בין נייגעריג ווער יא ?
אין ווער עס זעיט עפעס א טוישונג אין די באללענס אדער חינוך????
נשלח: זונטאג יוני 28, 2020 4:46 pm
דורך מילך טראק
שלשלת האט געשריבן:כלל גדול - אז מען געבט נעמט מען!
פארוואס זאל מען אויפהערן נעמען - בזמן פון רביה"ק אוןאנדערע גדולים האט מען גענומען. וועט מען נעמן ווייטער.
סנישט דא היינט קיין "גדולים" וואס זאלן אסר'ן צו נעמן, און עס זאל מחייב זיין דעם ברייטן ציבור.
קודם כל מען די פראגראמען האלטן זיך אין איין טוישן ס'איז נישט די זעלבע פראגראמען
ס'איז נישט איין פראגראם ס'איז דא הונדערטער
די הנהלה פרעגט נישט קיין דיין פארן נעמען א נייע פראגראם
יא פי' קעי האט מען זיכער קיינמאל נישט גענומען
װעל כולם די היינטיגע וועלט איז בכלל נישט די זעלבע ווי 50 יאר צוריק ס'איז זיכער אז זיי פארלאנגן אסאך מער ווי פארדעם
איינגעטליך וואס האב איך אריינצורעדן אין דעים איך בין נישט קיין רב אדער דיין פון די קהילה וואס איז אחריות אויף דעים איך בין נישט פון די הנהלה סא איך וועל נישט ברענען אין גיהנום פאר דעים ?
נאר מיין פראבלעם איז ווי מער זיי גנב'נען קאסט מיך מער די שכר לימוד
נשלח: זונטאג יוני 28, 2020 4:55 pm
דורך calculator
מען דארף נישט האבן קיין זמירות דברי יואל צו וויסן צו מען מעג נעמען אדער נישט, עס האט צוטוען ווי רעכט מען האלט זיך, יעדע רעכט'דענקיגע איד אן נגיעות פארשטייט אז מען טאר נישט נעמען פון א לינקע ליבעראלע רעגירונג קיין געלט
נשלח: זונטאג יוני 28, 2020 5:05 pm
דורך רביה''ק זי''ע
שלשלת האט געשריבן:כלל גדול - אז מען געבט נעמט מען!
פארוואס זאל מען אויפהערן נעמען - בזמן פון רביה"ק אוןאנדערע גדולים האט מען גענומען. וועט מען נעמן ווייטער.
סנישט דא היינט קיין "גדולים" וואס זאלן אסר'ן צו נעמן, און עס זאל מחייב זיין דעם ברייטן ציבור.
ממש די טענות זאגן די אגודיסטן ודומיהן, בזמן פון זייערע רביה"קס האבן זיי גענומען וכו' וכו'. אבער די אמת ווייסן אונז דאך אז זיי זענען נישט גערעכט ווייל מ'זעהט ממש בחוש די כח הפועל בנפעל, והנמשל מובן מאליו.
נשלח: זונטאג פעברואר 21, 2021 9:22 pm
דורך מילך טראק
די גרעסטע ליצונות סאטמאר זיי פארפירן אויף יענעם אבער זיי טוהן וואס זיי ווילען
נשלח: פרייטאג יוני 30, 2023 10:37 am
דורך פארווע חסיד
א חבר זאגט מיר לעצטנס נאך א גוט ווארט:
וואס מיינט א מוסד עטה״ק?
א מוסד עטה״ק מיינט, א מוסד וואס נעמט קיין שום געלטער פין די רעגירונג .
אויף די ביכער…..