בלאט 1 פון 1

הרב שמואל פאלאק, מו"ל גליוני וספרי אז נדברו

נשלח: זונטאג יוני 14, 2020 5:31 pm
דורך [NAMELESS]
אברך משי האט געשריבן:עס באלאנגט אפשר נישט דא. אבער מ'האט פריער דערמאנט די גליונות אז נדברו און דער כותב פון ר' עזריאל טויבער. כ'וואלט זייער געוואלט וויסן ווער איז דער מחבר? מה טיבו? וואספארא סארט מענטש? חסיד? ליטאי? וועלכע קרייז? איך בין שטארק נהנה פון זיינע רעינות (הגם לפעמים צופיל אויסגעדראשן און מגזים געווען באריכות אין איין נושא) און וואלט געוואלט הערן ווער ס'איז באקאנט אין מער פרטים. ייש"כ


איז אזוי,
דער שרייבער הייסט ר' שמואל פאלאק, ער וואוינט אין חיפה, רחוב זבולון 9. ער איז א ריינער ליטאי און ער קען נישט קיין ווארט אידיש, אויסער "שטייגן" און "גארנישט".

ער איז א חשוב'ער און ערנסטער יונגערמאן, א תלמיד פון רבי חיים אקערמאן, און מיט רבי חיים רעדט ער זיך דורך יעדע דבר קטן וגדול בפרט אנטבאלאנגט די גליונות.

במהותו איז ער א צוריקגעצויגענען און היבש שעמוועדיגער יונגערמאן, ווער עס שטייט נעבן אים חלומ'ט נישט אז ער איז דער בעל אז נדברו.

דאכט זיך אז ער איז געווען אדער ער איז א שטיקל משגיח אדער שו"מ אין ישיבה און ער געט זיך שטארק אפ מיט בחורים.

דער מדור "בקרוב ממש למעשה" אין אז נדברו איז גאר א קינצליכע און כל הרואה אומר ברקאי. וכו'.

די גליונות האט ער שוין אנגעהויבן ארויסגעבן אלס בחור, ער האט חתונה געהאט שפעט, געווארט א שיינע פאר יאר אויף קינדער. און די יארן וואס ער האט נישט געהאט קיין קינדער פלעגט ער אסאך שרייבן איבער תפילה און בטחון, און טייל פון די מאמרים האט ער צוזאמגענומען און ארויסגעגעבן א חיבור "אהבתי" וואס איז פארקויפט געווארן אין די טויזנטער. די זעלבע האט ער שוין ארויסגעגעבן א חיבור אויף עניני קדושה מיט'ן נאמען "וימאן".

ער איז א מאסיווער בעל רעיון ואיש הגיון, שוין זיכער אכט יאר אין א צי וואס מדי שבוע בשבוע ממש פילט ער אן א גליון פון זעקס (אדער פיר) עמודים, מאל וגדוש מיט אייגנארטיגע הגיונות. ער האט א שטארקן און אינטערעסאנטן מהלך המחשבה. אונטער רוב פון זיינע רעיונות ליגן באהאלטן שטארקע פסיכאלאגישע געדאנקען, אבער לויט ווי ער זאגט האט ער נאך אין זיין לעבן נישט גערעדט מיט א פסיכאלאג און נאכנישט געליינט פסיכאלאגישע ביכער.

ארום צוויי יאר צוריק האט ער זיך געטראפן מיט רבי עזריאל טויבער, זיי האבן אנגעקניפט א שטארקן שייכות, ער האט ווי מען זאגט "געכאפט" רבי עזריאל'ס מהלך און ער שרייבט די שלהבת גליונות אין עברית. און ער טרעט אויך אויף ביי שלהבת סעמינארן. [אגב, ביים כינוס הספד און ארץ ישראל האט ער געזאגט א הספד איינס אין דער וועלט אויף רבי עזריאל).


אין המכלול שרייבן זיי אויף אים ווי פאלגענד:

הרב פולק סיפר על הגורמים שדחפו אותו להוצאת העלון: הוא תיאר את חייו כבחור ישיבה שלא מן המניין, שנתקל בקשיים לעיתים קרובות, ומחפש פרויקטים רבי משמעות ועצמה. כשעלה בראשו הרעיון להוציא את העלון, התייעץ עם רבו הרב חיים אקרמן, שתמך בו בהתלהבות, ובתחילת דרכו אף היה עובר על המאמרים מידי שבוע.

בהתחלה הוא נתקל בהתנגדות מצד אנשים שונים, אבל הרב אקרמן העניק לו גיבוי מוחלט. באחד העלונים הוא תיאר את דרך התמודדותו עם אותם מתנגדים, הוא הוסיף שורה בראש העמוד שייחסה את העלון לגוף מסתורי בשם "איגוד בני הישיבות העולמי מארץ ישראל", הקרדיט על ידי הארגון, שלא היה ולא נברא, הבהיל את המתנגדים שלא נתמכו על ידי שום גוף וההתנגדות לעלון נעלמה.

עם זאת, מאוחר יותר, התוודה הרב פולק בעצמו, כי הדברים שנכתבו בעלון בתחילת דרכו, לא היו ראויים מספיק והוא לא מוכן לחלקם כיום לכל דורש.

העלון
העלון נכתב בגופן המחקה כתב יד אנושי, וכתוב בצפיפות גבוהה מאוד מהמקובל. דבר שיוצר תחושה קלילה לקורא. באימייל ובאוסף גליונות העלון מופק באופן שונה, בחלוקת עמודים נרחבת יותר (שמונה עמודים במקום ארבעה) ובגופן שיגרתי יותר. רבים, בעיקר בני ישיבות מחבבים את הצורה האותנטית של העלון. כמו כן משתמש הכותב בסימנים רבים (שלוש נקודות... סימני קריאה! שאלה? ותמיהה?!), אשר מהווים חלק מהמיתוג הייחודי של העלון.

בעלון נכתבים מאמרים העוסקים בעניני הפרשה, כמעט תמיד על פי דרך המחשבה, ומאמרים העוסקים בשאלות מעולמם שלבחורי ישיבות ואברכי כוללים, חלקם אף בנושאים שלא מקובל לדבר עליהם. הדברים מוגשים בגובה העיניים באופן כמעט חסר תקדים - אחד הגורמים לפופולריות שלו, בנוסף לסגנונו הייחודי.

מדור מרכזי בעלון נקרא "הלכה (בקרוב ממש) למעשה". במדור מצליח הכותב לתאר את החיים בזמן בית שני ובזמן שבית המקדש השלישי יהיה קיים, כלומר, המחשה של הלכות מצוות התלויות בארץ, טהרות ומועדי ישראלובית המקדש וקדשיו על פי הנורמות החברתיות המקובלות ובשילוב עם הטכנולוגיה המתקדמת וכדומה.

נשלח: זונטאג יוני 14, 2020 5:43 pm
דורך רביה''ק זי''ע
איך געדענק פאר פינף יאר צוריק האט געהייסן אז מ'ווייסט נישט ווער ס'גיבט עס ארויס, ווען און וויאזוי איז זיין אידענטיטעט ארויסגערינען? (אדער אפשר גאר האבן די אלצווייסער שוין דעמאלטס געוואוסט?)

נשלח: זונטאג יוני 14, 2020 5:47 pm
דורך [NAMELESS]
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:איך געדענק פאר פינף יאר צוריק האט געהייסן אז מ'ווייסט נישט ווער ס'גיבט עס ארויס, ווען און וויאזוי איז זיין אידענטיטעט ארויסגערינען? (אדער אפשר גאר האבן די אלצווייסער שוין דעמאלטס געוואוסט?)

כפי זכרוני האט ער שוין נאך בעפאר פינף יאר צוריק אלעמאל געשריבן אויפן ערשטן בלאט אינעם גליון:

נשלח: זונטאג יוני 14, 2020 6:22 pm
דורך שאראש-פאטאק
זייער א גיטע גליון אבער מען קען זייער נערוועז ווערען פון די פינטלעך אין אויסגעצויגענע ווערטיר
אויף א יעדע יום טוב שיקט ער מיט א קונטריס אויף די יום טוב קרוב צו 200 דפים

נשלח: מאנטאג יוני 15, 2020 7:53 pm
דורך טובה
איך גלייך גראדע יא און גאר דיירעקט די פינטאלעך און אויסגעצויגענע ווערטער עס צייט די געפיל און מאכט ספייסי

נשלח: מאנטאג יוני 15, 2020 7:55 pm
דורך שאראש-פאטאק
טובה האט געשריבן:איך גלייך גראדע יא און גאר דיירעקט די פינטאלעך און אויסגעצויגענע ווערטער עס צייט די געפיל און מאכט ספייסי

ווענט זיך וועלעכע נומביר מען איז

נשלח: דינסטאג יוני 16, 2020 7:49 am
דורך אישתישבי
ווי קען מען עס זעהן?

נשלח: פרייטאג יוני 19, 2020 1:15 pm
דורך מצפצף
This week

נשלח: זונטאג יוני 21, 2020 2:40 pm
דורך לך לך
דער האט א מעשוגענע שפראך!! א מין געשרייבעריי WOW

א בילד האט איינער ?

נשלח: זונטאג יוני 21, 2020 3:08 pm
דורך לך לך
.