בלאט 1 פון 2

מאסיווע אוצר געטראפן אין שטאט צאנז, פוילען

נשלח: מאנטאג יוני 15, 2020 4:25 pm
דורך [NAMELESS]
ארכעלאגן וואס פארשן די היסטאריע פון די שטאט צאנז אין פוילען האבן געטראפען א מאסיווע אוצר פון 103 זילבערנע כלים וואס איז באגראבן געווארן אין די שטח ווי ס'איז געשטאנען די הויז פון הרה"ק בעל דברי חיים מצאנז זי"ע. ווי מ'פארשטייט איז דאס כלים וואס האט באלאנגט פאר בית אדמור"י בית צאנז און אפשר איז אפילו פארהאן אין די אוצר כלים וואס האבן געהערט פאר צאנזער רב אליין!! און ווארשיינדליך זענען די כלים באהאלטען געווארן ווען מ'איז אנטלאפן פון שטאט בשעת די צווייטע וועלט מלחמה.

נשלח: מאנטאג יוני 15, 2020 4:27 pm
דורך [NAMELESS]
די אוצר

נשלח: מאנטאג יוני 15, 2020 4:40 pm
דורך צפור בודד
דיני תורה עד סוף כל הדורות. די צוויי באבאבער, די צוויי קלויזנבורגער, דער גריבעווער, דער גארליצער וכל אשר בשם האלבערשטאם יכונה וועט דא זיין א תובע און יעדער טוען אין שטאט וועט זיך פאטשן דאס בייכל ווי דער הייליגער זיידע נאכן סדר: שישו מעי שישו.

נשלח: מאנטאג יוני 15, 2020 4:45 pm
דורך [NAMELESS]
"קול בחצרות" האט שוין געמאלדען אז די קינדער פון צאנזער רבי (מלפנים גריבוב) זאגן אז ס'באלאנגט פאר זיי בירושה פון זייער זיידע וואס איז געוועהן רב אין צאנז פאר'ן קריג

נשלח: מאנטאג יוני 15, 2020 5:17 pm
דורך טאמבל סאס
פאנט ווייסט מען אז ס'איז נישט נאך אן אנטיק סקעם?

נשלח: מאנטאג יוני 15, 2020 5:21 pm
דורך כוכב
טאמבל סאס האט געשריבן:פאנט ווייסט מען אז ס'איז נישט נאך אן אנטיק סקעם?


וואו איז דער אשכול פאר באגריסונגען פון ניקים פון עולם האמת?

נשלח: מאנטאג יוני 15, 2020 5:24 pm
דורך צפור בודד
טאמבל סאס האט געשריבן:פאנט ווייסט מען אז ס'איז נישט נאך אן אנטיק סקעם?

אסאך אסאך א גרעסערע אוצר האט מען געפונען אז הרב [tag]טאמבל סאס[/tag] איז צוריק!

ברוך הבא!!!

ווי מיסד יו!

[tag]סדרן[/tag], ס'קומט אים א שריפטשטעלער תומ"י.

נשלח: מאנטאג יוני 15, 2020 5:40 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
האט געשריבן:עס איז שווער צו גלייבן אז דאס האט באלאנגט פאר רבני נכדי האדמו"ר מצאנז, וועלכע האבן זיך זיכער געפירט עפ"י מנהגי זקנם בעל דברי חיים זצ"ל נישט צו לאזן נעכטיגן קיין פרוטה אין שטוב, און צו פאר'משכונ'ען אלע זילבערנע כלים.
דארף מען זוכן די אייניקלעך פון דער מלוה אין שטאט וואס האט אים געבארגט דאס געלט, פאר אים באלאנגט עס.

דאס איז איינמאל זיכער, פאר מיר באלאנגט עס נישט.

איך בין נאר נייגעריג צו עפ"י דין האט איינער א תביעה דערויף. הרב משה אייזעמאן האט געלערנט אין פאנאוויעז אין ליטא, און דערנאך איז ער געווען דאהי אין אמעריקא. איינער איז אים צוגעקומן און געוואלט פארקויפן זאכן פון זיין טאטע פון דייטשלאנד, און ער האט געפרעגט ר' אהרן קוטלר וואס האט אים געזאגט אז ער האט נישט קיין רעכט דערצו, דאס איז ווי א מציל מזוטו של ים ושללותו של נהר. עפעס אזוי ליגט מיר אין קאפ, איך האב נישט די ברירה דאס מברר צו זיין איצט. און מה גם אז טאמער קיינער האט נישט קיין סימן אדער אפילו טביעת עין אויף דעם, גלויב איך נישט אז דאס טרעפן אין די גיט פון דער דברי חיים איז א ראיה אז עס באלאנגט צו זיין אייניקלאך. נישט דאס מיינט 'מקום הוי סימן', און קיינער ווייסט נישט פון גארנישט. לדעתי בלייבט עס ביי דער וואס האט עס געטראפן, ותו לא. אבער מיט אזא מיינונג, ווער וועט מיר דינגן אלס טוען? דער טרעפער? ער דארף מיר דאך נישט האבן.

נשלח: מאנטאג יוני 15, 2020 5:59 pm
דורך מהיכי תיתי
ווער האט עס געטראפען? ארכעאלאגען מטעם וועלכע אייניקלעך?

לכאורה געהערט עס טאקע צו דעם צאנז-גריבוב'ער שליט"א.

ובענין זה, כידוע איז דער הייליגער דברי חיים נישט געשלאפען אויף א בעט, נאר זיך אנגעשפארט אויפן באנק.
זייט טשעיס האט געעפענט זייער לאקאציע אונטער ביתו נאווה קודש פונעם גריבוב'ער איז ער זיך אויך נוהג צו שלאפן "אויף א באנק". און טאקע צוליב דעהם האט ער געטוישט די נאמען אויף פלעין-צאנז.

נשלח: מאנטאג יוני 15, 2020 6:07 pm
דורך יואליש
האט געשריבן:עס איז שווער צו גלייבן אז דאס האט באלאנגט פאר רבני נכדי האדמו"ר מצאנז, וועלכע האבן זיך זיכער געפירט עפ"י מנהגי זקנם בעל דברי חיים זצ"ל נישט צו לאזן נעכטיגן קיין פרוטה אין שטוב, און צו פאר'משכונ'ען אלע זילבערנע כלים.
So we unearthed the Tzanzer pawnshop.

נשלח: מאנטאג יוני 15, 2020 7:16 pm
דורך לבי ובשרי
רבותי, כ'מיין אז כ'עפן א ביזנעס פון גראבן ארום הייזער אין פוילן וכו'. כ'זוף א שותף

נשלח: מאנטאג יוני 15, 2020 7:50 pm
דורך חסידישער_ספקן
לבי ובשרי האט געשריבן:רבותי, כ'מיין אז כ'עפן א ביזנעס פון גראבן ארום הייזער אין פוילן וכו'. כ'זוף א שותף

יארן האבן די אנטיק האנדלער זיך געדרייט אין די שולן פון פולין אוקריינא וכו, ביז זיי האבן אלעס אויסגעליידיגט. אפשר יעצט וועלן זיי זיך דרייען מיט טראקטארס.....

נשלח: מאנטאג יוני 15, 2020 9:55 pm
דורך berlbalaguleh
האט געשריבן:עס איז שווער צו גלייבן אז דאס האט באלאנגט פאר רבני נכדי האדמו"ר מצאנז, וועלכע האבן זיך זיכער געפירט עפ"י מנהגי זקנם בעל דברי חיים זצ"ל נישט צו לאזן נעכטיגן קיין פרוטה אין שטוב, און צו פאר'משכונ'ען אלע זילבערנע כלים.
די לעגענדע פון נישט לאזן איבערנעכטיגן קיין פרוטה אין שטוב איז אנגענומען. אבער פארמשכונ'ען די כלים איז נישט ידוע...!

נשלח: מאנטאג יוני 15, 2020 11:42 pm
דורך אישתישבי
אוודאי האט ער פארמשכון'ט די בעכער.

איך שיהיה באלאנגט עס פאר די פוילישע רעגירונג. נישט קיין איינע פין די אייניקלעך.

אפילו דער גריבובער קומט נישט פין צאנז, זיין זיידע האט געוואוינט אינגאנצען ערגעץ אנדערש.

נשלח: דינסטאג יוני 16, 2020 2:42 am
דורך טאמבל סאס
צו די פרייד פון אנש ווילן מיר מודיע זיין אז אנדערש ווי ביז היינט וועט מען פאר א נתינה פון בלויז צען דאלאר און העכער תיכף זוכה זיין אין א בעכער פון צאנזער רב...

נשלח: דינסטאג יוני 16, 2020 2:57 am
דורך berlbalaguleh
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:
האט געשריבן:עס איז שווער צו גלייבן אז דאס האט באלאנגט פאר רבני נכדי האדמו"ר מצאנז, וועלכע האבן זיך זיכער געפירט עפ"י מנהגי זקנם בעל דברי חיים זצ"ל נישט צו לאזן נעכטיגן קיין פרוטה אין שטוב, און צו פאר'משכונ'ען אלע זילבערנע כלים.
דארף מען זוכן די אייניקלעך פון דער מלוה אין שטאט וואס האט אים געבארגט דאס געלט, פאר אים באלאנגט עס.

דאס איז איינמאל זיכער, פאר מיר באלאנגט עס נישט.

איך בין נאר נייגעריג צו עפ"י דין האט איינער א תביעה דערויף. הרב משה אייזעמאן האט געלערנט אין פאנאוויעז אין ליטא, און דערנאך איז ער געווען דאהי אין אמעריקא. איינער איז אים צוגעקומן און געוואלט פארקויפן זאכן פון זיין טאטע פון דייטשלאנד, און ער האט געפרעגט ר' אהרן קוטלר וואס האט אים געזאגט אז ער האט נישט קיין רעכט דערצו, דאס איז ווי א מציל מזוטו של ים ושללותו של נהר. עפעס אזוי ליגט מיר אין קאפ, איך האב נישט די ברירה דאס מברר צו זיין איצט. און מה גם אז טאמער קיינער האט נישט קיין סימן אדער אפילו טביעת עין אויף דעם, גלויב איך נישט אז דאס טרעפן אין די גיט פון דער דברי חיים איז א ראיה אז עס באלאנגט צו זיין אייניקלאך. נישט דאס מיינט 'מקום הוי סימן', און קיינער ווייסט נישט פון גארנישט. לדעתי בלייבט עס ביי דער וואס האט עס געטראפן, ותו לא. אבער מיט אזא מיינונג, ווער וועט מיר דינגן אלס טוען? דער טרעפער? ער דארף מיר דאך נישט האבן.
ליטוואק פון בודאפעסט: דארפסטו זעהן וועלכער צד צאלט די מערסטע. און דו זאלסט גיין זיין דער טוען פאר זיי.

ביז היינט ביניך נאר געווען א טוען דארט וואו איך האב געגלייבט אז מיין קליענט איז גערעכט. אבער די גרויסע טוענים קענען גיין טענה'ן אפילו ווען זיי האלטן אז זייער בעל דין איז נישט גערעכט...!

נאר דו דערמאנסט מיך די מעשה פון ווען די 3 מענטשן זענען געזיצן צוזאמען און געלערנט די גמ'? וואו ס'שטייט איבער די גרויסקייט פון יונתן בן עוזיאל אז..."עוף הפורח באוויר נשרף"...! אן אונגערישער, א חסיד און א ליטוואק. א יעדער איז נתפעל געווארן פון די גמרא. דער אונגערישער האט געזאגט..."ס'איז מסתמא געווען א גוט שטיקל געבראטן פלייש"...! דער חסיד האט געזאגט..."געטס א קוק איבער די גרויסקייט פון דעם תנא"...! און דער ליטוואק האט געחקר'ט אויב ער איז עפ"י הלכה געווען מחוייב צו באצאלן"...!

נשלח: דינסטאג יוני 16, 2020 5:26 am
דורך צפור בודד
berlbalaguleh האט געשריבן:
האט געשריבן:עס איז שווער צו גלייבן אז דאס האט באלאנגט פאר רבני נכדי האדמו"ר מצאנז, וועלכע האבן זיך זיכער געפירט עפ"י מנהגי זקנם בעל דברי חיים זצ"ל נישט צו לאזן נעכטיגן קיין פרוטה אין שטוב, און צו פאר'משכונ'ען אלע זילבערנע כלים.
די לעגענדע פון נישט לאזן איבערנעכטיגן קיין פרוטה אין שטוב איז אנגענומען. אבער פארמשכונ'ען די כלים איז נישט ידוע...!
דער מאן זאגט אז ס'נעכטיגט ביים אים נישט קיין פרוטה און די רביצן פאר'משכונ'ט...

נשלח: דינסטאג יוני 16, 2020 6:12 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
berlbalaguleh האט געשריבן:
נאר דו דערמאנסט מיך די מעשה פון ווען די 3 מענטשן זענען געזיצן צוזאמען און געלערנט די גמ'? וואו ס'שטייט איבער די גרויסקייט פון יונתן בן עוזיאל אז..."עוף הפורח באוויר נשרף"...! אן אונגערישער, א חסיד און א ליטוואק. א יעדער איז נתפעל געווארן פון די גמרא. דער אונגערישער האט געזאגט..."ס'איז מסתמא געווען א גוט שטיקל געבראטן פלייש"...! דער חסיד האט געזאגט..."געטס א קוק איבער די גרויסקייט פון דעם תנא"...! און דער ליטוואק האט געחקר'ט אויב ער איז עפ"י הלכה געווען מחוייב צו באצאלן"...!

מיר האט מען דערציילט אט די מעשה, מיט א פארקערטן סדר. דער פאנטשליין איז געווען דער אונגארישער.

נשלח: דינסטאג יוני 16, 2020 7:43 am
דורך קאך_לעפל
אויב דאס איז די צאנזער אוצר, קענען מיר קוים ווארטן מ'זאל אנטפלעקן דעם רוזשענער אוצר...

נשלח: דינסטאג יוני 16, 2020 8:33 am
דורך טאמבל סאס
האט געשריבן:עס איז שווער צו גלייבן אז דאס האט באלאנגט פאר רבני נכדי האדמו"ר מצאנז, וועלכע האבן זיך זיכער געפירט עפ"י מנהגי זקנם בעל דברי חיים זצ"ל נישט צו לאזן נעכטיגן קיין פרוטה אין שטוב, און צו פאר'משכונ'ען אלע זילבערנע כלים.
"נישט איבער נעכטיגן אין שטוב" אבער אפשר אין גארטן יא..

נשלח: דינסטאג יוני 16, 2020 10:50 am
דורך berlbalaguleh
לבי ובשרי האט געשריבן:רבותי, כ'מיין אז כ'עפן א ביזנעס פון גראבן ארום הייזער אין פוילן וכו'. כ'זוף א שותף

לבי ובשרי:איך האב א שותף פאר דיר. ער הייסט יאנאש טישקאווסקי. ער וואוינט אויף נאלעווקא 35. ער ארבעט אין ---א קאך. אין בעיסמענט פון די ישיבה הקדושה... דו קענסט רעדן צו איהם אידיש. ער וועט דיר צוריקענטפערן אין פויליש. קיין ענגליש קען ער ממילא נישט...!

נשלח: דינסטאג יוני 16, 2020 10:53 am
דורך berlbalaguleh
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:
berlbalaguleh האט געשריבן:
נאר דו דערמאנסט מיך די מעשה פון ווען די 3 מענטשן זענען געזיצן צוזאמען און געלערנט די גמ'? וואו ס'שטייט איבער די גרויסקייט פון יונתן בן עוזיאל אז..."עוף הפורח באוויר נשרף"...! אן אונגערישער, א חסיד און א ליטוואק. א יעדער איז נתפעל געווארן פון די גמרא. דער אונגערישער האט געזאגט..."ס'איז מסתמא געווען א גוט שטיקל געבראטן פלייש"...! דער חסיד האט געזאגט..."געטס א קוק איבער די גרויסקייט פון דעם תנא"...! און דער ליטוואק האט געחקר'ט אויב ער איז עפ"י הלכה געווען מחוייב צו באצאלן"...!

מיר האט מען דערציילט אט די מעשה, מיט א פארקערטן סדר. דער פאנטשליין איז געווען דער אונגארישער.

ס'גייט ביידע וועגן...!

נשלח: דינסטאג יוני 16, 2020 11:05 am
דורך cictim
האסט גע'הרג'עט די מעשה - די פאנטשליין גייט אזוי:
און דער אונגארישער האט געזאגט..."יוש, נעבעך די פייגעלע"...