בלאט 1 פון 3

פארוואס איז געווען התנגדות צו ברעסלעוו?

נשלח: מאנטאג יוני 15, 2020 10:37 pm
דורך פייסיס
וואס איז די עכטע סיבה וואס מ'האט זיך מתנגד געווען צו ברעסלעוו מתחילה?

נשלח: מאנטאג יוני 15, 2020 10:39 pm
דורך רביה''ק זי''ע
ווייל זיי זאגן נישט תהילים שבת פאר'ן דאווענען און זיי גייען נישט שטיוול שבת.

נשלח: מאנטאג יוני 15, 2020 10:42 pm
דורך רביה''ק זי''ע
אויך ווייל זיי לאכן פונעם ביכל "מחובר לטהור" וואס איז זייער פארהייליגט אין סקווירא.

נשלח: מאנטאג יוני 15, 2020 10:45 pm
דורך פייסיס
ווען האט זיך אנגעהויבן די התנגדות

נשלח: מאנטאג יוני 15, 2020 10:48 pm
דורך רביה''ק זי''ע
פייסיס האט געשריבן:ווען האט זיך אנגעהויבן די התנגדות

נאך די צאדיקאוו גזירה.

נשלח: מאנטאג יוני 15, 2020 10:51 pm
דורך פייסיס
ווער ווייסט פונעם ספר ראש ולענה, אדער ימי התלאות, ווייל כ'הער אז דארט שטייט אסאך פרטים. ביטע אין אישי

נשלח: מאנטאג יוני 15, 2020 10:55 pm
דורך רביה''ק זי''ע
פייסיס האט געשריבן:און ווען האט מען אפגעמאכט אז ווילאמסבורג געהערט פאר אחשווארוש טייטלבוים? רשכבהק, און וועלעכע רב סגייט נישט אין שפאן מיט זיינע קאפריזן רופט מען פייערלעשערס

נאכ'ן סטראוק ווען אלטע פייגא מיט יאסל אשכנזי האבן איבערגענומען די הנהגה.

נשלח: מאנטאג יוני 15, 2020 10:57 pm
דורך פייסיס
כ'זיך נישט די ספרים וואס זענען צענזורירט נאר יענע וואס איז געשריבן געווארן פאר אסאך יארן צוריק אן צענזור

נשלח: מאנטאג יוני 15, 2020 10:58 pm
דורך רביה''ק זי''ע
פייסיס האט געשריבן:אלטע פייגער האט גע'רודפ'ט קלויזנבורג? נישט ער??
ניין

נשלח: מאנטאג יוני 15, 2020 10:58 pm
דורך פייסיס
א דאנק פאר בעל עגלה פאר'ן בינטל סחורה אין אישי.
כ'דארף עס קודם אויסלייענען און דאן קען איך עס ארויפלייגן

נשלח: מאנטאג יוני 15, 2020 11:21 pm
דורך טובה
פייסיס האט געשריבן:א דאנק פאר בעל עגלה פאר'ן בינטל סחורה אין אישי.
כ'דארף עס קודם אויסלייענען און דאן קען איך עס ארויפלייגן


כקען קוים ווארטן טשיפקא

נשלח: מאנטאג יוני 15, 2020 11:24 pm
דורך פייסיס
וואס מיינט טשיפקא

Re: פארוואס איז געווען התנגדות צו ברעסלעוו?

נשלח: דינסטאג יוני 16, 2020 12:11 am
דורך חוקר ודורש
פארוואס קען נישט די אשכול אויסקוקן צום זאך? ביטע זיך האלטען צום נושא.

נשלח: דינסטאג יוני 16, 2020 1:31 am
דורך אריה
כ'האב נישט דירעקט געפארשט די נושא, אבער פון דא און דארט האב איך באקומען א בילד פון א אינגערמאן, ר' נחמן, אן אור אייניקל פון בעש"ט, וואס ווייזט ארויס גאר ווייניג רעספעקט צו די חסידישע עסטעבלישמענט, און צומאל טרעט ער אריין אין טעריטאריע פון דיסרעספעקט.
ר' נחמן (ווי פיני דוננער זאגט), איז געווען אן אייקאנעקלעסט (iconoclast), ער איז געווען א שארפער, די קאמבינאציע קען ברענגען אסאך התנגדות און שנאה.

לויט ארתור גרין האט רבי נחמן אינישיעטעד די מחלוקת מיט די שפאלער זיידע. אדער ווייל ער האט נישט געהאלטן פון זיין דרך, אדער איז עס געווען א טעריטאריעלע געפעכט.
(כ'מיין אז געוויסע היסטאריקער פון חסידות האבן א נטייה צו זעהן אין אלע מחלוקת'ן א טעריטאריעלע מחלוקת, צומאל אויפ'ן חשבון פון אידעאלאגישע דיפערענצן)

נשלח: דינסטאג יוני 16, 2020 2:05 am
דורך חקרן
רבי נחמן איז נישט געווען קיין תלמיד און האט נישט מקבל געווען פון קיין איין רבי (א זאך וואס איז בימים ההם געווען אפגעפרעגט - נישט געווען נאך אזא רבי בדורו), קוים א יונגערמאן, און גערעדט איבער זיך הפלגות מיט הערכות, וואס קיין איין צדיק האט נישט גערעדט אזוי גרויס אויף זיך, ווען בשעת מעשה האט ער אוועקגעמאכט אלע גדולי ישראל, אז זיי קומען נישט צו לקליפת השום שלו, און אז אויף יענע וועלט וועלן די גרעסטע צדיקים מקנא זיין די קלענסטע פון זיינע מענטשן, בלא בלא בלא, און ער איז א חידוש וואס איז נאכנישט געווען זייט בריאת העולם... דאס האבן נישט צדיקים געזאגט אויף אים, נאר ער האט דאס אליין געזאגט אויף זיך... פון די אנדערע זייט האט ער מיס און שארף גערעדט אויף דער שפאלער זיידע, וואס איז געווען דער זקן הדור און יעדער האט אויף אים ארויפגעקוקט, ווי אויך אויפן רבי'ן ר' ברוכ'ל.

פארגעסט נישט! - ער איז קוים געווען א יונגערמאן, קיינעמ'ס נישט תלמיד, און אזוי האט ער גערעדט.

און איר פרעגט נאך, וואס די התנגדות אויף ברסלב איז געווען...

נשלח: דינסטאג יוני 16, 2020 2:09 am
דורך פייסיס
ס'נישט אזוי פשוט.
איך וועל מארגן דארפן ארויפלייגן א בינטל היסטאריע וואס כ'האב אקורשט באקומען.

נשלח: דינסטאג יוני 16, 2020 2:49 am
דורך טאמבל סאס
שלא מן הענין: ס'איז פארהאן א וועריפייד בילד פון ר' נחמן?

נשלח: דינסטאג יוני 16, 2020 2:52 am
דורך אריה
ניין.
ס'איז געווען א שמועה אויף דעם בילד אז ס' איז פון רבי נחמן, אבער ס'איז נישט אמת.

דא איז אן ארטיקל פון אומן שלום איבער דעם בילד.
זיי ברענגען פון עמיצן:
"זו תמונה שנמכרה במכירה פומבית ב’סודביס’ שצוייר ע”י האומן איזידור קאופמן ב1909 מיהודי חסיד מאוסטריאן הונגריה שצייר הרבה תמונות, אני הייתי במכירה הזאת, זו לא תמונה של רבי נחמן מברסלב"
בילד

נשלח: דינסטאג יוני 16, 2020 6:12 am
דורך במדבר

נשלח: דינסטאג יוני 16, 2020 6:17 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
די התנגדות צו ברסלב איז געווען די התנגדות צו חסידות.

נאך א פאר דורות האט זיך חסידות אנגעהויבן צו ועורן פארדזשאווערט, און זיך פארוואנדעלט אין א מאכט געיעג מיט אמונות טפלות און קינדערישע אויפפיהרונגן. ברסלב האט זיך נאך געהאלטן צו די אלטע סיסטעם, אן קיין שליטה אויף גארנישט און אן קיין שום חיצוניות. דאס איז געווען א דארן בעיני די יורשים און ביזנעסלייט וואס האבן געוואלט אז חסידות זאל בלייבן א פערזענליכע ירושה זייערע. פון דעם האבן זיי געבויט א שיטה.

די מתנגדים פון חסידות האבן געזען אין דעם א געפערליכע כפירה און עבו"ז, נאר נאך א פאר דורות האבן זיי זיך בארואיגט, זע'ענדיג אז אלס איז שוין בטל געווארן, חסידות איז סתם א מענ'ס קלאב, ווי מ'טרינקט און דערציילט מעשיות, און די המון עם קען זיך דערקוויקן דערמיט. פון זיי וואלט סייווי גארנישט געווארן, און די עבו"ז און כפירה איז שוין אריבער. נאר אין ברסלב האט מען נאך אנגעהאלטן די אלטע חסידישע סיסטעם, מ'האט נאך געהאלטן חסידות ווי ביים בעש"ט, און דאס האבן גדולי ישראל דאך געהאלטן פאר כפירה ומינות.

נשלח: דינסטאג יוני 16, 2020 8:34 am
דורך צפור בודד
פייסיס האט געשריבן:וואס איז די עכטע סיבה וואס מ'האט זיך מתנגד געווען צו ברעסלעוו מתחילה?

זע נאחז בסבך פון דוד אסף וואס האט א קאפיטל אויף דעם מחלוקת, און אויך דא איבער ר' נחמן וואו ס'איז אויך באשריבן.

נשלח: דינסטאג יוני 16, 2020 8:43 am
דורך טאמבל סאס
דאכצעך מיר דוד אסף זאגט אז ס'איז געווען דריי באזונדערע תקופות פון מחלוקות-אויפלאקערונגען אנטקעגן ברעסלאוו.

היינט, קוקענדיג אויף ברעסלאווע באוועגונגען אין אמעריקע קען זיך משער זיין אז ר' נחמן (אדער זיינע תלמידים) איז/זענען אויך געווען א-שטייגער יואלי ראטה'ניקעס אבער איך וואונדער מיך אמאל אויב (פון אנהויב עט-ליעסט) איז ער נישט געווען א לב-טהור סארט ענדישער?

נשלח: דינסטאג יוני 16, 2020 8:48 am
דורך טאמבל סאס
מיך וואונדערט אויב אסאך פון די גאר ערנסטע טיף-דענקענדע מענטשן וואס זענען עוקר צו ברעסלאוו וואלטן אויך געטוהן אזוי אויב וואלט ער געלעבט היינט אדער ס'איז זיי נאר אטראקטיוו יעצט, ווען דער איינציגסטער צדיק אמת איז שוין מער נישט בין-החיים...?