בלאט 1 פון 1
בד''ה הגה''צ רבי אהרן קאהן זצ''ל אבד''ק דברי אמונה
נשלח: דינסטאג יוני 16, 2020 12:15 pm
דורך [NAMELESS]
מיט גרויס צער קומט די ידיעה אז ס'איז נפטר געווארן הגה''צ רבי אהרן קאהן זצ''ל פון מאנסי, ברודער פון אדמור''ים מתולדות אהרן ואברהם יצחק, נאך א לענגערע קאמף מיט קאראנא.
נשלח: דינסטאג יוני 16, 2020 12:37 pm
דורך [NAMELESS]
.
נשלח: דינסטאג יוני 16, 2020 9:03 pm
דורך פארוואס?
א געוויסע תקופה אין מיין לעבן בין איך זייער נאנט געווען מיט איהם,
יהא זכרו ברוך.
נשלח: דאנערשטאג יוני 18, 2020 12:36 am
דורך שמעקעדיג
אויף א ת"ח שלא נספד כהלכה זאגן חז"ל שרעקליכע זאכן.
דער עולם דא קוקט נישט אויס אינטרעסירט, אבער דער איז געווען א זעלטענער צדיק וקדוש, ת"ח ועובד ה'. געווען יארן לאנג א מגי"ש אין ישיבה סאטמאר בק"י, מיט טויזענטער תלמידים הגונים.
די וועלט האט פארלוירן אן אמאליגער צדיק. הצדיק אבד לדורו אבד.
פאר מער, קענט איר קוקן אין אייוועלט.
ובזה יצאתי ידי הספדי, האפענטליך כהלכה.
נשלח: דאנערשטאג יוני 18, 2020 1:38 pm
דורך שלשלת
זייער אסאך תלמידים רעדן מיט א געוואלדיגע רעספעקט והערצה, און אנגעהאלטן א נאנטע קשר פאר לאנגע יארן נאך וואס מען איז ארויס פון ישיבה
נשלח: דאנערשטאג יוני 18, 2020 2:07 pm
דורך ארי נוהם
שמעקעדיג האט געשריבן:אויף א ת"ח שלא נספד כהלכה זאגן חז"ל שרעקליכע זאכן.
דער עולם דא קוקט נישט אויס אינטרעסירט, אבער דער איז געווען א זעלטענער צדיק וקדוש, ת"ח ועובד ה'.
א ת"ח שלא נספד כהלכה טויג טאקע נישט.
איך בין שטארק אינטערעסירט, אבער צוערשט וויל איך וויסן אויב "א זעלטענער צדיק וקדוש" מיינט איינער וואס איז אויסגעארבעט סיי בין אדם למקום און סיי בין אדם לחבירו, צי ס'איז גענוג צו זיין אויסגעארבעט בין אדם למקום צו בארעכטיגן דעם טיטל, און צו דארפן מספיד זיין כהלכה אזא ת"ח.
נשלח: דאנערשטאג יוני 18, 2020 2:48 pm
דורך berlbalaguleh
ארי נוהם: איך רעד בדרך כלל. איינער וואס איז אויסגעארבעט אין די מידות פון בין אדם למקום,. איז געוונליך אויך אויסגעארבעט אין די מידות פון בין אדם לחבירו. אזוי שטייט אין פרקי אבות..."כל שרוח הבריות נוחה הימנו, רוח המקום נוחה הימנו. וכל שאין רוח הבריות נוחה הימנו, אין רוח המקום נוחה הימנו"...!
נשלח: דאנערשטאג יוני 18, 2020 3:06 pm
דורך [NAMELESS]
ארי נוהם האט געשריבן:שמעקעדיג האט געשריבן:אויף א ת"ח שלא נספד כהלכה זאגן חז"ל שרעקליכע זאכן.
דער עולם דא קוקט נישט אויס אינטרעסירט, אבער דער איז געווען א זעלטענער צדיק וקדוש, ת"ח ועובד ה'.
א ת"ח שלא נספד כהלכה טויג טאקע נישט.
איך בין שטארק אינטערעסירט, אבער צוערשט וויל איך וויסן אויב "א זעלטענער צדיק וקדוש" מיינט איינער וואס איז אויסגעארבעט סיי בין אדם למקום און סיי בין אדם לחבירו, צי ס'איז גענוג צו זיין אויסגעארבעט בין אדם למקום צו בארעכטיגן דעם טיטל, און צו דארפן מספיד זיין כהלכה אזא ת"ח.
אפגעזעהן וואס די תשובה איז ר' אהרן'ס תלמידים רעדן זייער גרויס וועגען זיינע מידות בין אדם לחבירו ובין תלמידיו
בד''ה הגה''צ רבי אהרן קאהן זצ''ל אבד''ק דברי אמונה
נשלח: דאנערשטאג יוני 18, 2020 4:56 pm
דורך חוקר ודורש
ער הייסט פשטות נאכן זיידען דער בעל שומרי אמונים, האט ער זיך אויך געפירט ווי אים באדמו״רית?
נשלח: דאנערשטאג יוני 18, 2020 5:08 pm
דורך [NAMELESS]
חוקר ודורש האט געשריבן:ער הייסט פשטות נאכן זיידען דער בעל שומרי אמונים, האט ער אויך זיך געפירט ווים אים באדמו״רית?
אויף קול מבשר איז געוועהן א אינטערוויו מיט א תלמוד און ער האט געזאגט אז ר' אהרן האט אים נישט געלאזט אים רופן "די רב" נאר "די מגיד שיעור".
נשלח: דאנערשטאג יוני 18, 2020 10:08 pm
דורך פארוואס?
ארי נוהם האט געשריבן:איך בין שטארק אינטערעסירט, אבער צוערשט וויל איך וויסן אויב "א זעלטענער צדיק וקדוש" מיינט איינער וואס איז אויסגעארבעט סיי בין אדם למקום און סיי בין אדם לחבירו, צי ס'איז גענוג צו זיין אויסגעארבעט בין אדם למקום צו בארעכטיגן דעם טיטל, און צו דארפן מספיד זיין כהלכה אזא ת"ח.
ווי געשריבן, איך האב איהם געקענט פון זייער נאנט, ער פלעגט אסאך רעדן און מעורר זיין וועגן עניינים שבין אדם לחבירו.
(בנוגע וואס דו פראבירסט מרמז זיין, חז"ל שרייבן שוין *אין אדם נתפס על צערו*). איינע פון די עיקר מעלות וואס איך האב געגליכן אין איהם איז זיין פשטות, אנדערש ווי זיינע ברידער פלעגט ער דייקא נישט פליען אין די הימלען. ער האט גערעדט וועגן זייער פשוט'ע זאכן, און זיינע תורות זענען אייביג געווען זייער פשוט און למעשה'דיג.
זייער אסאך אידן האבן געזעהן אין איהם א דמות למופת, ער איז געווען א נחבא אל הכלים און א שטילער מענטש.