[justify]די אמעריקאנע קאנסטאטוציע פארזיכערט גלייכרעכטונג און אייניגע-יוסטיץ פאר יעדע בירגער אפגעזען פון ראסע, אפשטאם, אדער געשלעכט. עס איז טאקע זייער א נאבעלע אידיאל אבער צום באדויערן איז דער דאזיגער רעכט פאר לאנגע יארן בלויז געווען גוט אויפן פאפיר אויף וועלכע ס'איז געשריבן געווארן, ס'האט גענומען לאנגע יארן ביז גענצליכע גלייכבארעכטונגונג איז איינגעשטעלט געווארן איבער גאנץ אמעריקע.
ס'איז א טרויעריגער פאקטאר אז טינקל-הויטיגע פארשוינען ווערן מער פארפאלגט דורך די פאליציי ווי אנדערע דורכשניטליכע מענטשן. די פראגע איז פארוואס? צי ווייל די פארברעכן ראטע איז ווירקליך העכער ביי זיי ווי ביי אנדערע עטנישן, צי ווייל אמעריקע איז געשלאגן מיט ערענסטער איינגעווארצלטע ראסיזם פראבלעם?
מאנכע זענען ביי די מיינונג אז די פאליציי אין לאנד איז ווירקליך געבויעט געווארן אויף פאנדעמענטן פון ראסזים. זיי צייגן אן דעם פאקט אז ווען שקאלפעריי איז נאך געווען איינגעשטעלט אין די שטאטן, האבן זיך די פאליציי אגענטורן הויפזעכליך פארנומען נאכצויאגן אנטלאפענע שווארצע קנעכט און זיי צוברענגן צו זייער הארן און פארפאלגער. און דאס ראסיזם איז געבליבן טיף איינווארצלט אין זיי ביז צום היינטיגן טאג. די זעלבע ארגומענטירן גלייכצייטיג אז אמעריקע איז פארפליכטעט צו באצאלן רעפעראציעס פאר אפשטאמיגע פון שקאלפן. זיי זענען ביי די מיינונג אז די היינטיגע אמעריקאנער דארפן שטרענג באשטראפט ווערן פאר די ראסיסטישע זינד וואס זייערע זיידעס זענען באגאנגן. און צוליב דעם וואס זיי טראגן זיך ארום מיט אזא אנגעווייטאגטע פילאזאפיע, איז יעדעס מאל אז א שווארצער ווערט פארפאלגט דורך א ווייסער פאליציי אפיציר, איז דאס א דייטליכער באווייז אז די פאליציי איז דורכגעפוילט מיט ראסיזם פון אויבן ביז אונטן... אנשטאט טראכטן ניכטער און באהאנדלן יעדע אינדיווידואַלע סיטואציע מיט מיט אַן אָביעקטיווער און א ראציאנאלער בליק, נעמען זיי ענדערש אזא קאָלעקטיוויזירטער צוגאנג און באשולדיגן אלע פאליציי אגענטורן אין לאנד אויף די בייזע אקטן פון ספּעציפישע אינדיווידואַלן.
זיי ארגומענטירן אז מען דארף גענצליך אויפלעזן אלע פאליציי אגענטורן אין לאנד. און דאן פון די ברוכווארג צוריק אויפבויען א סארט אגענטור ריין פון יעדע סארט ראסיסטישע איינפלוס.
אנדערע מענטשן וועלכע לעבן נישט מיט אזא האס און ווייטאג, און האלטן אז קינדער דארפן נישט שטארבן צוליב די זינד פון די עלטערן. זיי גלויבן אין וואס משה האט ארגומענטירט צו ג-ט, האיש אחד יחטא ועל כל העדה תקצף??? זענען ביי די מיינונג אז מען טאר נישט ריכטען א גרופע מענטשן צוליב די אקטן פון איין אינדיווידואַל, נאר מען דארף אנעליזירן יעדע אינדיווידואַלע סיטואציע באזונדער.
נעמליך, דער פאקט אז אונזערע שווארצע ברודער און שוועסטער ווערן מער פארפאלגט דורך די פאליציי ווי ווייסע איז פארט א פאקט, און מען טאר זיך פון דעם אויף קיין שום פאל נישט פארהוילן! דאס איז קעגן די ווירדן פון די מענטשהייט און פון די קאנסטאטוציע, וואס פארזיכערט גלייכרעכטונג און אייניגע-יוסטיץ פאר יעדע בירגער גלייך, אפגעזען פון ראסע אדער קאליר! זיי ארגעמענטירן אז די שווארצע געמיינדע איז מער געפלאגט מיט פארברעכן צוליב די ארימקייט און פיין וואס זיי האבן געליטן אין די פארגאנגנהייט, און דער זאכליכער לעזונג איז, אויפצובויען די שווארצע געמיינדעס עקאנאמיש און שטאנדהאפטיג, און דאס וועט אוטומאטיש פאראורזאכן אז די פארברעכן ראטע ביי זיי וועט נידערן, און אזוי ארום וועלן זיי נישט זיין אויסגעשטעלט צו מער פארפאלגונג פון די פאליציי. און צו פארמיידן פאליצייאישע ברוטליטעט אין די צוקונפט, דארפן איינגעשטעלט ווערן מאסנאמען וועלכע פארבאטן ווערגן און אנדערע ברוטאלע מיטלן מיט וועלכע די פאליציי באנוצט זיך ביים דורכפירן ארעסטן.
ווי אזוי ס'זאל נאר נישט זיין זענען די שווארצע ווירקליך קרבנות פון ראסיזם. אפילו מען זאל אנעמען אז זיי ווערן נישט פארפאלגט דורך די פאליציי מער ווי די ווייסע צוליב ראסיזם, נאר צוליב די גרויסע פארברען ראטע מיט וועלכע זיי זענען געפלאגט, איז דאס אויך צושטאנד געקומען פון ראסזים, סערעגאציע, און שקאלעפריי. דאס אמעריקער פאלק איז זיי ווירקליך שולדיג אן איבערבעטונג.
מיין שווארצע ברודער און שוועסטער, איי עם סארי![/justify]
פאליציי רעפארמען.
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 981
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 08, 2019 7:02 pm
- האט שוין געלייקט: 2658 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1064 מאל
1-נישט איך און נישט דו, נישט מיינע אדער דיינע עלטערן אדער אור עלטערן האבן געטוהן סיי וואס פארא שלעכטס פאר די שווארצע געמיינדע, במילא איז נישט שייך קיין אפאלאדזשי.
2-אזוי איז דא א "ריזיגע" פראצענט אמעריקאנער וואס זענען הערשט אנגעקומען דא נאך די גאנצע מעשה.
3-מען האט אין לויף פון די יארן געספענט טריליאנען דאלארן צו העלפן די איננער סיטיס און אירע איינוואונער מיט כל ערליי פראגראמען מיט כמעט זיראו רעזולטאטן.
4-לענ"ד פעלט זיי געזונטע לידערשיפ (אזאנס וואס מעגליכט זעלבסט קריטיק), ווען דאס וועט זיין וועלן זיי גאנץ שנעל ארויס קומען פון זייער פלאנטער.
(געבויעט אויף מערערע פאקטן, אריינגערעכנט:
-אין סטעיטס ווי קנעכשאפט האט זיך געענדיגט פיל פריער און ס'איז בכלל נישט געווען Jim crow געזעצן שטייען זיי נישט בעסער.
-אינדיווידועלע שווארצע וואס רייסן זיך אפ פון זייער קולטור קומען אן גאר ווייט -געדענק אז ס'איז פאראן מערערע פראגראמען געצילט צו העלפן "בלויז" שווארצע-).
5-ריכטיגע פאליציי רעפארמען (בעסערע טרענירונג און זיי ניצן נאר אויף די ריכטיגע זאכן) איז זייער וויכטיג, און וועט העלפן יעדעם.

- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1093
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 18, 2018 3:34 pm
- האט שוין געלייקט: 566 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1901 מאל
קאך לעפעל האט פארקויפט די נשמה צום שטן
"וואס וועל איך טוהן אז מ׳וועט איין שיינעם טאג געוואר ווערן אז איך בין נישט קיין אמתע רבי?"
- אהבת ישראל מוויזניץ
- אהבת ישראל מוויזניץ
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2367
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
- האט שוין געלייקט: 268 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל
[justify]דער טונקל-הויטיגער סענאטאר פון דרום קאראליינע טים סקאַט וויינט!
דער געשעצטער סענאטאר ארבייט שוין יארן דורכצופירן לעגיסלאציע צו רעפארמירן די פאליציי אגענטורן אין לאנד. נאכ'ן ברוטאלער טויט פון דזשארדש פלויד האט דער זעלבסט-האסנדער יעווסעקציע טשוואק שומער פון ניו יארק, פארפירט אז מען דארף דורכפירן לעגיסלאציע צו רעפארמירן די פאליציי איידער יולי דעם פערדן, דער טאג וואס די אמעריקאנע באפעלקערונג צייכענען אפ איר אפהענגיקייט און זעלבסט-שטענדיגקייט פון בריטאניע. דער רעפובליקאנער פירער מיטש-מעקאנעל איז איינגעגאנגען דערויף, און לעגיסלאציע צו רעפארמירן די פאליציי די פאליציי אגענטורן אין לאנד איז ענדליך אויפגעברעגט געווארן אינעם סענאט!
מיינט איר דאך זיכער אז דער קריכנדער-אינזעקט וואס רופט זיך שומער איז געווען צופרידן? א נעכטיגער טאג! דער רשע און אכזר איז א פולשטענדיגער אונטערטאן פאר די מוטער פון שלעכטס, די בארימטע מרשעת און שקלאפטע פון סאַן פֿראַנסיסקאָ' נעסטי פעלוסי, און מיט איר גוטהייסונג האט דער צוויי-וויידלדער פארשאלטענער פערד, שומער, געטאן אלעס אויף די וועלט אז דער געזעץ זאל דורכפאלן אינעם סענאט.
דאס רשעות דערפון איז ווירקליך אומבאגרייפבאר. די פארשאלטענע סאציאליסטישע דעמאקראטן ווילן נישט אז פאליציי רעפארמען זאל דורכגיין אלס געזעץ. זיי זענען אויסן אז די שווארצע זאלן ווייטער ליידן פון פאליציי ברוטאליטעט, אזוי אז זיי זאלן זיך קענען אהערשטעלן אלס די דאזיגע וועלכע גייען דאס אפשטעלן און אזוי ארום געווינען די שטימען פון די שווארצע. דאס ציגאנערשאפט פון די פארהאסטע ליבעראלע פארברעכער און זייער דארשט צו מאכט זענען דאך ממש אומבאגרייפבאר. גוטע אמעריקאנער בירגער, אפריקאנע-אמעריקאנער, זאלן ברוטאליש אונטערדרוקט ווערן און דערמארדעט ווערן אין קאלט-בלוט דורך געציילטע פארפוילטע ראסיסטישע פאליציי, בלויז אז זיי זאלן זיך דערווארבן מאכט אין וואשינגטאן!
סענאטאר סקאַט האט זיך געבעטן מיט טרערן, לאמיר דורכפירן א געזעץ וואס ביידע סיי די רעפובליקאנער און סיי די דעמאקראטן זענען איינשטימיג, און אז די דעמאקראטן ווילן עפעס מער, זאלן זיי דאס דורכפירן ווען זיי זענען אין מאכט! אבער זיין געוויין און די געוויין פון אמעריקע איז געפאלן אויף טויבע אויערן. ווען עס קומט צו מאכט און געוועלטיגן אויף אנדערע, זענען די סאציאליסטישע דעמאקראטן ימ''ש גרייט אויף אלעם. סארא שאנדע....[/justify]