די צוביסלעכווייזע וועלטס אונטערגאנג

פענע-קונסט און נשמה-געזאנג
פארשפארט
באניצער אוואטאר
ספרא דמרא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 35
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 12, 2019 9:48 pm
האט שוין געלייקט: 22 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 299 מאל

די צוביסלעכווייזע וועלטס אונטערגאנג

שליחה דורך ספרא דמרא »

אוי גאט!

איך קען שוין נישט דערטראגן די ווייטאגן, די שמערצן און זעלבסטבאשולדיגונגען, איך קען זיך שוין נישט ברענגען מער צו פרובירן אפילו נאך איין מאל, גענוג איז גענוג, כ'ווייס אליין נישט פונקטליך וואס עס דרוקט מיר, אבער דער צייכן אז איך בין בארעכטיגט צו קלאגן איז אז אלעס טוט מיר וויי.

פון וואו זאל איך אנהויבן מיט די צעמישעניש ערקלערונגען, פון דאס לעבן, וואס איז מיין ציל? וואס איז מיין וועג? וויאזוי דארף איך דאס צו טרעפן? פון פרנסה, און אויב וועל איך יא האבן, ווער זאגט אז איך דארף האבן? פארוואס זאל איך זיך צאמפלאגן אויב אין רגע גייט עס אוועקגיין ווי א פארבייגייענדע שאטן, ווער וועט מיר צייגן וואס דאס איז א סוקסעספולער טאג? פארוואס שמייכלט יעדער, פון וואו וועל איך גיין שעפן א בארואיגונגס מיטל אויף צו עררייכן שמחת החיים והנפש אין פולן זין פון ווארט.

איך דריי זיך אויף דער וועלט און זעה פארלאשענע אויגן מיט בלוטיגע שמייכלען, מענטשן וואס דרייען זיך און פרייען זיך אין צירקלען אן א דעסטינאציע, פאר וועלכע סיבה זאל מיר יעצט זיין אינטערסאנט דאס עקזיסטענץ, און פון די צווייטע זייט וואס וועט מיר העלפן אויב וועל איך זיך דערפון אפזאגן, דאס איז חוץ פון די שלעכטע טאטן וואס מענטשן מיט בארבארישע אגענדעס פרובירן צו בעאיינפלוסן די וועלט אלס כדי עס זאל זיין און בלייבן כאאס, וואס וועט דא זיין פאר א געפערליכס, די באשעפענישן אויף דער וועלט זענען אלע אין א געפאר פון פארלענדעט ווערן, פון די שטיינער ביז די מענטשן, אלס איז אומרואיג און אלס קען זיך אין יעדע ליאדע סעקונדע פארענדיגן.

א וועלט פול מיט טייוולאנישע צילן, א וועלט פול מיט צרות, א וועלט פול מיט ווייטאג און טרויער, א וועלט וואו שטארבן אויף א נארמאלע פארנעם איז עפעס וואס מען מוז זיך קענען ערלויבן, מענטשן פאלן ווי פליגן, א וועלט פון מלחמות, א וועלט פון שאדן, א וועלט פון אנארכיע און גרימצארן פון איינער אויפן צווייטן, א וועלט ווי מענטשן ווערן פארוואנדלט אין גייסטליכע צערודערטע וועלכע קלערן נישט בעפארן שאדן מאכן דאס וועלטל אין וועלכע זיי לעבן.

אלעס טאנצט ווי אין א שדים טענצל, אלס דרייט זיך ארום מיר און דאס ברענגט מיר צו קלערן צו איך בין דער שיכור'ער גאר אדער איז די וועלט גאר אנגעטרונקען מיט שעדליכע געטראנקען, בין איך א שווארצקוקער אדער שלעכטער בר מזל אדער בין איך גאר אן איידעלער וואס דערליידט נישט די וועלטס פירונגען און דעריבער בין איך אויסגעשפיגן געווארן, איך קלער צו זיך טיילמאל אז פילייכט איז גאר פארהאן אין א ווינקל אין דער וועלט אן ארט ווי עס זיצן נאך אזעלכע ווי מיר און אויך זיי לעבן אין שאטן פון שרעק, קען אבער גאר זיין אז זיי זענען צעזייט און צושפרייט און קענען זיך נישט אנכאפן איינער דעם אנדערן ווען מען הערט די שרעקעוודיגע גערודער פון די שלעכטע וועלט.

פייער צאנקען און רויעך פארלענדן דעם יוניווערס און יעדער שמייכלט און דרייט זיך ארום זוכן נאך א פארשימלטן דאלער וואס קען זיין ערגעץ פארשטעקט צווישן די וועלטס ברוכווארג, אנטשולדיגט מיסטער מענטש, די וועלט ווערט חרוב, גיי נעם זיך צוזאם דיינע באלאנגונגען און זיץ איינגעמאכט ביזן זעץ, דריי זיך נישט אין די מסוכנ'דיגע גאסן.

קען מיר איינער פארשטיין געבן וואס מיט די מענטשהייט גייט פאר?

דער איינציגסטער וואס קען דא סדר מאכן ביסטו דער יושב בסתר, דער יושב בשמים, דו זיצט פון אויבן און דו לאכסט ווי דו מאכסט חרוב דיין וועלט, ווי דו דרייסט עס ארום ווי א טאפ איינגעמאכטס און די מענטשן ווי בונדלעך פליען ארום נישט וויסנדיג און נישט כאפנדיג וואס דער ציל דא איז.

איך אפעליר צו דיר קל חנון ורחום, עולמך חרוב בעדך! מעשי ידיך טובעין בים! הצילני!
אם תרצה שיהיה בכוחך לסבול את החיים, היה מוכן לקבל את המוות
אויסער געווענדליך
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 76
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 24, 2018 2:26 pm
האט שוין געלייקט: 10 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 94 מאל

שליחה דורך אויסער געווענדליך »

געווענדליך שרייב איך נישט אנליין, אבער..........

יעצט מוז איך אריין כאפן.

IMG-20200615-WA0000.jpg
פארשפארט