בלאט 1 פון 1
איז גמרא דער איינציגסטער לימוד?
נשלח: פרייטאג יוני 19, 2020 8:18 am
דורך אישתישבי
אין ליכט פין
דער אשכול, וואס דארט שרייבן אסאך אז תוספות איז פשוט נישט פאר זיי, זיי ברויכען זיך מוטשען צו פארשטיין, און פילען נישט קיין טעם דערין, לעומת גמרא רש"י האבן זיי ליב און א סיפוק, און פראבירן מטיל ספק צו זיי אויב תוס' האט טאקע א רעכט צו ווערען געדריקט אויף דער זייט פין דער גמרא וכו' ועוד.
איז משמע אז גמרא איז זיכער דער זאך, יעדער איד דארף וויסן וויאזוי אפצולערנען און פארשטיין א בלאט גמרא, אהן דעם, איז מען ווי א בעל תשובה וואס דארף זיך באגענוגען מיט לערנען משניות צו חומש.
װעל זה באתי, פארוואס טאקע? פארוואס מוז יעדער, אפילו די וואס פילען נישט גארנישט אין גמרא, ער פארשטייט נישט דער עמקות און דער פשטות, פארשטייט נישט דער הלכה און דער קשיא, נישט דער תירוץ, און נישט פארוואס די גמרא דארף צוויי תירוצים ווען די קשיא הייבט זיך באמת נישט אהן ווייל תוס' פרעגט עס, און וואס מיינט בכלל לויט דער הוה אמינא? דער הוה אמינא איז דאך גלאט א טעות. און פארוואס דארף יעדער זאך א חידוש? און פארוואס דארף דער עברי זיין אזוי שווער? וכהנה רבות.
והעיקר, די בחורים אין ישיבות וואס זענען נישט געבענטשט צו פארשטיין גמרא, זיצען מיט אנדערע און שטיפען צייט, שטיפען די יארען, און דערנאך ווען זיי האבן חתונה שטיפען זיי א שיעור ביינאכט, אלץ צו לערנען גמרא, און ער פארשטייט נישט, ער ווייסט נאר פשיטא? און עפעס א חידוש וואס מען דארף זיין א מאמין צו פארשטיין. סד"א אז וויבאלט כהנים מעגן שחט'ן אין שבת דער תמיד, מעג איך שחט'ן מיין טשיקען פאר שלש סעודות קמ"ל אז נישט. וואס איז דער תועלתוואלט נישט געוועהן א תועלת ווען מען מאכט אין די ישיבות אפאר שיעורים? ברוך השם די תורה איז גרויס, גמרא שולחן ערוך משנה ברורה, חומש רש"י רמב"ן, מדרש, זוהר, מוסר, א וועלט פין נושאים וואס מען רירט נישט צו, נאר מען שטיפט די צייט אויף די גרויסע גמרות וואס מען פארשטייט מיילא נישט.
נשלח: פרייטאג יוני 19, 2020 10:34 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
עס זעט אויס אז מ'מישט דא צוויי זאכן.
א. א בחור וואס זעט נישט קיין ברכה אין לערנן גמרא, זאל מען אים נישט לערנן אנדערע עניינים, אין וואס ער וועט מעגליך יא האבן א געשמאק, און אזוי כאטש וועט ער עפעס לערנן?
ב. איז דען דא בעצם א זאך אז גמרא איז די עיקר לימוד? פארוואס דארף יעדער לערנן גמרא, זאל יעדער לערנן וואס ער וויל, און פערטיג?
די צווייטע שאלה איז א הגיון'דיגע, וואס איז בעצם וויכטיג אין לערנן. איך מיין אז אין דעם דארף מען נישט צו פיל קלערן. קוק אין שו"ע הרב הלכות תלמוד תורה וועסטו וויסן.
די ערשטע שאלה איז מער א פראקטישע. זאל מען מוותר זיין אוי די טשאנס אז געוויסע בחורים וועלן זיך שפעטער צונעמן צום גמרא, אויף די חשבון פון אנדערע וואס וועלן דאס קיינמאל נישט טון? האט עס אמאל געהאלפן? האט מען אמאל געטראפן א בחור וואס ביי די זיבעצן\אכצן האט ער זיך גענומן צום לערנן? ביי ליטווישע איז עס בכלל נישט קיין חידוש, אבער דארט האט מען נאך פינף זעקס יאר נאך דעם ביז צום חתונה.
נשלח: פרייטאג יוני 19, 2020 10:54 am
דורך אישתישבי
ליטוואק,
נישט איבעראל איז דא צוויי דינים.....
מען לערנט גמרא ווייל אזוי איז געוועהן אמאהל, ווייל אמאהל זענען אין די ישיבות נאר אנגעקומען בחורים וואס האבן פארשטאנען לערנען.
היינט אז אלע לערנען אין ישיבה איז א דבר פשוט אז נישט אלע סדרים אין טאג דארפען זיין אין גמרא. אפילו לויט דיין טענה אז אפשר איין טאג וועט ער האבן פתיחת הלב און אנהייבן פארשטיין גמרא, איז גענוג איין סדר.
די שוואכע בחורים וואלטען באדארפט צו האבן באזונדערע סדרים מיט גרינגערע לימודים ווי זיי האבן א ברירה מצליח צו זיין.
אבער די עיקר טענה איז, פארוואס זאל גמרא זיין דער עיקר לימוד און אלע אנדערע לימודים פאר שוואכע און נעבעכס, לכתחילה וואלט געברויכט זיין א אויסווייל פין לימודים וואס מען קען לערנען.
נשלח: פרייטאג יוני 19, 2020 11:36 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
איך זאג נישט מיינס, איך זאג נאר אז די 'שיטה"ק' איז אז מ'טאר קיינמאל נישט אפשטעמפלן א בחור אלס א 'שוואכערע', ווייל נישט כשרון איז די קובע, און נישט דוקא התמדה אין די יונגערע יארן ועוד. ממילא קען מען אים נישט אפפטר'ן.
צו די שיטה"ק איז ריכטיג? ווייס איך נישט. צו עס איז טאקע עפ"י קלוגע אידן געגרינדעט? ווייס איך אויך נישט.
אבער דאס האט גארנישט מיט די עקרונות'דיגע שאלה וואס דו האסט ארויף געברענגט. וואלט מען געדארפט איינפירן, פאר די 'גוטע' בחורים, סדרים אין מחשבה יהודית, הלכה למעשה, רא"ש און מרדכי, תשובה ספרים ועוד ועוד. ווער זאגט אז גמרא איז די עיקר? איך מיין אז דאס אליינס איז א געפסקנ'טע זאך, וכנ"ל
איז גמרא דער איינציגסטער לימוד?
נשלח: פרייטאג יוני 19, 2020 1:10 pm
דורך חוקר ודורש
ווען עס קומט צו ישיבות רעדט יעדער וועגן דעם, כולל די ראשי ישיבות אבער ווען עס קומט אויף למעשה האלט מען נישט ביים טוישן.
לערנען גמרא שטעלט זיך אהער אלץ די גרינגע אויסוואל, כ׳מיין וואס זאל מען לערנען? זאל מען זיך זעצן לערנען ספר ישעיה מיט מצודות, אפשר מדרש תנחומא, ? עס הערט זיך נישט גוט, די לימודים לערענט זיך בעסער אליין ווי פאר א ציבור.
מוסר מיט משנה ברורה לערענט מען יא.
שיעורים אויף השקפה מיט מחשבה דארף טאקע א תיקון גדול.
וואס מען קען טוהן איז מאכן אז די נאכמיטאג סדר זאל יעדער אפמאכן וועלכע לימוד ער וויל לערנען, איך מיין אז דאס איז א דבר נאה ומתקבל.
לגבי עלטערע מענטשען קען איך אסאך וואס זייערע עיקר לימוד איז טאקע נישט גמרא, איינער קען איך וואס ליגט בעיקר אין מדרש ופיוט, א צווייטער וואס ליגט בעיקר אין פשט המקרא און אין מורה נבוכים, און אזוי ווייטער.
נאר היות די תלמוד בבלי איז די יסוד פון תורה שבעל פה און איז אויך די מפרש פון די תורה שבכתב האט דאס באקומען במשך די דורות א דין קדומה.
נשלח: פרייטאג יוני 19, 2020 8:03 pm
דורך berlbalaguleh
לפענ"ד איז נאר לערנען גמרא אין ישיבות און ת"ת א ברירת מחדל...!
תנ"ך קענמען נישט לערנען.ווייל יהושע, שופטים און מלכים וועט אויפדעקן פאר די תלמידים דעם רייכן אידישן פארגאנגענהייט אין זייער לאנד. און זיי זענען נאכנישט גענוג רייף צו לייגן אין פערספעקטיוו וואס ס'האטציך אפגעשפיעלט אין ארץ ישראל אין יענע יארן. וואס איז 100% אין קאנטראסט מיט דעם לעבנסשטייגער וואס מ'פרובירט אויסצולערנען היינטיגע צייטן.
נאר גמרא/רש"י קענמען אויך לערנען אויף מער ווי איין לעוול. נאר ס'דארף צו זיין מלמדים און מגידי שיעור מיט א גוטע און ברייטע הסברה.
בד"כ. א בחור פון 14 און כש"כ 16 יאר קען פארשטיין גמ'-תוס' מיט א ביסל מפרשים. נאכדעם קענמען לערנען מיט מער עמקות. די פראבלעם איז אז ס'איז דא גרויס קאמפעטישן. און א יעדער בחור דארף זיין א..."מצויין"...!
נשלח: מוצ"ש יוני 20, 2020 11:19 pm
דורך אישתישבי
וואס הייסט בדרך כלל?
איז דא צוואנציג פראצענט וואס פארשטייען נישט?
איך וואלט געזאגט אז פערציג פראצענט פאפט זיך אן רעדן זיך איין זיי פארשטיין.
נשלח: זונטאג יוני 21, 2020 12:37 am
דורך berlbalaguleh
אישתישבי: אויב ס'איז דא אזא הויכע פערצענט (און אפילו א קלענערע פערצענט) פון בחורים אין די עידזש וועלכע פארשטייען נאכנישט גרונטליך א שטיקל גמרא און תוספות קענמען נאר באשולדיגן דעם פאקט אז ס'זענען נישט דא גענוג מלמדים און מגידי שיעור מיט א גוטע הסברה..!
איכ'ל דיר געבן איין משל. לאמיר נעמען די סוגיא פון ..."תשע חנויות"(...ווס. "תשע ציבורין"...) איך וואלט געוואלט וויסן וויפיהל מלמדים אדער מגידי שיעור קענען מסביר זיין די סוגיא אז א 14 יעריגער בחור זאל עס פארשטיין. מיט די לאגיק פון..."כל קבוע, כמחצה על מחצה דמי"...!
וויבאלד דו האסט מיך נישט געפרעגט וויאזוי איך וואלט עס מסביר געווען ,'עליך דיר נישט זאגן ...!