בלאט 1 פון 1

נייע אידישע אימעיל אויסגאבע: טראמבאן

נשלח: פרייטאג יוני 19, 2020 10:47 am
דורך טיכטיגער
אין די לעצטערע טעג האב איך אריינגעוואנדערט אין א פרישע אימעיל-אויסגאבע, וואס ערשיינט אויף אימעיל. די אמעיל ווי כ'זע זייער זייטל ערשיינט שוין זינט אפריל, אבער נישט פונקטליך, זיי האבן אונטערגעהינקעט, איין טאג יא און איין טאג נישט.
די וואך האבן זיי זיך אנגעגארטעלט מיט פרישע כוחות, זיך רי-דעזיינט און איבערגעמאכט, און ווי זיי שרייבן גייען זיי אנהייבן ערשיינען ערליך צוויי מאל א וואך, מאנטאג און דאנערשטאג.
א טוויטער אקקאונט זע איך האבן זיי שוין, כ'זע זיי האבן עטליכע ריטוויטס פאר נפשי און מאמענט, ווארשיינליך זענען שרייבער פון מאמענט טייל פון דעם טראמבאן אויסגאבע.


זייערע שרייבער/קאלומס
איין מיינונג קאלום דורך הרב אהרן דאסקאל
זון ברילן קאלום דורך ל. לאבין
שפריך-שפראך דורך י. לעווי
קאצקעלעך דורך ק. סעגאל

טוויטער: @TromboneOnline
וועבסייט צו אויפסיינען: https://mailchi.mp/a2e45be03a57/trombone
https://us20.campaign-archive.com/home/ ... c6f62d9afd

נשלח: פרייטאג יוני 19, 2020 11:00 am
דורך טאמבל סאס
מ'דארף צוקענען קוועטשן אויף איינע פון די דאזיגע אייקאנס אויף די וועבסייט? א לינק ציוואס?

נשלח: פרייטאג יוני 19, 2020 11:07 am
דורך טיכטיגער
נישט אויף די בילדער, ס'איז סתם אילוסטראציע.

קוועטש אויפ'ן לינק

Re: נייע אידישע אימעיל אויסגאבע: טראמבאן

נשלח: פרייטאג יוני 19, 2020 7:14 pm
דורך פאליטיקאנט
עס איז נאך זייער אמאטור.
ספעציעל זייער סאציאלע מידיא אקאונטס, אבער אונז עמער עס געבן א שטיק צייט.....