בלאט 1 פון 1

פירוש ר' עובדיה מברטנורה

נשלח: פרייטאג יוני 19, 2020 12:56 pm
דורך לייבל שטילער
ווער ס'לערנט אמאל משניות - בעיקר זרעים אדער טהרות - מיט'ן פירוש פון ברטנורה האט זיך שוין לכאורה באגעגנט מיט איינס פון די פאלגנדע:
א) צומאל איז דא צוויי פשטים אין א משנה, איינס פון, למשל, די רמב"ם (פירוש המשניות) און איינס פון די ר"ש משאנ"ץ, ביידע פשטים זענען אסאך מאל אינגאנצען אנדערש, און אסאך מאל זיך סותר, (ד.ה. אז מ'קען נישט לערנען ביידע פשטים, ווייל לויט איין פשט איז די צווייטע נישט גערעכט וכדומה). קומט די ברטנורה און מאכט א קוגל, א חלק משנה איז ער מפרש ווי די רמב"ם און א חלק (פון די זעלבע פאל!) איז ער מפרש ווי דעם צווייטן, און ס'קלעפט נישט איינס מיטן צווייטן. הלא דבר הוא.
ב) דער ברנטורה ברענגט אסאך מאל אראפ די לשון הר"ש משאנץ ווארט ביי ווארט, און דערנאך שרייבט ער "כך פירשו רבותי, ורמב"ם מפרש וכו'", קיינמאל אבער פארקערט, יעצט, ר' עובדיה מברטנורה האט געלעבט אין די פופצנטער יאר הונדערט, ווידער די ר"ש משאנץ האט געלעבט אינעם צוועלעפטען, מיט וואס איז די ר"ש איז מער זיין רבי ווי די רמב"ם? הלא דבר הוא.
ווער ס'קען עפעס צולייגן איז מכובד.