בלאט 1 פון 2
אויב שענקט מען אייך דעם געלעגנהייט צו מופן, דאן וואו אהין?
נשלח: מאנטאג יוני 22, 2020 7:58 pm
דורך זכור ושמור
לאו דווקא יעצט ווען דער טעמע איז א הייסע אוןן מענטשן פגר'ן צו אוועקמופן און ישובים עפענען זיך ימין ושמאל. נאר בכלל, אסאך מאכט זיך וואס א מענטש געט א קלער: הלוואי ווען איך קען ווען וואוינען דארט אין דארט. נאר פשוט, עס איז דא טעכנישע עיכובים און מניעות; אמאל איז דאס געלט, משפחה, מוסדות און נאך, איש כפי אכלו.
איז יעצט מיין פראגע, ווען מען געט אייך אלע מעגליכקייטן און מען נעמט אוועק אלע שטערונגען וועלכע טוען אייך צוריקהאלטן, וואו אהין וואלט איר זיך געצויגן?
און אפילו מ'וואוינט אינעם ארט וואו מ'איז משתוקק צו וואוינען, קען מען נאכאלס שרייבן יענעם מקום. אפילו מ'געפינט זיך טאקע דארט.
כ'האלט נישט אז מיין פראגע איז א נארישע, און כ'בין זיכער אז דער אשכול האט א שטארקע פאטענציאל.
נשלח: מאנטאג יוני 22, 2020 7:58 pm
דורך זכור ושמור
איך טו שטימען פאר צפת.
נשלח: מאנטאג יוני 22, 2020 8:07 pm
דורך מרדכי מרדכי
איך וואלט געגאנגען קיין פלארידע
נשלח: מאנטאג יוני 22, 2020 8:16 pm
דורך ליפא
ארגענטינע
נשלח: מאנטאג יוני 22, 2020 8:30 pm
דורך berlbalaguleh
ליפא: איך קום שוין פון דארט. אויסער א פאר אלטע נאציס און להבדיל א פאר זיסע ספר'דישע אידעלעך וואס רעדן אידיש מיט א ספאנישן אקצענט וועסטו דארט נישט טרעפן.
יא. אויב דו האסט ליעב ווען נאך סוכות. ארום חנוכה איז זימער. און מ'פארט אין קאנטרי. און נאך פסח. ארום שבועות איז אינמיטן ווינטער, (דזשאסט פאר דהע קיק אף איט) דאמאלס איז כדאי דו זאלסט מופן אהין...!
Re: אויב שענקט מען אייך דעם געלעגנהייט צו מופן, דאן וואו אהי
נשלח: מאנטאג יוני 22, 2020 8:38 pm
דורך ישן מלא חדש
ירושלים של זהב .......
Sent from my SM-T113 using Tapatalk
נשלח: מאנטאג יוני 22, 2020 8:41 pm
דורך berlbalaguleh
ישן מלא חדש: ירושלים של זהב וכו' עקזיסטירט נאר אין דעם ליעד...אפשר ווען משיח וועט קומען וועט עס מקויים ווערן...!
Re: אויב שענקט מען אייך דעם געלעגנהייט צו מופן, דאן וואו אהי
נשלח: מאנטאג יוני 22, 2020 8:52 pm
דורך ישן מלא חדש
בקיצור איך מיין צו זאגן אז ווען איך האב נישט קיין שום שטערונגען וואלט איך אויף אלע פיהר געלאפן קיין ירושלים איך האב דאס פונקט נעכטן ארויף געברענגט אויפן טיש אבער די בני בית האלט נישט דערביי. ....
Sent from my SM-T113 using Tapatalk
נשלח: מאנטאג יוני 22, 2020 9:33 pm
דורך זכור ושמור
ליפא האט געשריבן:ארגענטינע
Re: אויב שענקט מען אייך דעם געלעגנהייט צו מופן, דאן וואו אהי
נשלח: מאנטאג יוני 22, 2020 9:54 pm
דורך דער גאלדענער אדלער
טברי' אדער אין די גלילות, אבער ליעבערשט ביים הערליכן ים פון טברי'
Re: אויב שענקט מען אייך דעם געלעגנהייט צו מופן, דאן וואו אהי
נשלח: מאנטאג יוני 22, 2020 10:07 pm
דורך פאליטיקאנט
דער גאלדענער אדלער האט געשריבן:טברי' אדער אין די גלילות, אבער ליעבערשט ביים הערליכן ים פון טברי'
טבריה האט נישט קיין ים, מיינסט אוואדי די כינרת...
נשלח: מאנטאג יוני 22, 2020 10:28 pm
דורך [NAMELESS]
דער גאלדענער אדלער האט געשריבן:טברי' אדער אין די גלילות, אבער ליעבערשט ביים הערליכן ים פון טברי'
אין טברי' איז די לופט גאר טריקן. ס'שווער דארט צו זיין פאר צו לאנג
נשלח: מאנטאג יוני 22, 2020 10:42 pm
דורך [NAMELESS]
איך וואלט געוואלט פארן וואוינען אין לאס אנדזשעלעס.
Re: אויב שענקט מען אייך דעם געלעגנהייט צו מופן, דאן וואו אהי
נשלח: מאנטאג יוני 22, 2020 11:04 pm
דורך דער גאלדענער אדלער
פאליטיקאנט האט געשריבן:דער גאלדענער אדלער האט געשריבן:טברי' אדער אין די גלילות, אבער ליעבערשט ביים הערליכן ים פון טברי'
טבריה האט נישט קיין ים, מיינסט אוואדי די כינרת...
וואס מיינט ימה של טברי' וואס ווערט דערמאנט אין גמ'?? די כינרת ווערט אזוי אנגערופן, פונקט ווי ימה של סדום
Re: אויב שענקט מען אייך דעם געלעגנהייט צו מופן, דאן וואו אהי
נשלח: מאנטאג יוני 22, 2020 11:22 pm
דורך דער גאלדענער אדלער
פרוש האט געשריבן:דער גאלדענער אדלער האט געשריבן:טברי' אדער אין די גלילות, אבער ליעבערשט ביים הערליכן ים פון טברי'
אין טברי' איז די לופט גאר טריקן. ס'שווער דארט צו זיין פאר צו לאנג
וואס איז עס אנדערש ווי אריזאנע?? די טברי' קלימאט איז אמחי' ווארעם דורכאויס דעם יאר, היפש הייס אין די זומער חדשים אבער איך גלייך די היצן, נישט די פייכטקייט, פונקט גוט, נישט ווייט פון די הערליכע לופטיגע גולן הייך, אה מי יתן והי' בקרוב ממש! במהרה דידן!
נשלח: מאנטאג יוני 22, 2020 11:31 pm
דורך berlbalaguleh
דער גאלדענער אדלער: איך האף נאר אז ס'וועט נאך זיין וואטסעפפ. און קאווע שטיבל. אזוי אז אונז זאללן זיך קענען פארשטענדיגן. ווייל איך וועלל אי"ה וואוינען אין צפת עיה"ק. (כמעט) אויפ'ן שפיץ בארג.פון וואו מ'קען זעהן מירון...!
נשלח: דינסטאג יוני 23, 2020 12:55 am
דורך יודישע שרייבער
ישן מלא חדש האט געשריבן:ירושלים של זהב.......
גם אני בחלומי.... מי יתן לי אבר כיונה וכו'...
berlbalaguleh האט געשריבן:ישן מלא חדש: ירושלים של זהב וכו' עקזיסטירט נאר אין דעם ליעד... אפשר ווען משיח וועט קומען וועט עס מקויים ווערן...!
[tag]berlbalaguleh[/tag] איך דיסעגרי מיט דיר, עס עקזעסטירט אין מציאות אויך, מען דארף נאר עפענען די אויגן עס צו זעהן... אין ארץ ישראל (ירושלים בפרט) איז אן אנדערע וועלט...
ירושלים, מירון, צפת, טבריה אדער להבדיל פלארידא פארשטיי איך, אבער וואס איז דא צו זיכן אין ארגענטינע ([tag]ליפא[/tag]) אדער אין לאס אנדזשעלעס ([tag]מאך זיכער[/tag])? וואס האט איר געזען דארט וואס האט אייך געכאפט?
נשלח: דינסטאג יוני 23, 2020 1:08 am
דורך רביה''ק זי''ע
איך וואלט געמופט צו יענע וועלט, לכתחילה צו גן עדן אבער בדיעבד איז גיהנם אויך גוט, ס'אלץ בעסער ווי דא.
נשלח: דינסטאג יוני 23, 2020 1:12 am
דורך [NAMELESS]
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:איך וואלט געמופט צו יענע וועלט, לכתחילה צו גן עדן אבער בדיעבד איז גיהנם אויך גוט, ס'אלץ בעסער ווי דא.
נו, ווער האלט צוריק?...
פונקט נעכטן האב איך געזען אז אפילו דער וואשינגטאן בריק איז טאקע בא'גדר'ט, איז אבער דער FDR דארט יא אפן צום וואסער, בניקל קענסטו ערפילן דיינע שאיפות
נשלח: דינסטאג יוני 23, 2020 1:36 am
דורך berlbalaguleh
יודישע שרייבער האט געשריבן:ישן מלא חדש האט געשריבן:ירושלים של זהב.......
גם אני בחלומי.... מי יתן לי אבר כיונה וכו'...
berlbalaguleh האט געשריבן:ישן מלא חדש: ירושלים של זהב וכו' עקזיסטירט נאר אין דעם ליעד... אפשר ווען משיח וועט קומען וועט עס מקויים ווערן...!
[tag]berlbalaguleh[/tag] איך דיסעגרי מיט דיר, עס עקזעסטירט אין מציאות אויך, מען דארף נאר עפענען די אויגן עס צו זעהן... אין ארץ ישראל (ירושלים בפרט) איז אן אנדערע וועלט...
יודישע שרייבער: אזוי ווי איך האב געשריבן. אז אויסער אלטע נאציס. און להבדיל ספרדישע אידן וועלכע רעדן אידיש מיט אן ארגענטינער אקצענט איז נישטא גארנישט צו זעהן דארט. אפשר די וועטער. די סיזענס. וועלכע זענען פארקערט אין יענעם טייל פון די וועלט. אז נאך סוכות ווערט דארט זומער. און נאך פסח ווערט דארט ווינטער. תשעה באב איז אין די פיעק פון ווינטער...! ווייל איך האב געוואוינט אין א שכינות'דיגע מדינה. און איך געדענק ווען מ'האט געגעבן מוצאי תשעה באב אויסצופאסטן. קעיק מיט הייסע קאפי...! און חנוכה האבן מיר געווארט אז די לעכט זאללן זיך פארלעשן אז מ'זאלל קענען אויפמאכן א פענסטער...!
ירושלים, מירון, צפת, טבריה אדער להבדיל פלארידא פארשטיי איך, אבער וואס איז דא צו זיכן אין ארגענטינע ([tag]ליפא[/tag]) אדער אין לאס אנדזשעלעס ([tag]מאך זיכער[/tag])? וואס האט איר געזען דארט וואס האט אייך געכאפט?
Re: אויב שענקט מען אייך דעם געלעגנהייט צו מופן, דאן וואו אהי
נשלח: דינסטאג יוני 23, 2020 12:58 pm
דורך זעקעל
צו עלאן מאסקס נייע ישוב אין מארס
Sent from my iPhone using Tapatalk
נשלח: דינסטאג יוני 23, 2020 1:00 pm
דורך יין שרף
פרוש האט געשריבן:רביה''ק זי''ע האט געשריבן:איך וואלט געמופט צו יענע וועלט, לכתחילה צו גן עדן אבער בדיעבד איז גיהנם אויך גוט, ס'אלץ בעסער ווי דא.
נו, ווער האלט צוריק?...
פונקט נעכטן האב איך געזען אז אפילו דער וואשינגטאן בריק איז טאקע בא'גדר'ט, איז אבער דער FDR דארט יא אפן צום וואסער, בניקל קענסטו ערפילן דיינע שאיפות
ער וויל ארויף אן אראפ גיין..
נשלח: דינסטאג יוני 23, 2020 1:19 pm
דורך לייבל שטילער
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:איך וואלט געמופט צו יענע וועלט, לכתחילה צו גן עדן אבער בדיעבד איז גיהנם אויך גוט, ס'אלץ בעסער ווי דא.
כעל עס מאכן קורץ: רביה"ק, דו זאגסט ליגנט!