בלאט 1 פון 1
דזשאו לענטאל מוז געווינען!
נשלח: דינסטאג יוני 23, 2020 5:55 pm
דורך קורקלענד
יהדות החרדות איז ווידער אויפגעשטורעמט! איז בעל יעדער מוז ארויסגיין שטימען פאר די וויכטיגע וואלן וואס קומען היינט פאר. זיי זאגן אז די סיניאריטעט פונעם אלטן באקאנטער פאליטישע פיגור האט אזויפיל אויפגעטוהן אלע יארן פאר יהדות החרדות, עד כדי כך אז אונזער גאנצע רעליגיעזע פרייהייט היינט איז נאר אדאנק איהם.
אנשי קאווע, א שאלה איך האב. אויב חלילה וחס, דאס ארגסטע זאך פאסירן, און דער יאַפפעד קאנדידאט געווינט, וואס האלט די עולם? וואס וועט זיך טוישן? וועל איך דארפן אריינלייגן מיינע קינדער אין פובליק סקולס? וועלן די מוסדות טוישן די קאריקולום? וועט זיך בכלל עפעס טוישן? אין אנדערע ווערטער מיט א לויטערע מחשבה, וואס איז באמת די ריזיקע דא?
נשלח: דינסטאג יוני 23, 2020 7:18 pm
דורך הוגה
זיכער נישט. גארנישט וועט זיך טוישן on the ground.
Re: דזשאו לענטאל מוז געווינען!
נשלח: דינסטאג יוני 23, 2020 7:37 pm
דורך פאליטיקאנט
גארנישט גייט זיך נישט טוישן בפשטות.
העכסטנס וועט ער זיין א בעסערע רעפרעזענטאט פאר די יחיד.
אדרבה לאמיר הערן וואס לענטאל האט אויפגעטון פאר 'אונז' (נישט פאר די מוסדות)?
נשלח: דינסטאג יוני 23, 2020 9:00 pm
דורך real fake news
פארקערט, אויב לענטאל געווינט וועסטו אפשר ווילן לייגן דיינע קינדער אין פאבליק סקול אויב די ווילסט זיי זאלן באקומן עדיוקעישן.
אויף אייוועלט איז געווען א poll פאר וועמען מגייט וואוטן, נאר 70% האבן געזאגט זיי וועלן שטימען פאר לענטאל,
די עסקנים האבן פארלוירן קאנטראל.
נשלח: דינסטאג יוני 23, 2020 9:13 pm
דורך מהיכי תיתי
עס הערשט א געוואלדיגע אנווייטאג אויף די עסקנים. ביושר צו שלא ביושר. אזויווי אינעם גאנצען כדור הארץ, איז נאכנישט דא קיין איינער וואס זאל זיך עמטליך ארויסשטעלן נעמען די בלעים אויף די קאראנא דורכפאל. אף אחד.
אזוי אויך דא ביינונז אין וויליאמסבורג און בכלליות'דיג אין די היימישע וועלט, אונז באשולדיגען אנדערע אין די מערדערליכע קלעפ וואס אונז האבן אריינגעכאפט מיטן מגיפה.
ממילא זענען די עסקנים שולדיג אין אלעס. חוץ די וואס פארנעמען צו פארשטיין אז אונזערע רבנים זענען מער וואס דארפן ווערן געשטעלט צום שאנד-סלופ.
נשלח: דינסטאג יוני 23, 2020 10:02 pm
דורך שלשלת
דא קען מען מיטהאלטן די רעזאלטס
לענטאל ווס. גאלעגער
נשלח: דינסטאג יוני 23, 2020 10:52 pm
דורך טובה
אזוי ווי עס זעהט אויס איז עס זייער טייט
נשלח: דינסטאג יוני 23, 2020 11:20 pm
דורך יודישע שרייבער
טובה האט געשריבן:אזוי ווי עס זעהט אויס איז עס זייער טייט
יעצט איז עס 54.7% (לענטאל) ווס. 44.6% (גאלעגער).
א 10.1% מארזשין הייסט זייער טייט?
נשלח: דינסטאג יוני 23, 2020 11:22 pm
דורך מהיכי תיתי
יודישע שרייבער האט געשריבן:טובה האט געשריבן:אזוי ווי עס זעהט אויס איז עס זייער טייט
יעצט איז עס 54.7% (דשזאו לענטאל) ווס. 44.6% (גאלעגער), א 10.1% מארזשין הייסט זייער טייט?
אויב ס'איז נאך דא 21 פראצענט נישט געציילט, דאן איז עס נישט קיין זיכערע געווינס, הגם נישט זייער טייט ואולי נישט טייט בכלל. אבער עטוואס פריער אינעם ציילונג האט גאלעגער געהאט א שמאלע אויבערהאנט.
נשלח: דינסטאג יוני 23, 2020 11:51 pm
דורך טובה
כחלום יעיף
לענטאל שטייט איצטערט באקוועם גוט
נשלח: דינסטאג יוני 23, 2020 11:54 pm
דורך מור וקציעה
ביי די יעצטיגע וואלען האט יעדער געקענט וואוטען עבסענטי (צוליב קורונא)
מילא איז יעצט לכאורה דא אסאך מער עבסענטי ווי געווענליך, יתכן אז סוועט נאך נעמען טעג צו וויסען ווי משטייט