בס"ד
העלא וואס טוט זיך
מיין שטימע אביסל איך הייב
אבער מיין ווידער קול הער איך
געזאגט צו שטיל איך גלייב
העלא א גוט מארגן
איך שריי אביסל העכער
איך הייב זיך אן זארגן
צו איך בין דערהערט נישט זעכער
איך שפיר דערווייטערט
איך גיי אבער נענטער צו
אינגאנצן פארמאטערט
אבער צו דען הערסטו
ווי א שאטן פון א טונקעלער זון
גייסטו מיר איינזאם נאך
נישט קיין ווארט פון וואו איך בין
אריין טיפער אין דעם לאך
אריין און ארויס איך גיי
קומסט מיט און רעדסט נישט
ביטע מיר פארשטיי
פארוואס איך בין צומישט
מיינע האפענונגען און ליכט
האסט פארלאשן און דערשטיקט
טרערן קייקלען אויף מיין געזיכט
אין די נעכט ווען קיינער קוקט
איך ווייס נישט וועמענס שולד
אבער איך זעה זיך נישט מיט דיר
אין איין איינגעראמטן בילד
קום און ענטפער מיר
עס איז מיר קאלט
ווארעמקייט איך ברויך
מיין געפיל רוישט און קוואלט
האב דו מיר ליב אויך
איך קען דיר פיל גיבן
פרוביר מיר נאר אויס
איך וויל דיר אזוי שטארק ליבן
לאז מיר נישט ארויס
איך וויל דיר ארומצייגן
איך וועל דיר ווייזן מיין וועג
אינאיינעם לאכן און שטייגן
אויב פארשטייסטו נישט פרעג
איך האב דיר ליב ריין
ווייז עס מיר צוריק
ברענג צוריק מיין שיין
מיין ליבע אין הארץ דערקוויק
איינזייטיגע ליבשאפט
- רביה''ק זי''ע
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5435
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
- געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
- האט שוין געלייקט: 5089 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל
אוטש!
טייערע ספרא דמרא! איך האב דיך אזוי שטארק ליב, נישט ווייניגער ווי דו האסט מיך ליב, די פראבלעם איז נאר אז איך בין פונקט אזוי אומזיכער אין אונזער געמיינזאמע ליבשאפט ווי דיר. וואס איז די עצה דערצו? כ'האב שטארק מורא אז ס'נישט דא קיין עכטע עצה.![טרויעריג :(](./images/smilies/icon_e_sad.gif)
טייערע ספרא דמרא! איך האב דיך אזוי שטארק ליב, נישט ווייניגער ווי דו האסט מיך ליב, די פראבלעם איז נאר אז איך בין פונקט אזוי אומזיכער אין אונזער געמיינזאמע ליבשאפט ווי דיר. וואס איז די עצה דערצו? כ'האב שטארק מורא אז ס'נישט דא קיין עכטע עצה.
![טרויעריג :(](./images/smilies/icon_e_sad.gif)
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
- לאמיר זאגן
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 114
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 24, 2019 1:45 pm
- האט שוין געלייקט: 53 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 59 מאל