בלאט 1 פון 1

פאני דילעמעס #2

נשלח: דאנערשטאג יוני 25, 2020 12:23 pm
דורך פיק ניק
סמאכט זיך כסדר אז איך דארף רעדן מיט א איש חשוב און דערמאנען די שטאט וויליאמסבורג. וויאזוי דארף איך עס ארויסזאגן? זיכער נישט אזויווי מזאגט עס אויף ענגליש, ספאסט נישט, וויזוי יא? 'וויל-יאמ-סבורג' הערט זיך ווי אן אלטע זיידע, 'ווילי-מס-בורג' גיי איך סאונדן ווי א עכטע ווילימסבורגער און איך בין דאך פון בארא פארק. נא, וואס טוט מען? וואס האב איך געטון לעצטע מאל כהאבעס געדארפט זאגן? כגעדענק שוין נישט.

Re: פאני דילעמעס #2

נשלח: פרייטאג יוני 26, 2020 7:38 am
דורך פאליטיקאנט
אלס א נייטראלע בארא פארקער זאלסטו זאגן וויליעמסבורג מיט אן ע'.
(שטייצעך אלס איד דארפסטו עס זאגן מיט א פשוט'ע ו' און נישט מיט קיין W)

נשלח: פרייטאג יוני 26, 2020 10:13 am
דורך פיק ניק
על זו הדרך האט מיר איינער אמאל געזאגט עפעס וועגן איטעליע, סהאט מיר געדויערט א רגע צו כאפן אז ער רעדט פון איטאליע (אדער איטעלי).
מסתם קומט זיין טעות פון איטעלין אייסעס.